די אטאקעס קעגן די
"יוסטיץ דעפארטמענט" –א מאדנער ספעקטאקל
אין די לעצטערע וואכן האט זיך אויפגעקאכט א קאשע אינערהאלב די
קאנסערוואטיווע קאמענטאטארן און פאליטיקאנטן, ווען קריסטשען עדעמס, א ארבעטער אין
די יוסטיץ דעפארטמענט פון די בוש יארן, האט געזאגט אין א אינטערוויו אז די יוסטיץ
איינגעשטעלטע אינערהאלב די אבאמא אדמיניסטראציע זענען בלויז אינטערעסירט צו באשיצן
מינאריטעטן גרופעס איבער אמעריקע און אז די יוסטיץ דעפארטמענט אונטער אבאמא האט
דירעקט איגנארירט א קלאגע וועלכע איז אריינגעגעבן געווארן צו איר, אז עטליכע שווארצע
יונגען האבן פארשעמט און דערשראקן וויילער ביי די פרעזידענטליכע וואלן אין יאר
2008.
לאמיר גיין פאוואליע.
אין אמעריקע עקזיסטירט א גרופע פון שווארצע יונגע ראדיקאלן, מיטן נאמען די
"ניו בלעק פענטער פארטיי". די פארטיי איז עמטליך פארדאמט דורך די פירער
פון די שווארצע קאמיוניטי איבער אמעריקע, און זי איז אנערקענט אלס א ראדיקאלע
גרופע מיט נעגאטיווע אינטערעסן קעגן פרידליכע בירגער, און עס זענען שוין געווען
עטליכע קעיסעס ווען מיטגלידער אין די ראדיקאלע גרופע האבן דיסקרימינירט און
געטשעפעט מיט ווייסע אמעריקאנער בירגער.
עטליכע וואכן איידער באראק אבאמא איז געווארן איינגעשוואוירן אלס
פרעזידענט, איז אריינגעקומען עטליכע אנקלאגעס צום יוסטיץ דעפארטמענט אין
וואשינגטאן, אז מיטגלידער פון די ראדיקאלע "ניו בלעק פענטער פארטיי"
זענען אומלעגאל געשטאנען פארנט פון א געביידע אין פילאדעלפיע וואו מען האט דאן
אפגעגעבן שטימען און זיי האבן געשריגן ראסיסטישע סטעיטמענטס קעגן ווייסע וויילער,
זיי אנצושרעקן און טעראריזירן. איינער פון די צוויי האט אויך געהאלטן אין זיין
האנט א לאנגער שטעקן.
די יוסטיץ דעפארטמענט האט אריינגעקוקט אין די קלאגע און נאך א לענגערע
אויספארשונג, האבן זיי אפגעווארפן דעם קעיס, זאגנדיג אז עס זענען פאקטיש נישט
געווען קיין אינדיווידועלע מענטשן וועלכע האבן געזאגט אז זיי פערזענליך זענען
פארשעמט געווארן פון די צוויי שווארצע וועלכע זענען געשטאנען דארטן און געשריגן
סטעיטמענטס. אויך איז קלארגעשטעלט געווארן אז די צוויי זענען לעגאל געווען ארבעטער
פאר די ארטיגע לאקאלע "וואלן קאמיטע", דעריבער האבן זיי געהאט רעכט צו
שטיין פארנט פון די געביידע.
עטליכע וואכן נאכדעם וואס די יוסטיץ דעפארטמענט האט ארויסגעגעבן איר
באשלוס איבער דעם קעיס, האט דער אויבנדערמאנטער קריסטשען עדעמס –וועלכער איז
פארבליבן ארבעטן אינעם דעפארטמענט אפילו נאכדעם וואס בוש האט פארלאזט דאס ווייסע
הויז- רעזיגנירט פון זיין פאזיציע. ער האט שפעטער געזאגט אז דער וועג וויאזוי די
אבאמא יוסטיץ דעפארטמענט האט באהאנדלט דעם "וויילער אנשרעקן" קעיס האט
אים אויך געשטופט אויפצוהערן ארבעטן פאר די דעפארטמענט.
עדעמס האט אנגעהויבן ארומגיין צו קאנסערוואטיווע אקטיוויסטן און
קאמענטאטארן און זיי דערציילט איבער די געשיכטע. ער האט קלאר באשולדיגט אז די
אבאמא איינגעשטעלטע אינעם יוסטיץ דעפארטמענט אורטיילן די קעיסעס אויף א פאליטישע
באזיס און נישט לויטן ריכטיגן געזעץ. ער האט געזאגט אז זיי וועלן זיך אייביג
אננעמען פאר די מינאריטעטן גרופעס, אפילו ווען עס זענען דא ערנסטע קלאגעס קעגן
זיי.
עדעמס איז אויך געגאנגען צו די ספעציעלע "סיוויל רייטס קאמיסיע"
און זיי געזאגט אז ער האלט קלאר אז די סיוויל רייטס פון די וויילער ביי יענעם שטים
ארט זענען געבראכן געווארן און דאס אז די יוסטיץ דעפארטמענט האט זיך נישט
אויפגעשטעלט צו קעמפן פאר די רעכטן יענע וויילער וועלכע זענען דערשראקן געווארן
פון די שווארצע ראדיקאלן, איז א פארברעכן.
עס האט זיך אנגעהויבן א ערנסטע קאשע, קאנסערוואטיווע קאמענטאטארן האבן
אטאקירט נאכאנאנד די אבאמא אדמיניסטראציע און די יוסטיץ דעפארטמענט פארן
פאליטיזירן אירע אויפגאבעס אנשטאט זיך צו האלטן צו אירע פרינציפן און געזעצן.
די יוסטיץ דעפארטמענט האט אין ליכט פון די פארשטארקערטע קריטיק
ארויסגעגעבן א סטעיטמענט און קלאר געזאגט אז דער קעיס איז געהעריג באהאנדלט
געווארן און עס וועט נישט געעפנט ווערן א פרישע אויספארשונג דערויף.
*
די געשיכטע קריגט אבער אן אינטערעסאנטן קוועטש, ווען מען קוקט עטוואס
צוריק אויף די יוסטיץ דעפארטמענט" פון די יארן פונעם פריערדיגן פרעזידענט בוש.
למעשה מיט די צייט איז ארויסגערינען דעם גאנצן אמת, אז די בוש
אדמיניסטראציע האט אנגעפירט דאס אויפזאגן איגלעישעס וויבאלד ער איז נישט געווען
פאליטיש הונדערט פראצענט איינשטימיג מיט אלע בוש אדמיניסטראציע פאליסיס.
די באשולדיגונג אז דאס אויפזאגן פונעם ניו מעקסיקאו אטוירני דזשענעראל האט
באגלייט פרעזידענט בוש ווי א שאטן פאר די איבריגע יארן פון זיין פרעזידענטשאפט און
פיל צוגעגעבן צו זיינע שוואכע ציפערן אין די אנקעטעס יענע יארן.
פאריגע וואך איז ענדליך געקומען א שלוס צו די אויספארשונג, ווען דער
פראקוראר האט דערקלערט אז די בוש אדמיניסטראציע האט גארנישט געטון אומלעגאל מיטן
אויפזאגן דעיוויד איגלעישעס, טראץ וואס עס איז געווען פאליטיש און היפש אומעטיש,
זענען אבער נישט קיין שום געזעצן געבראכן געווארן.
אט דאס איז א גאר-מאדנער ספעקטאקל.
גענוי אין די זעלבע צייט וואס די קאנסערוואטיווע קאמענטאטארן זענען
פארנומען מיטן שרייען און פארפירן קעגן די אומלעגאליטעטן און מיסברויכן פון די
אבאמא יוסטיץ דעפארטמענט, האט אט די זעלבע יוסטיץ דעפארטמענט ריינגעוואשן די
פריערדיגע בוש אדמיניסטראציע פון א קעיס וואס איז געווען אין סאמע צענטער פון
קאנטראווערסיע וואס האבן צעגרינד געלייגט די בוש פרעזידענטשאפט.
כ'זאג נישט קלאר אז די אבאמא יוסטיץ דעפארטמענט האט דירעקט ארויסגעגעבן
דעם אורטייל אין אט די צייט, כדי צו פארשטילן די רעפובליקאנער קריטיקירער, אבער א
מאדנע ספעקטאקל איז עס זיכער...