| נשלח ב-29/7/2008 17:16 |
|
| |
די ראסטיגע שליסלען רייבן זיך נישט אינעם אלטן שלאס
שלעפט זיך חיים חייקל מיט זיין בונטל אלטע פאראסטיגטע שליסלעך צו די אלטע נאכגעלאזטע פארשטויבטע ביידקאלע, וועלכע האט אינעם אלטן אמאל געדינט אלס דער קוואטיר פאר די קרטעמשע. חייקל איז אין זיבעטן הימל! אמער, ער פארמאגט דאך אומגעפער א פינעוו-זעקס שליסלעך צו קענען איינטרעטן און אויפשפארן די אלטע כאטקע, וועלכע איז שוין היינט באזעצט מיט די נישט גוטע.
ווען ער שטייט ביים שוועל לייגט ער אנידער דעם אלטן 'יין' המשומר, וועלכער ער האט זיך געהאט אוועקגעשטעלט אין קעלער פונעם אלטן אמאל, און ער הויבט אן אין א שורה פרובירן איינס ביי איינס. צו זיין ערשטוינונג אנטדעקט זיך אים, אז די שלעסער זענען פארשטוישט!
איר קומט מיט 'יין' המשומר? דאן בלייבט אינדרויסן! אז איר ווילט, קענט איר אריינקוקן פון די פארהאקטע פענסטער אדער פרובירן די אנדערע שליסלעך. מיט'ן 'וויין' זאלט איר גיין כשרן א קוואל בור, פארשטאנען?
ער ווייסט נאך נישט צו נטעס שליסלעך זענען יא צוגעפאסט צום נייעם שלאס, אבער זייענדיג אונטערן טיפן קלאפ פרובירט ער דאס שוין אפי' נישט. ער פרייד זיך אז איין שליסל האט זיך נאך גרויס מיה יא דוכגעשטיפט די אלטע ציינדלעך און ער באגעניגט זיך מיט דעם.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/7/2008 22:37 |
|
| |
רבותי, צו די נארוואס'יגע גרויסהאפטיגען טראמפייטערישן מאמענט, אין וואס די צוויי אלטע גוטע ברידער-פריינט, זענען ארויפגעפאלן איטליכער אויף דעם אנדערענ'ס האלז, און זיך צוזאמגעדרוקט ווי אויף אייביג, מיט דמעות של אהבה, גיי מיר דא אלע באטייליגטע צושויער, פראקלאמירן א נארהאפטיגע "שהחיינו" טאראראם..
יעדער איינער וואס גייט אהער אריינקומען, איז מחויב על פי הלכה, צו מאכן א ברכת שהחיינו בשמו ובשם אמו ושבע שנים למלכות היידפארק אשר בקרעטשמע הבירה..
ברוך אתה הקרעטשמע מלך ההיידפארק שהחיינו עם חיים חייקל וקימנו עם יענטאאש והגיענו לזמן הזה... אהההה מיי ן.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/7/2008 19:27 |
|
| |
יענטאאש, האסט דיך פארבענקט, הא? גוטע צייטן געווען (אזוי זאגט מען).
|
|
|
|
| נשלח ב-29/7/2008 19:26 |
|
| |
אההה, צייטן פון אמאל, דאס דערמאנט נאסטלאגיע.
טאקע ריכטיג די הייד פארק צרות און פראבלעמען, אבער - פווו...פפפפפ. איך קען נישט אזוי, די זאמד קומט מיר אריין אין מויל אריין - אז חייקל און יענטאאש האבן זיך געטראפן לוינט זיך דאס אלעס!
|
|
|
|
| נשלח ב-29/7/2008 19:22 |
|
| |
פון ווייטנס הערט זיך א גערויש וועלכע ווערט אלץ שטארקער און קלארער, צוביסלעך טוען שוין אפילו חייקל'ס אלטע אויערן דערשפירן עפעס א קול, אפילו די גרויע הערעלעך וועלכע טוען באוואקסן די וועטשיגע אויערן קענען שוין נישט בלאקירן די קולות פון די קארעטע וועלכע קומט צופליען איינגעשפאנט אין צוויי אלטע אבער שטארקע פערד.
חייקל הייבט אויף די ברעמען, פרובירט קוקן אין ריכטונג פונעם קול, אבער ווערט באגעגנט אין א אויפגעבלאזענעם זאמד וואולקאן וועלכע הייבט זיך מיט קראפט פון די ריטערישע פערד און וואגן.
פון אלטן זעקל טוט חייקל ארויסשלעפן די ברוינע ברילן וועלכע זענען פארקלעבט ביים שייד פונקט פונעם הענטל און די גלעזער מיט פלאסטישע קלעיפ. די ברילן טוען נישט דייקא פארבעסערן חייקל זעעונגס קראפט אין די מאמענט, סיי ווי וועט ער נישט זען די רייזנדע אינעם וואגן פון אריבער די זאמד פארע, פארט וועט זי אים אבער באשיצן פון די זאמדן וועלכע פאראדירן אין זיין ריכטונג און פרובירן זיך טוליען אים אין די אויגן.
און אט אז די קארעטע דערנעטנטערט זיך און קומט צו אן אפשטעל..... אה! טוט א שטראם פון געפילן איבערנעמען די צוויי אנקוקנדע.... ווי אלטע פריינט לויפן זיי זיך איינער געגן דעם אנדערן און פאלן זיך צו די ארעמעס, רעב יענטאאש רעב יענטאאש! שרייט חייקל מיט ברויזנדע געפילן, רעב חייקל רעב חייקל! טוט יענטאאש צוריקשרייען פון אונטער די ווייסע וואנצן, אה קוקן זיי זיך אין די פנימער, אוואו ביסטו פארהאנדן לעצטנס? ביי וועלכע טאכטער טוסטו איינשטיין? ביי וועלכן זין טוסטו פארבראכן די אלטע יארן?
קום נעמט יענטאאש חייקל'ען ביי די האנט, דוי אין אלט קרעטשמע בין איך דאך פון בעלי בתים, נו קום ידיד'טשקע זיסער לאמיר אריינגיין פארבראכן....
שטייען זיי אזוי די צוויי זקנים פארן אלטן טויער און גיבן א לאנגן בליק אויפן קרעטשמע פון אויבן ביז אראפ.... 'א שעינקעיט' שעפשען זיי ביידע, 'וואס האט זע געפעלט די יונגווארג' פרעגן זיי מיט א מאך מיט די האנט, און שפרייזן אריין דורכן אלטן טויער.
דייקא אינעם אלטן צימער מיט די דיקע לופט און פארשטייבטע גערוך שפירן זיך די צוויי הערשט ווי יונגעלייט פון א צענדליג יאר יונגער....
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/7/2008 19:21 |
|
| |
מיט אנגערייצטע טריט, שלעפ איך מיר מיט מיין אלטן 'דאָבל יו די פאָרטי' אפשר וועטאָס העלפן זארעכ'ן מיט עגמת-קלאמקע וואס זאל אים העלפן אויסברעכן די פארשטייפטע ראָסט. אוי זארעך נעם איבער די באָטעל...
אבער ניין! אזוי אלט ווי דער באטעל איז, ער וויל שוין ניטאמאל ארויס גיסן אביסעלע 'די פארטי' אוי וואס טוט מען...
|
|
|
|
| נשלח ב-29/7/2008 19:13 |
|
| |
יגר, נאך א סיבה זיך צו בענקען צו היידפארק...
|
|
|
|
| נשלח ב-29/7/2008 17:34 |
|
| |
אויך מיר א הייד פארק אשכול, מיין תגובה איז אריין פיל מיט עקסעס, איך אליין זעה נישט יעצט קיין איין בילד.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-29/7/2008 17:31 |
|
| |
חיים חייקל, וויין נישט ווייל ס'וועט נישט העלפן, גלייבזשע מיר, פון מיינע אויגן זענען געפלאסן א ים מיט טרערן שטייענדיג ביי די טיר מיט די טויזענטער יונגעלייט וואס ווילן אריינקומען, און ווי גרויס איז דער בראָך געווען זיך צו באגעגענען מיט'ן פריץ וואס לאזט נישט קיינעם אריין! קיינעם , מיר האבן געוויינט און גערופן, געשריגן און זיך געווארפן אויף די פאדלאגע ווישענדיג דעם פריץ'ס שטיוועל, ביטע האב רחמנות , מיר זענען אויסגעשפארט און אויסגעשלאסן פון יעדן מקום, "פריץ" האט מען געקענט הערן איינע פון די יונגעלייט שרייען, "פריץ לעבן" דאס איז אונזער היים-לאנד, אט אט דא זענען מיר געבוירן געוואוירן און דא האט מען אונז געזייגט און באגלייט, פארוואס קומט זיך אונז דאס?
דער גראבער פריץ, וויל אונז אפי' נישט אנקוקן ער געט א ווייז מיטן גראבן פינגער, אנטיאגט פון דאנעט
חייקל, דו מוזט זעהן וואס עס טוט זיך אינדרויסן, יונגעלייט וויינען מענטשן זענען פארלוירן קינדער זענען צומישט  , וואס קען מען טון שרייען אלע אויס ווי אין א כאר אנדערע נעמען זיך קייען גאָם די יונגע מיידלעך נעמען זיך שפילן ראָב (א מין אלט-פארצייטישע שפיל) און אלע אינאיינעם האפן נאר צום בעסטן אז ס'זאל שוין קומען דער גליקליכער מינוט, מיר זאלן שוין זעהן אינעם פריץ א מפלה
 |
|
|
|
|
|