עס איז פארהאן אן אנגענומענער כלל אין די מיליטערישע וועלט, וועלכע לויטעט ווי פאלגענד:
עס איז טאקע א וויכטיגער פונקט אין א מלחמה צו אטאקירן דעם שונא מיט די אייגענע וואפן. אבער אסאך וויכטיגער און סטראטעגישער פון דעם איז: ארויסצונעמען דעם שונא'ס וואפן פון זיין האנט און זיך באנוצן דערמיט אויף צו אטאקירן אים זעלבסט!...
כלפי מה דברים אמורים?
מיר לעבן אין א וועלט ווען טעכנעלאגיע איז ליידער געווארן א וואפן פונעם יצר הרע, דער שטן האט פארוואנדלט די טעכנעלאגיע אלס א נוקאלארער וואפן צו צעברעכן כל הקדוש לנו, ס'רייסט ביים הארץ, צוזעענדיג וויאזוי די טעכנעלאגיע ברענגט ממש טאג טעגליך אראפ דעם רוחניות'דיגן ניווא אויף א שוידערליכן פארנעם.
איינע פון די מקומות וועלכע ווערן באנוצט – ליידער – דורכן שטן אויף צו פארשפרייטן לשון הרע, רכילות, עלבון תלמידי חכמים, און פיל ארגערס, איז טאקע די שעדליכע פארומען אינעם הייד-פארק קרעמל...
אבער זיך האלטנדיג פאר די אויגן דער אויבערדערמאנטער כלל גדול און מיליטערישע סטראטעגיע איז פארשטענדליך אז מיר דארפן טון כל מה שביכלתינו ארויסצונעמען טאקע אט דעם טעכנעלאגישן וואפן פון זיין האנט, און זיך באנוצן דערמיט אויף אים צו אטאקירן!
וויאזוי וועלן מיר דאס באווייזן?
גאנץ פשוט. דורכן פארשפרייטן ערליכע ענינים, און וויכטיגע ידיעות וועלכע קענען אונז בייהילפיג זיין אויפן טאג טעגליכן לעבן, און טאקע דאס איז די סיבה וואס האט אונז – א קבוצה פון עטליכע חברי ה'פארק - באוואויגן צו עפענען דעם פאלגענדן אשכול, אונטערן נאמען "אשכול הכשרות".
*
עס איז אן מפורסמ'דיגער פאקט אז דער גרויסער מאורן של ישראל מרן הגה"ק מהר"א מ'סאטמאר שליט"א האט אין די לעצטערע זמנים זיך גאר שטארק אריינגעלייגט אראפצושטעלן שטאנדהאפטיגע יסודות אין כשרות פאר תלמידיו וחסידיו הנאמנים בפרט, און פאר ערליכע אידן וואס זוכן צו זיין נזהר און אפגעהיטן בכלל.
טויזנטער ערליכע אידן מדקדקים במצוות באגלייטן און אבזערווירן דעם סאטמארער רבי'נס הייליגע פעולות און זיין מאסיווע פארשריט בעניני כשרות, אנגעהויבן מיט מהודר'דיגע מצות אויף פסח; בשר עוף ובהמה בתכלית ההידור והכשרות, ועוד ידו נטוי' בעז"ה מיט כשרות המאכלים אין אלע אספעקטן.
יא! צוביסלעך וועקט זיך דער ברייטער ציבור אויף, צוזעענדיג וואס עס שפילט זיך אפ פאר די אויגן, און מען רעאליזירט אז מיט א פאראייניגטן כח האבן מיר באוויזן וואונדער, און מיט א פאראייניגטן פראנט און סייעתא דשמיא וועלן מיר באווייזן צו פארפולקאמען דעם רבינ'ס וואונטש!
זה לעומת זה שווימט צוביסלעך ארויף אויפן אויבערפלאך דער אבסורד, ווען ערליכע אידן וואס ווילן זיין אפגעהיטן, זיי זוכן כשרות-סטאנדארטן אויף א שטערקערן פארנעם, ווערן זיי פארשריגן אלס "די וואס זענען 'משנה' פונעם רבי'נס דרך!", בו בזמן וואס אזעלכע באנוצן מיט מפוקפק'דיגע ווייץ כידוע לכל; קויפן פלייש אין אספסוף-יאטקע'ס; באנוצן זיך מיט שטיין-זאלץ שלא כהוראת רבינו הק'; און די רשימה איז נאך זייער לאנג ליידער... זיי שעמען זיך נישט צו בארימען אלס "ממשיכי דרך רבינו הק'!"...
דער געוואונטשענער "אשכול הכשרות" וועט בעזר השי"ת ברענגען באריכטן און ארויסהעלפן אין אט די הייליגע מערכה למען כשרות המאכלים ביי תלמידי וחסידי סאטמאר בפרט, און יהדות החרדית בארה"ב בכלל!
*
קלארשטעלונג: מיר – די גרינדער פון דעם אשכול – האבן נישט קיין שום דירעקטע פארבינדונג מיט קיין איינע פון די חשובע ועדי הכשרות שע"י קהלתינו הק' אין וויליאמסבורג אדער אין קרית יואל. מיר שטייען פון דער זייט און באאבאכטן זייער הייליגן ציל, און מיר – כשאנו לעצמינו – האבן באשלאסן זיך צוצושטעלן צו די הייליגע מערכה למען הכשרות דורכן מעלדן פארשידענע אנטוויקלונגען, האלטן דעם ציבור אינפארמירט מיט אינפארמאטיווע ארטיקלען, נייעס באריכטן, כשרות-אויסגאבעס, מעלדונגען און כשרות-אלערטן!
די מיינונגען וואס ווערן דא ארויסגעברענגט זענען – כפי שידינו מגעת – מיוסד על דעת תורתם פון הרבנים הגאונים שליט"א און די חשובע עסקנים וועלכע טוען בשדה הכשרות, און מיר האפן מקדש שם שמים מיט אונזערע שריט, ויהי נועם ד' עלינו!
ווי עס שרייבט:
אשכול הכשרות פארוואלטונג
נשלח ב-21/12/2010 22:34
היינט האט זיך געפנט א רעסטעראונט אין וומ''ס
אין די זשיגאן'ס שיקן ארום אז יענער גייט נעמען דוקא פין די מפוקפק'דיגע פלייש א שטייגער ווי 82
אויב יא
זיי וועלן לכאורה זיין די איינציגסטע וויליאמסבורגע רעסטעראונט/טעיק אוט וואס וועט נישט האבען ק''י פלייש (חוץ די מליחה ואילך בוטשער)
דאס האבען די זאליס ארומגעשיקט
Remember he's the only resturant in willi not taking the trifah KJ meat. Let's all support him!
פין די אנדערע זייט גייען אבער ארום קלאנגען וואס לייקענען גענצליך די זאלי מעסעזשעס
קען עס איינער מברר זיין?
אז מ'רעדט שוין איז כדי צו באמערקן
די נייע רעסטעראונט איז אויסגעשטעלט ווי א באר אין קעגן גדרי הצניעת (כ'האב עטליכע בילדער אין באזיץ)
איך כ'וואלט געווען נייגעריג אויב דא וועלן די זאליס אויך פירן א מערכה א שטייגער ווי אויף גריל אן לי
אדער ווען די בעה''ב איז א זאליס איז אנדערש
(א שטייגער ווי קאושער 'גרילל' וואס מ'האט פין די מושחתים נישט געהערט קיין ווארט)
תוקן על ידי rebyankel ב- 21/12/2010 22:56:39
נשלח ב-21/11/2010 21:25
דעם שב"ק איז געהאנגען געווארן מודעות אין קרית יואל פונעם בארימטן ועד הכשרות-קרית יואל אז "צוליב כשרות פארלעצונגען" איז אראפגענומען געווארן די הכשר פונעם רעסטוראנט
"קאושער גריל"
ולמזהיר ולנזהר שלומים תן כמי נהר.
*
נישט אלעמאל איז וויכטיג אריינצוגיין אין אינערליכע פרטים, אבער היות עס איז ליידער א וועלט פון פאליטיק, און דאס ווארט פאליטיק האט שוין ליידער באוויזן אוועקצו'הרג'ענען גרויסע שטיקער אידישקייט, און לעצטנס, זינט רבינו שליט"א האט זיך אריינגעלייגט צו פארעכטן די הויפט טיילן פון די כשרות-קארופציע וואס הערשט אין אמעריקא, ווי אלע "דרויסנדיגע" באגלייבטע בעלי מכשירים וועלן אייך מעיד זיין ואכמ"ל, איז אנטשטאנען א סארט באוועגונג ביי געוויסע מענטשן, וועלכע טראגט אריין "כשרות" אין דעם באן, צו ווערן א ענין וואס ווערט אפגעקילט און פארנאכלעסיגט צוליב וואס די האקלסטע אישו'ס דערין ווערן באטראכט ווי פאליטיק, און די תוצאות דערפון קענען זיין אז געוויסע פון ביידע פארטייען זאלן עסן מאכלים אין א סטאנדארט וואס זייער טאטע וואלט קיינמאל אין זיין לעבן אין שטוב נישט אריינגענומען.
דעריבער איז פארשטענדליך אז מיר מוזן פרובירן אויסצורייסן דעם איינדרוק וויפיל עס איז שייך, און דעריבער וועלן מיר מוזן רעדן מער אפן, און אין אונזער פאל וועלן מיר איבערגעבן דברים כהווייתן בלי שום שינוי בעז"ה.
פארגאנגענען חודש אלול, איז געווען א אסיפה פונעם ועד הכשרות דק"י בבית רבינו שליט"א, וואו די רבי איז געווען בראש האסיפה.
ביי דעם אסיפה איז באשלאסן געווארן, אז היות די אלע פליישן וועלכע ווערן פארקויפט אין די גאס זענען במשך די יארן געווארן אין א מצב אז ס'איז בלויז (קוים) גוט אויף "ליכא דרכא אחרינא", און היינט איז שוין ב"ה א מציאות פון איכא דרכא אחרינא, ס'איז שוין פארהאן ריכטיג כשר פלייש פון די נייע מהודרדיגע שחיטות, פון עופות און פון גסות, דעריבער וועט די ועד הכשרות טראגן די פארשטענדליכע אחריות נישט אריינצולאזן חלילה קיין אנדערע פליישן אין א זאל אדער געשעפט ווי זיי גיבן דעם הכשר.
איינע פון די געשעפטן וועמען דאס האט אפעקטירט איז געווען קאושער גריל. און ער האט פארשפראכן זיך צוצושטעלן.
האט ער זיך אבער דערזעהן, אז א טייל פון די סארט פליישן וועלכע ער נוצט, איז נישטא צו באקומען פון די סאטמארע פלייש (טעקסאס). דאס אויפצוהערן נוצן וואלט געווען פאר אים א גרויסע פארלוסט.
איז ער אריבער צו רבינו שליט"א און גע'טענה'ט אז די ועד הכשרות בא'עוולה'ט אים, ווייל עס קען אים קאסטן זיין געשעפט, און ער האט צוגעלייגט אז זיין פרנסה איז זייער מצומצם און מען מוז זיך דערמיט רעכענען. האט די רבי גע'פסקנ'ט אז די סארט פליישן וועלכע זענען דערווייל נישטא פון די סאטמארע שחיטה זאל מען אים לאזן נוצן פון די פרעמדע, בתנאי אז ער שטעלט ארויס א צעטל אז א טייל פון די פליישן זענען אונטער די השגחה פון נירבאטור רב שליט"א, אזוי אז יעדער זאל פארשטיין אז דער ועד הכשרות גיט נישט קיין חותם דערויף, און זאל זיך יעדער באשליסן צו ער וויל דאס עסן צו נישט.
וכך הוה, ער האט אנגעהויבן נוצן פון אנדערע פלייש, און ארויסגעהאנגען אזא צעטל ווי פארלאנגט.
אינדערצווישן האט מען אנגעהויבן נאכהערן אז ער זאגט פאר קאסטומער אז ער נוצט מער נישט ק"י פלייש. ווען די ועד הכשרות האט אים געפרעגט דערוועגן האט ער געזאגט אז ער זאגט נאר אזוי וועגן זיינע לינקע קאסטומערס, אבער אלעס איז בסדר אן קיין שינוי. למעשה אבער האבן די משגיחים אנגעהויבן זעהן עפעס א צומישעניש אין די פלייש פעקלעך. עס זענען געווען פעקלעך פון אלע סארט קאמפאניס, אבער אויף אלעם האט ער געזאגט א תירוץ אהער און אהין. מ'האט געזעהן אז ס'טויג נישט, איז מען נאכגעגאנגען די זאך, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער קויפט טאקע יא פשוטע מיעל מארט פלייש, זיך פארלאזנדיג אז סשטייט שוין אויפן צעטל אז "געוויסע" פליישן זענען פון נירבאטור, און ער העאט דאס אנגעהויבן נוצן אלס א היתר נישט נאר אויף די פליישן וואס ער קען נישט באקומען די אויסגעהאלטענע, נאר אויך אויף די פליישן וועלכע עס זענען פאראן געוויסע קעסטומערס וועלכע פארלאנגען די נישט-אויסגעהאלטענע, נו, וועט שוין נישט אויסמאכן, ער וועט דאס אויך אריינרוקן אינעם היתר וואס די רבי האט אים געגעבן, און אזוי וועט ער צופרידנשטעלן די לינקע קאסטומערס.
דער חשבון איז טאקע זייער א גוטער, אבער נישט ווען מען באהאלט דאס פון די משגיחים! ווען מען ווייסט זייער גוט אז זיי ווילן אזאנע פלייש נישט אריינלאזן, און דער היתר פונעם צעטל איז געווען בדיעבד גמור נאר אויף א מצומצמדיגער קליינער חלק פון די פלייש.
ולא עוד, איז ארויסגעקומען אז די טשיקן פלייש וועלכע ער נעמט יא קרית יואלע טשיקן, האט ער - אן די וויסן פון די בעל מכשיר - גענומען פון די מאנסיער פלייש געשעפט (ויואל משה) וועלכע נוצן טאקע ק"י פלייש, אבער, די ועד הכשרת האט נישט קיין אבזערווירונג דארט, און זיי זענען אוודאי נישט מסכים אויף אזא טויש, און אוודאי און אוודאי נישט ווען מען טוט דאס אויסבאהאלטן און מען פאפט ארום מיט די משגיחים!.
אך און וויי פאר א בעל מכשיר וואס לאזט אזאנס אדרוך.
לכן, זאל דער ציבור וויסן, אז נישט נאר וואס א היימישער איד וועט אוודאי נישט איינקויפן אין אזא געשעפט – נאר ליבערשט אויב האט ער רחמנות אויפן בעה"ב וועט ער אים שיקן אן ענוועלאופ אויף די פאסט... – נאר יעדער בעל מכשיר וואס וועט זיך דערקייקלען ארויפצולייגן א השגחה אויף אזא געשעפט – וואס אזא שריט איז אייגנטליך די הויפט וואפן צו צעברעכן כשרות – ווייזט דאס אויף יענעם'ס השגחה וויפיל פארנטווארטליכקייט זיי טראגן, און פאר וועם זייער סטעמפל דארף דינען ווי א הכשר... וידע הציבור יזהר.
_________________
נשלח ב-29/10/2010 04:00
מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די נייעס ביי אנשי שלומינו, אז דער אפטיילונג פון "קול משמרת הכשרות" אויף קול סאטמאר, איז אויפגעפרישט און פארברייטערט געווארן צום נייעם יאר.
אין מיין אז די ביסט גארנישט אזא אדם אמיתי ווי די מכסט זיך
איך ווייס נישט צו די האסט בכלל קינדער און קעמפ????? און אויב יא און וועלעכע קעמפ???????? אדער גאר אפשר האסטו נאכנישט חתונה געהאט בכלל
אבער דא האסטו דריי בילדער פון קעמפ מחנה רב טוב תש"ע איינס זהעט מען קלאר אויפ'ן טיש מילך פון דבש
אדי ברויט באקט מען אליין און בעקעריי פון קעמפ און נישט פון שטערנס בעקערי
איז נעקסטיין פאר די שרייב'סט עפעס קאל אן איינער וואס ארבעט און קעמפ אדער דיין ברודע'רס א קינד וכדומה און נאכדעם שרייב
און איך וויל בעטן אנטשולדיג פון דער מנהל וואס האט אנהייב דעם אשכול געבעטן נישט צו מגיב זיין דא בכלל אבער איך האב זיך נישט געקענט איינהאלטן ווען די מחבלי הכשרות פראבירן דא צו מאכן פאקטען אנטשולניגט
נשלח ב-2/7/2010 20:26
נעכטן איז פארגעקומען א שיינער שמועס, אין מבצר הכוללים קרית יואל, מיט הרה"ג ר' בנימין גרובער שליט"א.
בעיקר איז די שמועס געווען בנוגע פלעיוואר'ס, בדרך שאלות ותשובות.
מען קען הערן דעם שיינעם שמועס אויף קול משמרת הכשרות, דרוקט נומער 3 פאר די דרשות.
(213 פון די מעין מעניו פון קול סאטמאר)
נשלח ב-2/7/2010 01:47
מיין קינד האט מיך גערופען פרעגען אויב איז כשרות אזוי חשוב ביי אונז, פארוואס אין קעמף גיט מען אונז נישט ברויט און קעיקס פון פארלעסליכע בעקערייען פון וועד און נישט פון א שוואכע כשרות אויף א בעקעריי וואס האט געשווינדעלט?
תושבי וויליאמסבורג גרייטן זיך צו דעם גאר אינהלטסרייכער און זייער וויכטיגער שיעור, באגלייט מיט לעבעדיגע בילדער, און אנווייזונגען אויף "בדיקת תולעים", דורך א מומחה גדול אין בדיקת תולעים מאה"ק.
דער שיעור וועט פארקומען זונטאג בהעלותך, אין די בנין בית רחל אויף סענפארד סט.
פאלגט נאך ווייטערדיגע פרטים.
תוקן על ידי הכשרות ב- 18/05/2010 20:11:52
נשלח ב-16/5/2010 23:56
היינט נאכמיטאג וועלן אנ"ש תושבי וויליאמסבורג ווייטער האבן די געלעגנהייט זיך צו באקענען מיט וויכטיגע און אינטערסאנטע ידיעות און אנווייזונגען בעניני כשרות אויף וואס דער ציבור קוקט אזוי ארויס, ביים שיעור אין ביהמ"ד הגדול דורך הר"ר מאיר יוסף גראס שליט"א, אום 6:00.
נשלח ב-14/5/2010 21:28
מעלדונג פון די כשרות בלעטל:
אנגעהויבן פון יו"ט שבועות וועט די בארימטע אינפארמאטיווע "כשרות בלעטל" ערשיינען איין מאל אין צוויי וואכן [נישט יעדע וואך ווי ביז היינט], מיט א דאפעלט-פארגרעסערטן בלעטל, לתועלת פון די חשובע מבקשים.
נ.ב. די מהודר'דיגע קריעם טשיז פון "דבש" בהשגחת ועד הכשרות קרית יואל, איז שוין אין די געשעפטן, לשמחת לב מבקשי הכשרות.
נשלח ב-11/5/2010 22:19
בשורה טובה למדקדקים בכשרות!
עס ווערט געמאלדן אז דעם קומענדיגן דאנערשטאג וועט שוין בעז"ה זיין אין די געשעפטן "וויפד קריעם-טשיז" פון די דבש פירמע, מיט די מהודר'דיגע השגחה פון ועד הכשרות דקרית יואל.
די ארבעט פארציהט זיך שוין פון א לאנגע צייט צוריק, פון ווען דבש האט באשלאסן אנצוהייבן פראדוצירן אלע סארט מילכיגע פראדוקטן, און אויף שבועות ווען יעדער זוכט קריעם-טשיז פאר די טשיז קעיק'ס איז די פאסיגסטע צייט אנצוהייבן מיט דעם, און די פירמע האט דאס שוין געזאלט פון לאנג האבן גרייט, אבער די ועד הכשרות האט אריינגעלייגט זייער א לאנגפארצווייגטע ארבייט און הארעוואניע און חקירה אז עס זאל ארויסקומען א פראדוקט 100% כשר למהדרין מן המהדרין, און מ'איז עטליכע מאל אראפגעפארן צו די קאמפאני וואו עס ווערט געמאכט, אזוי אז דבש האט געמוזט אויסווארטן ביז ווען די ועד הכשרות וועט ענדיגן איר ארבעט און פארזיכערן די העכסטע סטאנדארט אין כשרות, און אצינד האט מען דאס עררייכט בעזר השם.
(עס איז כדאי צוצוגעבן אז ביי די קאמפאני וואס דבש נוצט, ווערט מען ערלויבט צו נוצן די געווענטליך-פארלאנגטע גראַד הייס-וואסער [216] ביים כשר'ן דעם פעסטיורייזער, וואס דערמיט זענען זיי פון די ערשטע צו האבן מהודר'דיגע קריעם-טשיז דאהי אין אמעריקא).