און.............. מיר קענען נאכנישט אריינגיין אהין רח"ל!!!!!!! אין "אידישע וועלט פארומס"
דער ריינער אמת איז אזוי, איך בין אין ווירקלעכקייט יא אריינגעגענגען אהין, יא, דאס איז דער ריינער אמת, אבער נאך א מינוט ליינען יענטאאאש'ס דאנק אויף די קומענדיגע יאהו קרעטשמע... האט זיך מיר עס אפגעהאקט און מפטירין כדאתמול, אין היים, נייעס, בילדער אא"וו קען איך אריינגיין געהעריג אבער אין פארום'ס קען איך מער נישט אריינגיין.
ווען אין מיין פעדער זאל ווען ליגן כאטש א משהו פון די טינט וואס זארעכ האט פאר זיך אנגעהאנדעלט וואלט איך אויך אנגעפאנגען א "קינה" און געווייינט מיט זוידיגע טרערן ווי איך בין געבליבן עלענד אליין בייים אלטן, וואס אלטן? ביים איר אלטן - דאס איז דאך שוין א עלטער זיידע פאר די היינטיגע "קרעטשמע המפואר" - קרעטשמע.
די פינגער קלאפן, די הענט ווארפט זיך, די קנעפלעך ווערן צודריקט אבער אין קרעטשמע אריין גייט דאס נישט. אריינגעקומען בין איך בדעה צו שרייבן אין נייע קרעטשמע, ארייינווארפן עפעס א גוט ווארט, זאגן העללאו, גיבן די אלטע חברים א שלום עליכם, אויסשטרעקן די האנט פאר איינעם, אבער ווי איר זעהט שטיי איך מיט די צינג אינדרויסן, מיינע הענט אריינגעטוען אין די סוועטער טאש, אלעס בלייבט ביים טראכטן. פון דא און ווייטער איז שוין א צווייטער בעה"ב.
די וועלט זאגט א ווערטעל "א מענטש טראכט און אין הימל מ'לאכט" קאמענטארן ביי אינזער טעמע זענען גענצליך איבעריג.
אויפן טאגעס-ארדענונג איז נאך דא היינט נאך זאכן צו ערלעדיגן, אבער ווי עס קוקט יעצט אויס וועלן זיי ווערן אפגעלייגט, מ'קען נישט אנפאנגען דעם טאג אזוי, און אויב שוין יא אנגעפאנגען קען מען נישט ממשיך זיין, און אויב שוין יא ממשיך געווען קען מען נישט... שאַ! גענוג שטותים גערעדט!
אקעי, יעצט ערנסט, איך מעג וויסן וואס דאס מיינט? טריאו זאגט מיר אז ביי אום ארבייט דאס געהעריג, איככה אוכל בראיתי אאממממ.. איך קען נישט ווייטער. (שאקס, פונקט אזא גוטער פסוק)
רבותי נישט קיין חילוק ווער עס בלאנדזשעט אריין אהער, יענטאאש, קרעמער, זארעכ, טריאו, יאנאש און ווער נישט, בקיצור, אויב טרעפט איר ארענדער זאגט אום אז איך האב באצאלט מיינע רענט עד פ"א, ער האט נישט קיין שום רעכט מיר ארויסצוווארפן פון זיין קרטשמע. (אבער זאגסט אום נישט אז איך האב אייך געשיקט, ער ווועט זיך רעגן)
כ'יין, מה יאמרו הבריות? - מיינט איר - מענטשן קוקען דאס זייער נישט גוט אן, ס'קומט דא א פרעמעדער עולם, זיי וויייסן נישט וואס דא גייט פאר. איך בעט אייך, מאכט נישט קיין חילול השם.
אייין מינוט, פאר איך שיק עס, כ'גיי פראבירן נאכמאל, איין מינוט.
יאפ!! ס'ארבייט שוין.
הצלחה.
 |
|
|