זעט אויס אז אינעם אלטן-נייען קרעטשמע לויטעט דער געזעץ אז מען טאר נישט שטימען פאר זיך אליינס, ווייל איך קען נישט שטימען דא...
איך פלאן בקרוב צו ארגאנאזירן א מאסן ראלי, מיט א פייערליכקייט, ווי עס וועט געהערט ווערן מעכטיגע דרשות איבער מיין צוקונפטיגער אמט.
געדענקט עס פעלט נישט קיין געלט אין מיין קאמפיין קאסע, איך קען מיך עני טיים פארמעסטן מיט יעדע באזונדערע קאנדידאט. אזוי אז אלע שטיצער זאלן נישט זיין צובראכן אין די אנדערע צדדים'ס פרעס ריליסעס. ק.נ.א. וועט לכאורה מארגן מיך אינדארסן אין זייער הויפט עדיטאריעל פון די הויפט נייעס אפטיילונג.
געדענקט! דער איינציגער קאנדידאט וואס שרייט און ווילדעוועט, דער איינציגער קאנדידט וואס וועט זיך אריינלייגן ראשו ורובו אין רעפארמירן די קרעטשמע! קומט ארויס אין מאסן!!! זאל אונזער שטימע דערהערט ווערן!!!