בית פורומים היימישע קרעטשמע

מדות מוזהבות פון חברי הפארק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/7/2006 17:32 לינק ישיר 
מדות מוזהבות פון חברי הפארק

דורך די שורות פון כמה אשכולות קען מען אפט באמערקן גוטע מדות פון חברי הפארק, און עס וואלט געווען אינטערעסאנט עס ארויסצוברענגען, באשרייבן, און מפרסם זיין אז ממנו ילמדו וכן יעשו.


איך וועל אנהייבן מיט דעם אלעמען באוואוסטן און באליבטן הרב קרעמער שליט"א, דער גרינדער פון דעם פאפולערן פורום.


דער מחשבה פון מאכן דעם אשכול האט אין מיר אויפגעבליצט ווען איך האב באמערקט זיין שיינע מידה פון פארגינען יענעם ווען אין א אשכול האב איך ערגעץ באמערקט ווי ער ברענגט עפעס נאך פון מיר, כאטש ער האט דאך געקענט נעמען דאס קרעדיט פאר זיך, אבער דא קען מען זען זיין גוט הארץ פון געבן יענעם דעם גוטן געפיל.


אזוי אויך זעט מען דאס דורך רוב פון זיינע מאמרים דא אין פארק, ווי ער האט די גוטע און שיינע מידה פון זיין א 'פארגינער'.


יעצט קענט איר ממשיך זיין און ברענגען נאך פון זיינע הערליכע מדות טובות. ווי אויך איבער אנדערע חברי הפארק.


(איך קען נישט ארויסשרייבן יעדע שיינע מדה פון אלע מיינע חברים וידידים דא אויפן פארק, ווייל עס וועט נעמען צו לאנג ארויסצושרייבן אלע טובות און גוטע זיטן פון יעדן, דעריבער לאז איך עס פאר אייך צו פארזעצן מיט דעם. איך האף קיינער איז נישט בייז).




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/7/2006 06:53 לינק ישיר 

דערצו ברויך מען ערשט זיין א ירא שמים

(יעצט באמערק איך אז מען קען שוין אריינלייגן פנימ'ער ביי תגובה מהירה)




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-13/7/2006 19:36 לינק ישיר 

וירא שמים יוצא ידי שניהם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/7/2006 08:14 לינק ישיר 

איך געפון זיך אין א שרעקליכע דילעמא, איך קווענקל זיך אויב איך זאל מגיב זיין צו דעם אשכול, איך וועל ערקלערן די צדדים פון מיין ספק:
 
1) אויב איך וועל שווייגן און גארנישט צושרייבן, בין איך א כפוי טובה ח"ו פאר מיין פריינט דיפלאמאט וועלכער האט זיך מטריח געווען צו גרינדן אן אשכול לכבודי ולכבוד אנדערע חברים יקרים דאהי אין פארק.
 
2) זאל איך יא עפעס צושרייבן, איז דאך דאס א סימן אז איך בין דאהי און איך ליין וואס מען שרייבט אויף מיר, וועט דאך דער עולם חלילה נישט וועלן עובר זיין אויפן מקצת שבחו בפניו, און מען וועט זיך איינהאלטן מיט אייזערנע קרעפטן פון שרייבן אלע מיינע שבחים.
 
אלזא, טייערע רבותי (הייליקע רבותי.. ווער געדענקט?), העלפט מיר ארויס פון מיין דילעמא.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-6/7/2006 22:10 לינק ישיר 

יא איך האב גארנישט ספציעל צוצילייגן, נאר אז דיפלאמאט איז גערעכט, איבער הרב קרעמער שליט"א, ממש א אינגערמאן מיט גאלדענע מידות.

עני וועי יגר'ל, ביסט נאך טוי.... אדער ביזט שוין ביזי?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/7/2006 21:21 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/7/2006 20:10 לינק ישיר 

דיפלאמאט זעהט נאר דאס גוטס ביי יעדעם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > מדות מוזהבות פון חברי הפארק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext