בית פורומים היימישע קרעטשמע

נישטא קיין סקול

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/6/2006 19:53 לינק ישיר 
נישטא קיין סקול

גייט יגר'ל אריין אין "ליקיוט דעירעס" איינצוקויפן א 50 פיסיגן פייפ, מיט א שפריצער צום סוף, אז די בנות ישראל הכשרות, די קליינע שעפעלעך, וואס האבן נארוואס פארענדיגט די שולע, זאלן האבן וואס צו טוהן אין די צוויי וואכן וואס מען האט אזוי הערמאטיש פארקאלפט די טירן פון די קלאסן.

ווי א דונער אינמיטן העלן טאג, איז אנגעקומען די שמועה, אז געענדיגט מיט סקול, מיט א נחמה פורטה אין די זייט, אז די אפיס וואס נעמט דעם מאנטליכן "שכר לימוד" איז נאך יא געבליבן אפן, הודו לד' כי טוב.

נישטא קיין סדר היום, נישטא קיין שלאפן לייגן ווייל עניוועי קענען זיי אויפשטיין ווען זיי ווילן, סוף זמן קרי"ש פארמאגן זיי אויך נישט, די ריפארט-קארד'ס וואס איז מיט גרויס מסירת נפש ענדליך געווארן ארויסגעגעבן אין די לעצטע מינוט, נאך א לענגערע פארהאנדלונג מיט די "גשמיות'דיגע" אפיס, וואס האבן זיך געשוואוירן אז אן אן אויסגעצאלטן באלאנס מיט א קרעדיט אויפן נעקסטן חודש, וועט מען "צום באדויערן" דאס נישט קענען ארויסגעבן, די "ריפארט-קארד" צייגט אז זי איז אין אמת'ן יא א געלונגענע קינד, זי איז יא מסודר, אין פארמאגט א געוואלדיגען גוטן הארץ, א זאך וואס די מאמע זאגט אז דאס ענדלט אין איר משפחה...

נישט יגר'ל, און נישט יגרליתא - די קליינע יגר מיידעל - ווייסן וואס גייט דא זיין, די פלעי-גרופ (אדער אן אנדערן נאמען, וזה וזה דרכן צו בעטן געלט, פאראויס מיט א האלבן זומער)  שיקן שוין ארויס ענוועלאפ מיט סמייליס, ציענדיג די יונגע חברה, אז דעם זומער וועט עס זיין געוואלדיג.

מיט א תפלה פונעם טאטען, און דאס שטילער מורמעלרייען פון די מאמע ביי די ליכט צינדן, האפט מען אז ס'זאל טאקע גיין אויף די ריכטיגע שינעס. און מ'זאל חלילה נישט הערן קיין שום בייז, נישט ביי כלל ישראל נישט ביי יגר, און אויך נישט ביי זיין עכטע נאמען.

וואס עס טוט זיך אבער אפ ביזדערווייל, איז נעכטן, זונטאג, א געווענדליכער טאג אפילו ס'זאל יא זיין אינמיטן די ווינטער-פראסט וואלט דאך סייוויסיי קיין סקול נישט געווען, אבער מיר יגר'ל, מיין טעלעפאן הערט נישט אויף צו קלינגן, דארט רעדט מרת. יגרל תליט"א, טאטי זאג פאר יוכבד'ל אז אויב זי וועט זיך נישט אויפפירן ווי ס'באדארף צו זיין, ווייס איך נישט וואס איך גיי טוהן! ס'איז כלו כל הקיצין (ס'האט א ענגלישע אויסדרוק אבער איך קען עס נישט שרייבן, ס'איז צו שרעקעדיג).

די מאמע קאמפלעינט אז די קינדער האבן שוין געבלאזן מיט די בלאזער וואס מאכט אבאנטש באבעלעך, זיי האבן שוין געקאלערט, געסווינגן, געשפילט באהאלטן, געגעסן א פאקסי, און ארומגעפארן די בלאק מיט די בייקס, אלעס אין 15 מינוט!!! און יעצט שטעלט זיך די שאלה, וואס רייסט די קינדער ביים געוויסן, וואס טוט מען יעצט?????

די מאמע זאגט, זי ארבעט אין די טעג אסאך שווערער ווי מיר, איך גיי נישט קאמענטירן דערויף, איך לייקן נישט, איך בין מודה אז עפעס אמת שטעקט דערין.

זייט נישט בייז ברודערלעך, איך מוז אראפלייגן צוליב א וויכטיגע טעל. קאל, מ'רופט מיך פונדערהיים.........




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/6/2006 00:10 לינק ישיר 

כלו כל הקיצין = איך דזשאמפ אראפ פון די ברוקלין ברידזש זאג מרת יגר'טע אז די מעלות האט געוואלדיגע עצות אקעגן ליידיגע צייט (איך מיין אז עס איז אין די תמוז תשס"ה אויסגאבע)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/6/2006 20:06 לינק ישיר 

נו וואס איז שייך צו רעדן, די אשכול איז ריזיג, נוסח נאטורליך, אקיצער איין זאך וואלט איך יא געבעטן זיי אונז ביטע מודיע די ענגלישע אויסדרוק אויף כלו כל הקיצין, כ'שטעל זיך פאר אז נישט איטס דע ענד אף אלל טערמס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > נישטא קיין סקול
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext