בית פורומים היימישע קרעטשמע

מה שאירע ל'קרעמער' אירע ל'יענטאאש'......

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/6/2006 21:03 לינק ישיר 
מה שאירע ל'קרעמער' אירע ל'יענטאאש'......

פרעגט מיך נישט פארוואס, רעגט אייך נישט פארווען, שרייט נישט פארוואו, אבער איך האב מיך אויך געעפנט אן אייגענעם בלאגעלע מיטן נאמען 'מסכת יענטאאש' http://yentash.blogspot.com/.

פארוואס? פארווען? פארוואו?, א קשיא אויף א מעשה, ס'האט מיר געפאקט די תאווה, עס איז עפעס וואס איך קען אייך נישט געהעריג מסביר זיין, וואס קען איך טון, איך האב מיך נישט געקענט איינהאלטן, יא איך וועל אייך זאגן קלאר: איך האב מקנא געווען 'קרעמער', וויאזוי האבן מיר נעכטן געשמועס ביים מלוה מלכה אין קרעטשמע: קנאת סופרים תרבה בלאג'ס.....

עניוועי, זארגט אייך נישט, איך וועל נישט שרייבן ווייניגער דא, אלע ארטיקלען וועלן ווייטער דא זיין צו באקומען פון די ערשטע מינוט, איך האלט אפילו אז עס וועט מיר נאר געבן א שטיפ אויף פאראויס צו שרייבן מערערע ארטיקלען און דרשה'לעך.

טא רבותי, איך בעט יעדן פון די חברים איר זאלט מיר שטיצן און פארשפרייטן, און איך האף אז עס וועט זיין צו יעדנ'ס הנאה. 

וואנס עגעין: 'מסכת יענטאאש' http://yentash.blogspot.com/.

א גרויסן יישר כח פון פאראויס, יענטאאש.





דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/6/2006 05:39 לינק ישיר 

בעני ; איך הער איך הער אבער דו מוזט נאכנישט צוליב דעם טוישן דיין ניק'ס בילד...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/6/2006 03:28 לינק ישיר 

JNET לאזט יא אדורך רעפידשעיר, בדידי הוה עובדא



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/6/2006 02:32 לינק ישיר 

בעני; דאכט זיך מיר אז לא הועילו חכמים בתקנתן, ווייל די JNET באנוצער קענען נישט צוקומען צו RAPIDSHARE, נאר צו USENDIT, אבער איך בין נישט זיכער דערמיט, אדרבה, זאלן זיי זיך לאזן הערן.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/6/2006 00:58 לינק ישיר 

איך האב געמאכט א פייל פון דעם בלאג פעידזש פון ביז היינט, און ארויפגעלייגט אויף רעפידשעיר http://rapidshare.de/files/24213479/heimishe_kraitchme.mht.html



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/6/2006 00:11 לינק ישיר 

שמעק_טאביק; עס טוט מיר וויי צו הערן אז דו האסט נישט קיין צוטריט צו מיין בלאג צוליב דיין JNET קאנעקציע, איך וועל דאנקבאר זיין פארן נדבן וואס וועט אריבערברענגן מיינע בלאג ארטיקלן אהער, צום קרעטשמע גופא וואס ליגט אויך אויף מסורת.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-26/6/2006 20:39 לינק ישיר 

JNET אויף לעוועל דריי, לאזט עס דורך.

און אז מען רעדט שוין... ... יענאטש, כה לחי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/6/2006 19:51 לינק ישיר 

מיט JNET קען מען נישט אנקומען צו די בלאג'ס...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/6/2006 07:54 לינק ישיר 

מה שאירע לקרעמער לא אירע ליענטאאש. קרעמער, מיטן ערעפענונג פון זיין בלאג האט ער נאר מוסיף געווען צו זיינע ברייט פארשפרייטע באשרייבונגען. ער שרייבט אין די קרעטשמע איין זאך, און אין די בלאג א צווייטע זאך, עס איז דא ווי אימער וואס צו ליינען און יעדער האט הנאה. יענטאאש, האט א צייט צוריק געשריבן אין קרעטשמע לאנגע אינהאלטפולע גלענצענדע בארייכערטע הודעות, און היצטעט חזר'ט ער עס איבער אין זיין בלאג, אזוי ארום אז עס איז פאר אונז, לפחות, נישט קיין נייעס. קען זיין ער איז אוחז בשיטת הישמח משה אז דער עיקר פונעם לימוד איז די "חזרה", כסדר איבער חזר'ן די אלטע כדי מען זאל נישט פארגעסן. נו, קען זיין א גוטע שיטה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/6/2006 21:18 לינק ישיר 

איך האלט אויך אז עס וועט דיר מאכן מער שרייבן, והא ראיה, ביי מיר האט דאס פאסירט... איר קענט קוקן אויפן "קרעמער" לינק פונעם יענטאאש בלאג און זען א נייע צוגאבע לכבוד מוצאי שבת פרשת [וי]שלח...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > מה שאירע ל'קרעמער' אירע ל'יענטאאש'......
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext