בית פורומים היימישע קרעטשמע

הכצעקתה? ווי זענען די ראשי קהלה?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/7/2008 01:10 לינק ישיר 
הכצעקתה? ווי זענען די ראשי קהלה?

די פעדער וויינט (וואס טוט עס?..), די פנים פלאמט, די מויל גע'ניצט, די שפייעכץ (ס'איז נאך דא?..) ווייסט נישט פארוואס זיין בעה"ב לאזט אים אזוי ארויסרינען ווי נעגל וואסער אינדרויסן פון די ישיבה בילדינג, אלעס איז אפגעשטעלט, פארוואס? ווייל ס'איז דא קאנסטראקשן.

האט מען שוין געהערט אזוינס? ס'ווייסט יעדער שמויגער אז ווען מ'מאכט קאנסטראקשען אויף די וועגן, שטעלט מען אראפ צוויי קלאיניס אויף ביידע זייטן פון די גאס, וואס זיי שאקלן די הענד פאר יעדעם, טאנצן און שפרינגן, וחצוצורת התרועה בפיהם, א פייפער וואס לאזט זיך הערן, מ'הענט סיינס פון א מייל ווייט: מען איז ווארקינג, ס'זאל זיך עפעס טון במשך די צייט. מ'האט אונז דא אלע גענומען און איבערגעלאזט כצאן בלי רועה, ווער קען נעמען אויף זיך דעם אחריות אז ס'וועט זיך נישט יאווענען איינער וואס זאל מעלדן איך נעם יעצט צוזאם געלט נזמי זהב צו מאכן אן אף חזיר, ווער וועט האלטן דעם עולם אין די ראמען? וויאידאס געהערט געווארן אז א מנהיג זאל נפטר ווערן אן איבערלאזן מינומים 8 פארטרעטער'ס ס'זאל חלילה נישט אויסברעכן א צולאזענקייט ביים ציבור?..

האסטו געהערט אזוינס, אלטער, אויף דיר איז מיין טענה, כי בימיך נפלגה הארץ, וואס איז דיין כח? ווי שטעקט דיין מוח? צו וואס ביסטו ראש הקהל? צו זעהן ווי דער עולם שפרינגט ווי די טוילט טיר איז פארשפארט?

מיר שרייען, מיר פארפירן, מיר גייען צינדן גארביטש קענס, מיר גייען מאכן טאמבעל סאסעס, מיר גייען מאכן פאני פעסעס!

איך בּאָסט



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/7/2008 03:59 לינק ישיר 

יגרסהדותא כתב:


גיימיר דא שלח'נען וואס איך האב געזאלט שלח'נען אויף דיין תשעה באב ארטיקל, ואי"ה ביום שמחתינו בפתיחת השערים, וועלן מיר עס אריבערפירען למקומם הראוי, וזכרון אחד עולה לכאן ולכאן:

וזה לשוני:

אוי יגר יגר!

וויפיל מאל האב איך שוין געוואלט זיך אפשטעלן און מגיב זיין אויף דיינע ארטיקלען וואו געשמאק דאס איז, וואו הארציג דאס איז, וואו נאטורליך דאס איז, וואו זאפטיג דאס איז, וואו געוואלדיג דאס איז, וואו אמת'דיג דאס איז, וואו תורה'דיג דאס איז. אבער מען קומט פשוט נישט אן, מיין צייט וואס דריי מיר אויף די אונטער-וועלט איז זייער באגרעניצט, אז ממש די צייט ערלויבט נישט דערצו, און אויך ווי זארעכ זאגט " יעדן מאל ווען איך זע דיין נאמען אויף אן אשכול בין איך פעסט באשלאסן אז דאס מאל נאכן דאס ליינען וועל איך אויסגיסן מיין טינט דיר איבערצולאזן א הילכיגן יישר כח, אבער יעדן מאל באזונדער ווער איך פשוט פארגאפט פונעם ארטיקל זעלבסט אזש איך ווער שטום און פאר גרויס התפעלות, איבערטראכטנדיג דעם תוכן הארטיקל, פאר איך אריין אין אן אנדער וועלט! איך פארגעס פשוט פונעם קליינעם יישר כח...", און ווי זארעכ זאגט ווייטער "זאל זיך דיר נישט אויסדוכטן אז דאס מאל איז געווען אנדערשט. איך בין שוין געווען אינדרויסן פונעם ארטיקל און דאס עריבות, באגלייט מיט א פרייע מינוט, האט מיך דערמאנט דעם "לא יחל דברו".", דעריבער האב איך באזעצט אין דעים פראגראם פון ביל געיט'ס וואס רופט זיך ווארד, און איך פרוביר זיך צוזאמנעמען אפאר דיבורים דיר צו דאנקען פארן הכנה צו די 9 טעג, און תשעה באב.

הרבה דרשות שמעתי בחיי, הרבה תשעה באב'ס עברו בימי, אבער אזוי ווי דער אינגערמאן [-זיידע] לייגט עס אראפ האב איך נאכנישט געהערט. אסאך שרייבער'ס ווערק האב איך שוין געליינט אין מיין קורצע לעבן, ווארשיינליך מער ווי מיינע זיידעס האבן געליינט זייער גאנץ לעבן, פון אסאך גוטע שרייבערס האב איך שוין הנאה געהאט, יעדער איינער מיט זיין אייגנארטיגען מעלה. אבער אזוינ'ס צו נעמען אזוי פשוטע נושא, וואס יעדע שטיקל פאר זיך פארציילט נישט קיין נייעס אדער חידושים פאר קיינעם, און דאך זאל עס זיין אזוי חידוש, דאס האב איך דערווייל נאר געטראפען ביי דיר. אזוי צוצונעמען א הארץ אויף פיצלעך, אזוי אריינפירען אין עולם המחשבה אריין, אז איך האב ממש געפילט די גלעט פון דיין זיידען אויף מיין האנט בשעת'ן ליינען.

יעידו עלי תגובתי אז איך בין איך נישט קיין גרויסע מגיב דא אין קרעטשמע, די שרייבען קומט מיר נישט אן גרינג, מער פון "שכוח'ס", "חחאכככא'ס", אדער "פרינטער פרינט", זעהט מען נישט צופיל פון מיר. אבער ולא יכול יותר להתאפק, די געפילען קענען שוין מער נישט פארבלייבען פון אינווייניג, עס שטורעמט און שטראמט ארויס אינדערויסען, אזש איך קען עס שוין מער נישט צוריקהאלטען.

איך האלט אז זאלסט אננעמען א פאסטען פון א "מגיד מישרים" ערגעץ וואו, אדער ווי אין היינטיגע צייטען א "משפיע" אין א ישיבה, איך האלט אז דו קענסט גאר אסאך אויפטוהען פארן היינטיגען דור, די עולם לעכצעט נאך אזינע דרשנים, די עולם איז מבקשים, און איינער וואס איז באשאנקען פון הימל מיט אזוינע כשרונות טאר נישט זיין א נחבא אל הכלים, נאר דארף אויסנוצען די כלים וואס די באשעפער האט אים באשאנקען.

מיינע פינגער קלאפען אזוי קויפן קי-בארד, און לאזט ארויס וואס עס לאזט זיך... אוי, מען קלונגט שוין די בעלל, אקעי, א סימן אז מען דארף זיך שוין דא אפשטעלן.

קאנטראל עס, סעיוו, אוי יגר יגר, קלאוז, און באלט גיימיר מקיים זיין דעים שלח תשלח את ה'עמממ... עה, כ'ווייס נישט וואס...

נ.ב. אן עקסטרען שכוח פאר איכער פאר די הערליכע סיפור - וואס איך האב שוין אויך ווען אמאל עס געהערט - אבער צוזאמען מיט יגר'ס באשרייבונג, איז עס ווי זאלץ אויפן רעטאך, אדער ווי ספרינקעלס אויף א קאפקעיק, אדער ווי... איך מיט יגר, אדער הער סהדותא.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/7/2008 02:55 לינק ישיר 

אוי אוי אויש, וואו איז גרויזא, ער בענקט זיך, ניין???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/7/2008 02:48 לינק ישיר 

איך כאפ א דרימעל נאכען דריקען שלח אין ווען איך שטיי אויף איז עס רויב מאל(נישט אייביג) שוין געשלחט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/7/2008 02:33 לינק ישיר 

עניוועי פון ווען מעשלאכט א תגובה ביז עס קומט אן נעמט סייווי מער ווי א טאג...........



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/7/2008 02:29 לינק ישיר 

צייטליך ניין בשע"א מיר ווילן נישט ווארטן נאך א טאג, מען מיז שוין עפענען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/7/2008 01:52 לינק ישיר 

ספעציעלע בקשה צו די מנהלי הקרעטשמע.

אויב איר קענט, נעמט אן מיין ביטע, בלייבט פארשפארט נאך איין טאג! נאר איין טאג. איך זאג אייך, עס איז פאר אייער פארגעניגן, פאר אינזער פארגעניגן און יעדעם'ס פארגעניגן.

קרעמער ,טראכט אריין, קומסט ארויף די טרעפ און די זעסט יגר שטיין מיט זיינע תשעה-באב פאַפאָטשן און ער מאכט 'טאמבל-סאוסעס' אזוי רינדע דעם זייגער, איינס נאך ס'אנדערע, דאס איז זיכער א מחזה הוד.

יגר, נאר איין זאך ביטע, קיין גארבידזשעס זאלסטו מיר נישט אנצינדען דא, הייד פארק האט שוין גענוג א ביטערען גערוך, עס פעלט נישט אויס קיין ספייסעס דערפאר.

וווען קומט דיין בעה"ב צוריק פון וויקאציע?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/7/2008 01:35 לינק ישיר 

אוי יגר יגר, ביסטו אייזן!!!!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/7/2008 01:17 לינק ישיר 

האלט דיר נישט דיין אטעם,

ער וועט נישט ענטפערען.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > הכצעקתה? ווי זענען די ראשי קהלה?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext