בית פורומים היימישע קרעטשמע

חיים חייקלס 'קינה' אויף די קרעטשמע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/8/2006 00:56 לינק ישיר 
חיים חייקלס 'קינה' אויף די קרעטשמע

עס איז שוין שפעט אין דער נאכט ביי חייקל'ען אין די חאטקע. דארט ביים עק דארף איז שוין האלב פינסטער, דער לעצטער איבערגעבליבענער פינק פונעם האלבן ליכטל האלט זיך שוין ביים פארלעשן, און חייקל זיצט זיך נאך אזוי איינגעבויגן איבערן האלב אפגעריבענעם טישל זיינעם, מאכנדיג זיינע פלענער אויפן מארגנדיג'ן טאג.
שוין לאנג נישט באזוכט דארט אין דעם דערפל וואו עס געפונט זיך די אלטע קרעטשמע - טראכט אזוי חייקל צו זיך –

שוין לאנג נישט פארבייגעגאנגען אין דעם זיסן קרעטשמעלע, וואו ער פלעגט אמאל, אין די פריערדיגע יארן, אזוי זיס פארברעגען מיט די געשמאקע אידעלעך דארטן - טראכט אזוי חייקל צו זיך –
גוט, אינעם לויף פונעם מארגנדיגן טאג, וועלן מיר זיך אויסרעכענען פארבייצוגיין דעם אלטן דארף דארט, און אפגעבן א וויזיט אין די קרעטשמעלע, מיט ג-ט'ס הילף.

די זון נויגט שוין צו מעריב, אירע שטראלן מעלדן שוין אז ג-ט האלט שוין ביים שליסן דעם היינטיגן טאג, און דא דערמאנט זיך חייקל זיין נעכטיגע קבלה. חייקל שטעלט באלד זיינע טריט אין די ריכטונג פונעם אלטן דערפל, ווען דאס הארץ זיינע קוועלט שוין פון פרייד און גליק אז אט אט וועט ער ווידער אביסל א פארברענג טוהן מיט זיינע אלטע קרעטשמערס. וואס מאכן זיי? וואס טוען זיי? וואס איז נייעס ביי זיי? שוין לאנג נישט געהערט פון מיינע אלטע גוטע ברודער. מיט אט אזעלעכע געדאנקען און מחשבות דערנענטערט זיך חייקל צום דארף, און מיט וואס א טריט נענטער אלס מער וואקסט חייקל'ס לוסט.

טראץ וואס חייקל איז שוין אן אלטער צוזאמענגעבראכענער מענטש און די טריט זיינע קומט אים נישט גרינג אן, און ווער רעדט נאך זיך ארויסצולאזן אויף אזא לאנגן וועג אינמיטן א ברענעדיגן הייסן טאג, וואס דער גראד גרייכט אין די הויכע נומערן, ווערן אים אבער זיינע טריט גרינגער און לייכטער מיט וואס א טריט נענטער ער שטעלט צו די קרעטשמע, עס ווערט אים פשוט לייכטער אויפן הארץ, און די גליק וואקסט אין זיינע געדאנקען בעת ער זעט שוין פונדערווייטנס דעם טויער פון זיין אלטע באליבטע קרעטשמע. עפעס א קלייניקייט?

די טריט ווערן שנעלער און שנעלער, חייקל שטייט שוין ביים טויער פון די קרעטשמע, אט אט קומט שוין די גליקליכע מינוט'ן. חייקל ווישט זיך אפ די שווייס פונעם שטערן, לאזט אנידער זיינע שווערע אמפערס, לאזט ארויס א דאנק ווארט פאר ג-ט: אה, ב"ה, ענדליך זיך ווידער דערלעבט, דאנק ג-ט פארדעם, ווען דערביי שטרעקט ער שוין אויס זיינע הענט צום הענטל פונעם אלטן גרויען הויכן טויער פון די קרעטשמע...

אפפפסס... ס'דרייט זיך עפעס נישט... ס'פארהאקט, פארשלאסן. חייקל פרובירט מיט זיינע אפגעמאטערטע כוחות נאכאמאל א דריי טוהן דעם הענטל, אבער דער הענטל רעאגירט נישט צו חייקלס פארלאנג. חייקל ווערט נישט פארלוירן אזוי שנעל, און פרובירט צו קלאפן אויפ'ן טויער, אפשר זענען די קרעטשמער פארטוהן אין עפעס א געשמאקן פארברענג און זיי מערקן נישט א פרישן פארבייגייער. נאך אפאר מינוט פון קלאפן אן קלאפן און קיין שפור אויף צוריק איז נישט געקומען, איז חייקל געווארן באזארגט, וואס גייט דא פאר? וואו זענען די קרעטשמער'ס? פארוואס הערן זיי נישט אז איינער קלאפט?

חייקל שטארקט זיך, ער כאפט א שפאציר ארום די אלטע שטיינערנע געביידע פון די קרעטשמע צו זען וואס דא קומט פאר. ער פרובירט אריינצובליקן דורך די אלטע הויכע פענסטערס, וועלכע נעמען ארום די קרעטשמע געביידע, אבער... טויט, שטיל, ס'ווי א בית עולם. ער פרובירט פון די אנדערע זייט פון די געביידע, מעגליך ביי די פענסטער וועט מען אים יא מערקן, אבער ווי ערשטוינט איז ער געווארן ווען ער האט זיך דערזען נעבן א פארהאקטן פענסטער.

זכרונות מישן זיך, געדאנקען לויפן, וואס גייט דא פאר?

מעגליך דער אלטער גראף האט מצליח געווען אפצושפארן די קרעטשמע און פארטריבן מיינע ברודער פון דעם דארף? ווער ווייסט?

חייקל גיבט נישט, אויף ער דרייט זיך און דרייט זיך ארום די אלטע קרעטשמע, ווארט און ווארט, ער פרעגט זיך נאך ביי די ארטיגע פארבייגייערס, ער בעט זיי אן ערקלערונג איבער דעם מאדנעם ערשיינונג מיט ער באגעגנט זיך נארוואס.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/7/2008 23:01 לינק ישיר 

יעעעעעעעע...... יעפ, יעפ, יעפ, יעפ, יעפ, יעפ, יעפ......

איך ליין און איך שפיר זיך ווי עמיצער קוקט אן אלטן ווידיאו, א שטייגער ווי די מונקאטשער חתונה....

גוט אמאל פאר א טויש.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/7/2008 21:27 לינק ישיר 

צייטליך זאלסט וויסן איך בין אויס פון התפעלות פון דיין שריפט. ס'איז עפעס מורא'דיג. דיינע שורות צעגייען אין מויל אזוי ווי דער קאצקע-צוקער ביים הייסן זיפ-קאווע. און יא, דאס משל איז נישט בלויז פארשטיין צו געבן וויאזוי דיינע ווערטער צוגייען אין מויל בשעת ליינען, נאר ס'מיינט בדייקא אויך ארויסצוברענגען דאס זיסקייט דערפון. ס'צוגייט אקורשט ווי דאס צוקערל ביי די קאווע.

איין מינוט... לאמיך עס גיין פרובירן... יאנאש, ברענג מיר א קאפעי. שכוח. יאפ, אט אזוי שפירט זיך דאס...

באשר צו דיין פראגע:
ס'זייער א שטארקע שאלה שנוקב ויורד לחדרי בטן, באמת. וויאזוי איז אפילו פאראן א צל ספק פון וועלן פארבלייבן אין אזא מקום מטונף מלא צואה? פפעעעךךךך! דער תי' איז, ס'איז אין א בחינה ווי די וועלט זאגט "ס'איז ווי א ווערעמיל וואס עסט זיך אריין אין חריין", אדער קען מען דאס פארענטפערן מיט די גמרא פון "חן המקום על יושביו"

אזוי צי אזוי, איז זיכער אז דיין היצטיגע פראגע איז נאר שייך צו פרעגן נאר היינט צוטאגס, נאכן מאכן דעם בורא מיני בשמים אויף די ריחות טובות מיט וואס מיר האבן זיך אנגעשמעקט זיצנדיג דארט אין דערפל ביים ארענדער אין וויינגארטן.

זיצנדיג דא און זייענדיג ארומגענומען מיטן ריח של גיהנום, שפירט מען אליין נישט דעם אייגענעם גרויך. מ'גלייבט זיך אליין נישט ווי שלעכט דאס איז. איינמאל מ'גייט ארויס פון די פערפעסטעטע לופט און מ'לאזט ארויס צו די פרישע בערג, צו א רואיג דערפל וואו די לופט איז ב"ה זויבער און ציכטיג, הערשט דאן קען די פראגע פרעגן אויף 'למפרע'. אזוי טראכט איך היצט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/7/2008 19:43 לינק ישיר 

צייטלעך - פונקט ווי די אלע אלטע לייט - איז יעצט צוריק אין אלט-שטאט, אונעם אלטן פארהאקטן קרעטשמע, ווי שוין געשריבן אויף א אנדערער פלאץ, דאס וועג אהער איז געווען א שווערער און אויסגעמאטערטער, נישט גרינג איז מיר אנגעקומען דאס צוריק-קער צו אלט שטאט.

חדשים זענען פארלאפן, צייטן האבן זיך געביטן און די קרעטשמע האט זיך איינקוואטירט און איר נייער שטעטל. ליינענדיג דער אשכול נאך א צייט פון באלד צוויי יאר איז שווער צו באגרייפן וואס די אלטע אידן, די אלטע קרעטשמע לייט און טרינקער'ס האבן דורך געמאכט בעת זיי האבן זיך געברויכט אריבער ציען מיט זעק און פעק צו א נייער שטעטל, א גענצליך נייער פריץ און קעניג.

היינט - שטייענדיג ביים צווייטן מאל זיך אריבערציען -  איז עס אבער אביסל גרינגער משיג צו זיין און טראכטן און פארשטיין וואס די אלטע לייט האבן דאן מיטגעמאכט און מיטגעלעבט. כאטש זיי האבן נישט מיטגעמאכט דאס אז דער אלטער קרעטשמע זאל פארשפארט ווערן אויף שוין באלד צוויי מעת-לעת'ן בשעת מ'ציעט זיך אריבער, א שטייגער ווי מיר מאכן יעצט מיט. זיי האבן נישט געוויסט פון אזעלעכע גרויסע פראבעמען. מ'שטיינס געזאגט, אויב האט חייקל נישט געברענגט איין טאג דאס געהילץ צום הייצן זענען זיי געווען אויסער זיך. דאס איז דאן געווען פון די סאמע גרעסטע פראבלעמען אין דארף.  וואס קאן מען טוען אז זיי פארשטייען נישט אז אין נייע קרעטשמע ברויך מען קיין געהילץ נישט, עס גייט אלעס אטא-מטיק. אבער וואס פארשטייען די עלטערע..

מיטן ווילדן גרויזאמער מיינסטו האבן זיי זעך יא אן עצה געגעבן? אבערוואס. צרות האט ער זיי אויסגעטיילט טאג טעגליך, א שטיייגער טאקע די נארוואס פארלאפענע מעשה מיט חייקל'ן, וואס ווען נישט דער אפענער נס פון אינזער (מ.) ראש הקהל יענטאאש ווואלטן די אלע עלטערע לייט דא נעבעך אויסגעגאנגען פאר קעלט, נישט האבענדיג דאס געהילץ פאר די אויוון.


אמת - טראכט איך יעצט - דאס זיך אריבער צוען צו א נייער שטאט, א נייער דארף, א נייער בורגערמייסטער איז טאקע א פראבלעם, עס ברענגט פולע פראבלעמען און אלע עספעקטן. איך וועל זיך צושטעלן צו די אלטע לייט מיט דער טענה. אבער די אפציע פון פארבלייבן אין פארק איז דאך ממש זעלבסט-מארד. ווי קען דאס געמאלט זיין אז די אלטע קלוגע לייט, די ארויפגעקוקטע מענטשן פון אינזער אלטער דארף האבן נישט איינגעזעהן דאן די פולע פראבלעמען וואס דער פארק ברענגט מיט זיך? טאקע א ווינדער.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/7/2008 17:38 לינק ישיר 

וואויל געטאן ערעב זארעך מיטן ארויפברענגן דעם אלטן אשכול וואס פארלירט קיינמאל איר חן - א שטייגער ווי רוב אור אלטע געהענגלעך המלאים זיו ומפיקים בת צחוק על שפתי הקוראים היקרים.

האלט אן דיין ארבעט, זיי 'מעלה' די אשכולות, און דאדורך וועלן מיר אלע האבן אן עליה פון עומקא דתהום רבא, ביז דער ארענדער וועט זיך מרחם זיין און עפענען די ברייטע טויערן פונעם שפאגל נייעם ארענדע.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-30/7/2008 16:07 לינק ישיר 

ס'טאקע אין די סאמע דריי ביטערע וואכן ווען כלל ישראל איז איינגעהילט אין די אבילות פון חורבן המקדש וירושלים עיה"ק שתבנה ותכונן בב"א, און דער אשכול זאגט טאקע אין קעפל דאס ווארט 'קינה', אבער פארט בין איך שטארק מסופק צי מ'מעג דאס ליינען אין די דריי וואכן...

יענטאאש, נאטורליך, גרויזאמער, חייקל און קרעמער, אלע אלע לפונדק אחד. געווען אמאל צייטן...

אין די היצטיגע צייטן בעיקבתא ד? ווען מיר גייען דורך שווערע זמנים אין נסיונות, מיר מוזן זיך ליידער דרייען דא אין די שמוציגע אומאיינגענעמע גנים ופרדסים, לוינט זיך שוין ענדערש צו באזוכן און איבערליינען די אלטע שטותים ווי איידער ח"ו ארויסצוקוקן פון די דלת אמת און נכשל ווערן מיט א ראי' אדער שמיעה אסורה. און יא, אפילו דער רעזולטאט איז אז ס'ברענגט א שמייכל אין די דריי וואכן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/9/2006 20:26 לינק ישיר 

יעצט ווארט איך אויף די הספד פון נחמן_נטע...

-----

דאס וואס יין_שרף שרייבט אז מען דארף ריקן די מייז הין און צוריק, לא ידעתי מאי דקאמר מר, ווייל איך זעה ב"ה דעם גאנצן סקרין אויף איינמאל (אפשר האסטו א פיצעלע סקרין).

און דאס וואס דו שרייבסט אז עס שרייבן דארט נאר די זעלבע 6-7 שרייבער, גם זה הבל, ווייל איך אליין האב א חשבון פון צוואנציג שרייבער (דארט איז דא א כמו-תקנה אז מען שרייבט נאר מיט איין ניק).

טענתך אז אלע שרייבער פון ניי קרעטשמע קומען נאך אין פארק אריין, איז נישט אינגאנצן אמת, איך פערזענליך קום אריין קיין היידפארק א הונדערטסטל (איינס פון הונדערט) פון וואס איך פלעג מימים ימימה ווען אלט קרעטשמע איז געווען בתוקפו.

א גוט שבת

-----

זינגער;

איך האב נאכנישט אויפגעגעבן אויף דיר!

ארבעט אויף דיינע מדות... זיי זיך מסגף... און קום אריבער אביסל אין ניי קרעטשמע, מיר וועלן דיר פרובירן מקרב צו זיין.

קרעמער

תוקן על ידי - קרעמער - 01/09/2006 20:30:25



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-31/8/2006 16:26 לינק ישיר 

exectly right, I cant stand that new site, I

was ther 3 times, its a mess, i said that from the begining : if it aint broken

... dont fix it




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/8/2006 01:41 לינק ישיר 

יא, אמת, איך שטים מיט צו חיים חייקלען, מחמת כמה סיבות.

1. די אנייצעלע מאלן וואס איך האב אפגעשטאט מיין באזוך אין די נייע קרעטשמע, משטיינס געזאגט, איז מיר דער אפעטיט פארגאנגען נאך איידער איך האב עספיעט אויסצוגיין אין אלע אירע שטיבלעך. דער אויסשטעל דארט איז אזוי אומאנגענעם אז עס איז מיר פשוט פארגאנגען דעם אפעטיט פון פארברענגען דארט. נו, א קרעטשמע וואס ס'געשטעלט, אזוי צו זאגן, בלויז צו פארברענגען און ס'פארברענגט זיך נישט, איז קיין קרעטשמע!.
קיין איין תגובה דארט קען נישט לייענען מיט א געשמאק, ס'ליינט זיך עפעס נישט, מען מוז כסדר ריקן דעם סקרין הין און צוריק און ס'קריכט אויף די געהירן. דאס זעלביגע איז אויך מיט דעם הויפט אריינגאנאנג און מיטן יעדן שטוב באזונדער, מען קען נישט זען דעם גאנצן בלאט מיטאיינמאל, מען מוז כסדר האלטן די האנט אויפן מייזל און ריקן אהער ריקן אהין, וואס דאס - ווי פארשטייט זיך - פארנעמט דעם רואיגן אפעטיט פון פארברענגען, ס'מאכט נערוועז.

2. דאס וואס די קרעטשמע איז געווען פלאצירט אין "היידפארק", האט בלי ספק כסדר געברענגט סיי פרישע באזוכער און סיי פרישע שרייבער'ס. הייד פארק איז א פלאץ וואו עס גליטשן אריין הונדערטער גולשים, און פון אזויפיל גולשים איז כסדר דא מענטשן וואס זוכן חיזוק; א גוט ווארט; א שמייכל; אדער סתם אזוי א לופטער. הונדערטער באזוכער פלעגן אריין קומען אויסגעהינגערטערהייט און ארויס גיין זאט, און מיט דעם וואס די קרעטשמע איז געווען דא פלאצירט האט זי געהאט דעם ריכטיגן משמעות, אין פילן זין פון ווארט - במלוא מובן המלה, אויף וואס זי איז געשטעלט. כ'מיין אויף וואס דען איז די קרעטשמע געשטעלט אז נישט אויף די בלויזע איינציגע מטרה?. היינט צוטאגס אז די קרעטשמע האט זיך פון דא אוואק געצויגן, אויף א פלאץ וואס רוב ווייסן נישט פון דעם צו זאגן, ז'ווייסן נישט אז ס'עקזעסטירט אפילו אזא סארט פורום, איז מאי העילו חכמים? וואס האט איר אויפגעטוהן מיט אייער גאנצע קרעטשמע, אויב דינט דאס נישט די מטרה אויף וואס איר צילט?

3. דאס איז לגבי סתם באזוכער, כלומר אזעלכע וואס פלעגן דא קיינמאל קיין ווארט נישט צושטעלן נאר בלויז לייענען, און וואס איז מיט די שרייבער'ס?
 
ווי נישט ווי, פלעגן כסדר דא צוקומען פרישער שרייבער'ס, איינמאל מער איינמאל ווייניגער. זיי פלעגן גיבן א פאל אריין פון א שכינות'דיגן פורום, אריינווארפען זייערע הערות, תגובות, און גיין ווייטער. דארט אינעם נייעם קרעטשמע רעדן צו זיך מער ווייניגער די זעלביגע זעקס-זיבן מענטשן מיט אנדערע ניקס... וזהו!, עס פאלט פאר קיין רפואה נישט אריין פרישער שרייבער, צו מיינט איר דען אז די אלע וועלכע פלעגן אריין פאלן מזמן לזמן, דא אין די אלטע קרעטשמע, גליטשן שוין מער נישט קיין הייד פארק?, זיכער יא!. אלא ווא-דען?, אז די קרעטשמע איז אין די שכינות גיט מען א גיי צו, מען לאזט איבער א גוטס און געגאנגען ווייטער, ארויס צו גיין ערגעץ אנדערשט זוכן דאס שוין נישט. והמציאות יוכיח.
 
ואיכה ישבה בדד הקרעטשמע רבתי עם... היתה כאלמנה...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2006 19:56 לינק ישיר 

א יארצייט ליכט, פארטרויערט פארטראכט, צו וועסטו אמאל ברענען פאר מיר ווען א נאכט.

יתגדל ויתקדש שמיה רבא.

מיט א בליק אויף צוריק,
די הארץ איז פול מיט דרוק,
אין א ווינקל אליין,
אזש מ'קען צוגיין.

דריי איך זיך ארום,
די שטילקייט אומעטום,
טרויעריגע אויגן געפונען,
א פארלאשנקייט דערינען.

יתגדל ויתקדש.

די קרעטשמע איז ליידיג,
עס קוקט אויס שוין פאר אייביג,
איך זוך א שיין א אויסגעדראשענע,
פון די לאמטערנעס די פארלאשענע.
 
זאל זיך איינער באווייזן,
מיר ברענגן אין די גלייזן,
א גוט ווארט צו הערן,
וויל איך דאך גערן.

יתגדל ויתקדש.

אבער פון די זייט איך זעה, א ליכטיגקייט עס קומט,
נישט אין די ווייטע סביבה, א שטימעלע עס ברומט.
דער עולם איז אין די פעדערן, נישט דא קיין שאלה,
קומט מיט מיר אהין געשווינד אלע.

לאמיר אנפילן די טישלעך,
מיט וויין און ברוינפן פלעשלעך,
זאל מען זיך דערמאנען פון דעם אמאליגן אטמעספער,
מ'זאל נישט קענען זאגן אז דאס איז נישט דער.

די שליסל איז ביין אונז אין האנט,
די קלאגן און וויינען לאמיר שטעלן צום וואנט,
גענוג צוריק געטראכט גענוג געקלאגט,
לאמיר הערן נייעס וואס יעדער זאגט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2006 06:32 לינק ישיר 

סתם מוציא שם רע, זיי האבן זייער ליעב צו הערן, און ליינען, די מיט חן אנגעפולטע מאמרים, זיי ווילן דאס אבער נישט האבן מיטן ווינטאלאטאר, נאר מיטן עירקאנדישאן, וואס פארשטייסטו זיי נישט? זייטס נישט אזעלעכע בעלי גאוה, אונטערן פארטעך פון אמאל, קומט און האט הנאה. ( איך קען שוין נישט זיין דא, ס'איז געפערליך הייס דא, דאכט זיך מיר אז מ'האט שוין נישט באצאלט די לעקטער ביל דא שוין באלד צוויי חדשים, איך שפאציר צוריק צום באקוועמען קרעטשמע, זייטס מיר געזונט. )



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2006 05:41 לינק ישיר 

שנירעלעך טרערעלעך שלייכן זיך אראפ פון די טיפע אויגן פונעם ראש הקהל און מאכן זייער וועג ביז איבער די דיקע געדרייטע הערעלעך פון די פילע בארד זיינע, פארענדנדיג זייער טרויעריגע נסיעה ערגעץ וואו אויף א רוה ארט אויפן אויסעגראדטן העמעד אויף וועלכן ביילע די וועשערקע האט געארבייט איבער א פולע שעה ביים טייכל אונטערן בריק.

'יא יא טייערע פריינד, געווען אמאל צייטן' קרעכצט זיך אונטער דער ראש הקהל קוקנדיג מיט פארטראכטע בליקן אויף חייקל'ען מיט נאטורליך'ן וועלכע זיצן איבער הייסע 'טעה מיט לימענע' אנגעלעהנט אויפן אלטן הילצערנעם טישל אין די אלטע קרעטשמע וועמענס הילצערנע טיר דער ראש הקהל האט הערשט אויפגעשפארט מיט איינע פון די קופערנע שליסלען פונעם ברייטן בינטל.

'הההההההוי..... געווען אמאל צייטן, און אבער נאך ווי צייטן' הערט זיך ווייטער די שעפשענדיגע קרעכצן פונעם ראש הקהל, ווערנדיג באגלייט מיט טרעריגע אויגן פון די צוויי אור אלטע לייט פונעם אמאליגן פארגאנגענהייט.

'איר ברויכט פארשטיין' פרובירט דער ראש הקהל צו פארשטיין געבן 'אמאל בין איך געווען דא בעל הבית, ווער איז דען געווען דא? ווער האט זיך דען געדרייט אין דער קאנצעליי פון קהל? קיינער. מיר האבן באזארגט די קרעטשמע מיט וואס מ'האט געקענט, צוגעלייגט א העלצעלע אונטערצוהאלטן דעם קאווע טישל, און אונטערגעלייגט א בענקל אונטערן אויוון זי זאל חלילה נישט אומפאלן. און מיר זענען געווען צופרידן. צופרידן? גליקליך.

היינט, די היינטיגע יונגווארג זענען אנדערשט, פיל אנדערש. זיי וועלן נישט טרינקען ברוינפן פון א שטאלענעם אמפער, כאטש זי איז פיל בעסער. ווילן זיי דייקא נאר א מארמארנעם טישל, ווי מען זאל סערווירן די משקה פון א קריסטאלנעם פלעשל מיט א גאלדענעם צינגל....... נו וואזשע קאן מען דען טון?...... זעמיר מיטגעגאנגען...... זיי זענען דאך היינט בעל הבית... דאס גאנצע קאנצעליי מיטן 'טובים און פארשטאנד' האבן זיי איבערגענומען...... נו..... כ'פריי זיך אז זיי געבן מיר נאך דעם שליסל......

זיי די היינטיגע יונגווארג, ווילן שוין נישט וויסן פון די לאנגע קלוגע טיפזיניגע ווערטער און מאמרים מיט וואס מיר פלעגן זיך באנוצן. זיי האבן שוין נישט קיין געדולד. ז'יאגן זיך שטענדיג. ז'גלייכן נאר קורצע ווערטערלעך ווינציגער ווי א האלבע שורה וואס מיר אלטע לייט קענען ניטאמאל פארשטיין...... איי תוכן?.... אךך וואס ווייסן זיי דען די יונגווארג....

יא יא..... הההההההההה........ א מ'דערלעבט דערלעבט מען....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2006 04:33 לינק ישיר 

יא, גיטע צייטען איז געווען אמאהל, אין א זימערדיגער פארנאכט איז דער קרעטשמע פוהל געווען ווי א מקוה פאר'ן זמן ערב שבת. פון באהאלטענע וועלטען האבען אריין געשפראָצט די טייערע חברים איינער נאכען צווייטען.
איך געדענק,
ביים טיהר האט ר' קרעמער געפאָכעט מיט די האנט און באגריסט די באזיכער.
איך דערמאן זיך ווי,
אינטערען ברין קאַלט וואסער איז אונזער ר' חיים חיקל געזעצען, זיך פרובירט אפקילען דאס פעקעל ביינער נאך א טאג שווערע ארבייט. דארט ביים קראַן וואשט ער זעך אפ דאס שווייס פון פנים און שמייכעלט ליבליך צו אלע אריינקומער. אז איינער איז ארויס פון ביה"כ האָט זיך ר' חיים חיקל געפעדערט און אפגעריסען א שטיקעל פאפיר, צו מאכען א מצוה.

רעדענדיג פונעם פארהאַקטען פענצטער,
ווער געדענקט דען נישט ווי יענטאאש מיט סאכדעס האבען זיך געקריגט ביים פענצטער איבער ווי דאס לופט וואס קומט אריין זאל זיך נויגען און בלאָזען. איך געדענק אמאל, -נישט מער געדאכט- וואס דער סטארין-ליכט האט שיעור נישט א שריפה געמאכט פון גרויס שרייעריי, ווען נישט ס'איז אריין געקומען א יאנאש וואס האט געשטעלט א גלעזעל משקה, שמאָל און לאנג. לכבוד א יארצייט וואס ער האט געהאט א חודש פריער. דאן האבען מיר זיך אלע געזעצט ארום דעם טישעל ביים מעריב וואנט און געמאכט א לחיים ווי אידישע ברידער האבען געטון אין קאָצק און אין ראפשיץ אין די גיטע צייטען.

עס ווערט שפעט, דאס פנים פאלט אים אנידער אויפן האַרטען טיש און יאנאש שפאצירט ווייט אוועק און חלומ'ט פון זיין נארוואס ליידיגען פלאַש ברוינפען, ער זעהט אין חלום ווי מיר אלע באדאנקען זיך שיין פאר זיין שארפען ברוינפען און זאגען אים א גיטע נאכט מיט די לעפצען נאך באנעצט פון שמעקעדיגן קאָניאַק

איצטערט איז די קרעטשמע פוסט און פאַסט, ליידיג אן א נפש חי'. קומט אריין א אידעל אין גיט א הספד, וועל איך אויך צולייגען מיינע צוויי סענט.
און מיר אלטע לייט ציעהן זיך אריבער אין די ניי-מאָדישע געשמאקע קרעטשמע, ווי די אלטע לייט וואס די קינדער לייגען זיי אריין אין א מושב זקינים, אוודאי מיינען זיי נאָר די טובה פון זיידיטשקע אדער באביצע.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2006 04:00 לינק ישיר 

חחאחאחאחחאחא! - צולאכט זיך גרויזאמער אויפן קול וועלכע שפילט צוריק ארויס פונעם קרעטשמע פענסטער לאבי- אטא ביסטו דא חיים חייקלן. פון דא וועסטו שוין נישט ארויסגיין קיין לעבעדיגער!

אינדערצייט ווען דער אלטער חיים חייקל בליקט ארויס פון זיינע מולטי לאנגע אויגן ברעמען -וועלכע ווארפן אריין מיט א ווילדקייט דענדראפס אינעם ווייסן פאטשיילע- מיט שרעק אויף דעם ווילד באוואקסענעם גרויזאמער, מערקט ער ווי גרויזאמער נוצט דעם קליינעם שווארצן מאשינדל אפצורופען די פויערים פון די ארומיגע דערפלאך, וועלכע האבן שוין לאנג געלאקערט אויף א דזשיד-מאשקע צו נעמען אין געפענגעניש אלס משכון פאר די אומגעהוירע גרויסע רענט וואס די קרעטשמע איז שוין שולדיג געווען.

ווי די פיש אנפאנג חודש אלול, ווארפט זיך חיים חייקל די גלידער מיט שרעק און אנגסט, נישט וואוסענדיג צו ער וועט נאך בכלל פון דא ארויסקומען א לעבעדיגער. 'אוי גאטעניו - טראכט ער ליגענדיג אויף דער ערד געבינדען אין געוועבטע שטריק וואס א יונגע שייגעצל מיט א ברייטן שטרויענעם היטל האט באשאנקן פאר גרויזאמער פאר דעם צוועק- געוואלט האב איך דא טרעפן קרעמערן, יענטאשן, יאנאשן, און דא' כאפ....... כאפ.... כאפפפססס.... צעכליפעט ער זיך אויפן קול נישט קענענדיג צוריקהאלטן די מים חיים פון געזאלצענע טרערן וועלכע שטראמען אומאויפהערליך אראפ פון זיינע באקן באוואסערנדיג די טייטל בוים וועלכע פלעגט אין די גוטע צייטן אויסשפרייטן די שאטן העכער די קרעטשמע מיטגלידער דא אינעם פארק.

חיים חייקל וואלט אין די אינגע יארן שוין לאנג אראפגעצווינגען גרויזאמער אויף דער ערד און אים צואוויסן געטון וואס עס מיינט מסכת מכות. פריינד וועלכע געדענקן אים נאך פון סאנדז סטריט ישיבה זאגן אז ווען אימער מען האט געברויכט עפעס אונטערערדישס איז חיים חייקלן געווען דער אדרעס.

אבער זינט ער האט געליטן א מילדן אנשטעקעניש פון די טיפוס ל"ע איז אים די האנט שוואכער געווארן, און די סימני זקנה האבן זיך איינגעגלידערט אין יעדן טייל פון קערפער.

און דא... וויאזוי געט מען זיך אן עצה??? אוי הייליגער באשעפער, זיי מיר חונן דעת!

חיים חייקל פאלט אויף א פלאן, נו? שאד נישט, לאמיר דאס פראבירן!. איי, יענטאש דער ראש הקהל איז דאך זיכער אינעם נייעם קרעטשמע אויף די שפרידלדע מאנהעטן גאסן, וויאזוי זאל ער הערן זיין געשריי? א קשיא אויף א מאנסע! דאס וועט זיין מיין לעצטע פרואוו. איך האב עפעס מיט איינעם? דאס איז מיין באשלוס יעצט!

י----ע----ע----נ----ט-----א------ש-------ש------ש!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!


צושרייט זיך דער אלטער הייזעריגער מיט א שטומע פון וועלכע גרויזאמער איז אויפגעשפרינגען מיט א וואלקן-קראצער טאנץ.


י-אאאאא!!!!!!!!!! איך בין דא!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!


גרויזאמער האט נישט געגלייבט וואס זיינע אויערן הערן. ער האט נישט געחלומט אז דוקא אין די מינוט וואס זיינע פריינד האבן געזאלט פארלאזן זייערע פאלאצן קומען צו פליען צום קרעטשמע ארויסהעלפן מיט די געוואגטע מיסיע וועט יענטאש דער ראש הקהל ערשיינען מיטן גאנצן פראכט.

מיט א ווילדקייט האט ער זיך א לאז געטון אריין אינעם דערנעבעדיגן וואלד, אראפלאזנדיג זיין סעלפאון אונטער  זיך, און אנטלאפן מיט די שנעלסטע מעגליכקייט.


***

חיים חייקל שלום עליכם! שרייט אויס דער ראש הקהל מיט עמאציע....

קום נאר אהער ארויף אויפן קארעטע לאמיר שמועסן......

תוקן על ידי - גרויזאמער - 25/08/2006 4:04:54



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2006 01:35 לינק ישיר 

קלאפ! קלאפ! קלאפ!.... הילכעט אפ א וויכטיגער האקעריי אויפן הילציגן טיר פונעם ביורא פון ר' יענטאאש דער געערטער ראש הקהל.

דער הערליכער טיר אויסגעצשניצט מיט מאלערייען וועלכע איז נישט געוואוינט אז אזוינע ווילדע קלאפערייען זאלן איר באהאגלען, קוקט אן דעם קלאפער מיט א ווייטאגע מינע ווי צו פרעגן: מה כל הרעש? וואס איז דאס איצט אזאנס אז איר פילט רעכט מיר צו באקלאפן אזוי ווילד?

דער דינער יונג וועלכער איז דער בעל הבית אויף דער שטארקער מאדנער געקלאפעכץ, איגנארירט אבער די וויינעריי פונעם הילצערנעם טיר, און פארשטארקערט נאר די קלאפן מיט א שנעלערן טעמפא און שטארקערע זעצן.

פון אינעווייניג דערשפירט דער ראש הקהל אז עפעס אויסערארדענטליך גייט פאר, און מיט א צעשראקענע מינע קומט ער צו לויפן עפענען די טיר און אזוי ארום לינדערן אירע ווייען, און אויך געוואויר צו ווערן וואס האט עס עפעס אזוי פאסירט.

דער דינער, א יונג אין די מיטעלע צענדליגער יארן מעלדעוועט איין דעם ראש הקהל פון א קריטיש וויכטיגן שליח וואס ווארט דערויסן מיט א גאר וויכטיגן שליחות.

'לאז ער אריינקומען' רופט אויס דער ראש הקהל באלד.

מיט אן ערנסטע מינע אויפן פנים זעצט זיך דער ראש הקהל צום פאטעל אריינפאסנדיג דעם קאפ דערצווישן די צוויי הענט, טראכטנדיג מיט זארג וואס קען עס גאר דא זיין דער קריזיס. ווער ווייסט צו דער אלטער צאר האט זיך נישט נאך אמאל א לאז געטאן מיט ביטערע גזירות אנטקעגן די אידן פונעם פאלוואזשיקער געגנט. און אפשר גאר גייט עפעס פאר ביים קעניג, ווער ווייסט צו האט נישט דער משומד ביילוש ווידער אריינגעגעבן א מסירה קעגן די אלטע אידישע געמיינדע.

א שטילער קלאפ אין דער טיר, און דער שליח קומט אריין מיט שנעלע טריט, די שטיוול פארשטויבט, און דער פנים פארשוויצט. נאך בעפאר א טרינק און דער שליח שרייט אויס 'חיים חייקל איז ביי די טיר פונעם אלטן קרעטשמע'! גלייך אריינפאלנדיג אין א דערבייאיגן בענקל אונמאכט.

וואאאאאאאאאאאס?! שרייט אויס דער ראש הקהל. חיים חייקל איז ביים אלטן קרעטשמע?! וויי געוואלד! סטעפאן גרייט שוין אן דעם קארעטע מיט צוויי ריטערישע פערד!.....

אויפן קאפ דער צילינדער, אויפן קערפער דעם אנצוג, און מ'איז אויפן וועג גאלאפירנדיג מיט א שנעלקייט צום אלטן דארף. 'ווער ווייסט עס צו די פויערים האבן נאך דעם אלטן חייקל'ען נישט פרובירט שלעכטס טאן ח"ו' קרעכצט דער ראש הקהל מיט זארג.....

ענדליך און מען קומט אן אין דארף, מען רייט צו צום אלטן קרעטשמע אויף די אומאויסגעפלאסטערטע וועגן און באוואקסענע גראזן.

חיים חייקל שלום עליכם! שרייט אויס דער ראש הקהל מיט עמאציע....

קום נאר אהער ארויף אויפן קארעטע לאמיר שמועסן......




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2006 01:34 לינק ישיר 

חיים חייקל טייערער, וויין נישט אזוי, ווער נישט אזוי איבער גענומען פון דיינע מחשבות, און גלייב נישט אלע לשון הרע'ס וואס מענטשן טראגן ארום, מיר האבן זיך בכלל נישט אוועק געצויגן פון דארף, מיר האבן נאר געבויעט א נייע קרעטשמע, אביסל אהינציר, דריי דיך ארום און קוק, וועסטו זען די נייע קרעטשמע, שעם דיך נישט, גיי אהין, איך זאג דיר, דו וועסט נישט גלייבן וואס דיינע אויגן וועלן זען, מ'וועט דיך דארט אויפנעמען מיט ברייטע ארעמעס, דו וועסט נישט חרטה האבן, נאכאמאל מיר האבן זיך נישט אוועק געצויגן פונעם דארף, נאר פונעם פארק, ווי די אלטע קרעטשמע איז געשטאנען, ווייל דער פארק האט נישט געקענט פארנעמען, אזויפיל אקטיוויטעטן, אויף איינמאל, און די שומרי הפארק, האבן זיך פון מאל צו מאל גערורט פוילערהייט ווי אלטע אפגעדינטע שומרים, אן קיין געדולד, אן קיין שום מיטגעפיל צו די קרעטשמע מיטגלידער, האמיר זיך ארויס גערוקט פונעם פארק, און ארויף געמופט אביסל ארויפציר, און אלעס איז דארט אזוי געשמאק ב"ה, ווי אזוי זאגט דער פסוק, ובחנוני נא בזאת, קום אריבער, און פארזוך פון די געשמאקע געטראנקען, וועסטו זען אז אלעס איז ווערט געווען,
ובזה יצאתי ידי חובתי, הק' איך הער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > חיים חייקלס 'קינה' אויף די קרעטשמע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext