| נשלח ב-25/7/2010 20:32 |
|
| |
וואס איז געשעהן מיט מיין קרעטשמע?
און א שטורעמישע טאג שלעפט זיך ר' יצחק ארום. די ווינט בוזעשוועט, די וועטער אינדערויסן איז אומבא'טעמ'ט. שלעפט ר' יצחק זיינע מידע זעקל ביינער, ער ווענדט זיינע טריט צום באקאנטן ווערץ הויז.
די געגנט וואו ר' יצחק וואוינט זענען פארהאנען אסאך קרעטשמעס אבער אבער ס'איז דא איין קרעטשמע וואס איז באוואוסט מיט איר געטריישאפט. די ארענדער דארט איז א ווארימער איד, נעמט אייביג שיין אויף און מיט א שמייכל, באגריסט יעדען מיט א ווארעם הארץ.
די קרעמל האט זיך צווואקסן און היינט האט די ארענדער אפאר געהילפן וואס העלפן אום ארויס מיט די ווירטשאפט אבער אלע פון זיי פארמאגן די זעלבע אייגנארטיקייט מיטן אויף נעמען און באגריסן מיט א שמייכל, שמוסען און פארברענגן מיט די קונדן.
מיט אזאנע מחשבות שלעפט ר' יצחק זיינע מידע פיס און ריכטעט זיינע טריט צום קרעטשמע.פונדערווייטנס זעהט שוין ר' יצחק אז עפעס קאכט זיך ארום קרעטשמע, עפעס זיצט דער עולם אינדערויסן,ר' יצחק וואונדערט זיך, וואס אזאנס האט געקענט פאסירן אז דער עולם זאל זיצן און אזא בוזשעדיגע וועטער אינדערויסן?פארוואס לויפט דער עולם נישט אריין זיך דערקוויקן?
קומענדיג נענטער האט ר' יצחק געזען דעם בראך...דער קרעטשמע איז פארמאכט!!די לאדנס זענען פארהקאט!!אין יוצא ואין בא!נישט גלייבענדיג איז ר' יצחק אליין צוגעגאנגן צום טיר און פראבירט צו שלעפן אבער די רעזולטאטן זענען די זעלבע..ס'איז נישטא קיינער!אלעס איז פארקלאפט און פארריגעלט!
מיט א טרויערדיגע מינע וואקט ר' יצחק ארום און פראבירט אנצוקלאפן אויף די לאדנס אפשר וועט זיך איינער מרחם זיין און עפענען...די ווידער קול פונעם קלאפעריי האט צוריק געפראסקעט ר' יצחק און פנים, קיינער הערט נישט זיין קלאפעריי... נאך א שטיק צייט האט דער עולם זיך פונאדערגעשפרייט, מ'האט געזעהן אז מעפענט נישט איזמען זיך צוגאנגען.
אבער ר' יצחק גיבט נישט אזוי שנעל אויף, יעדע פאר מינוט פראבירט ער נאכאמאל אפשר דאך וועט דאס מאל געלונגען און איינער וועט עפענען דעם טיר, אבער ס'האט אום גארנישט געהאלפן.דרייט זיך ר' יצחק ארינגס און ארום ארויף און אראפ, זיין הארץ לעכצט פאר א שנאפס, ער הייבט אויף זיין אויגן און מיט טרערן באטראכט ער די פארהאקטע פענסטערס און טירן,ס'ווערט אום פארקלעמט אויפן הארץ. וואס אזאנס האט געקענט פאסירן מיט מיין קרעטשמע?
מיט א שווער געמוט זעצט זיך ר' יצחק אראפ ביים שוועל, נישט וואוסענדיג וואס ווייטער צו טוען.
זיצענדיג דארט שפאצירט אדורך זיין יוגנט חבר יונה.ר' יצחק גיבט יונה א געשריי, וואס איז מיט אייך געשעהן? פארוואס זעהט איר אויס אזוי טרויערדיג?
מיט א צובראכן געמוט צייגט ער אויפן ריגל וואס איז פארהאקט אויפן קרעטשמע טיר, זעהט איר נישט פון וואו מיין ווייטאג שטאמט?איך האלט נאך א שווערע טאג ארבעט, איך האב מיך אהער געשלעפט האפענדיג צו טרעפן מיינע חברים און פארברענגן איבער א גלעזל שנאפס קום איך דא אן און איך טרעף די פלאץ פארזיגעלט, איז דאס נישט גענוג סיבה אז איך זאל קלאגן?
ניין זאגט יונה.קום מיט מיר צוויי גאסן אראפצו וועסטו טרעפן וואס דיין הארץ באגערט, דארט וועסטו טרעפן גענוג מיט וועם צו פארברענגן און נאך מער, דארט קענסטו רעדן וואס דיין הארץ באגערט, קיינער וועט דיך נישט צוריק האלטן פון ארויסברענגן און לאזן הערן דיין מיינונג. איך זאג דיר אז די וועסט הנאה האבן גלייב מיר..
אוי יונה יונה....וואס זאל איך דיר זאגן, דו פארשטייסט נישט. ווען איך פארטיג מיין טאג ארבעט זוך איך נישט קיין געטומעל און געפילדער איך זוך א שטילע רואיגע אטמאספערע וואו איך קען פארברענגן און זיך צוזאמשמוסען, איך זוך מיך נישט צו רייסן און שרייען, טענה'ן און כעס'ן, איך זוך א שטיל פלאץ וואו די געמיטער זענען רואיג, די סארווירער זענען שמייכעלדיג, די חברים זענען גוטמוטיג, אויף א באשיידן און שטילן אויפן.
איך פארשטיי זאגט יונה, אבער היינט האסטו דאך נישט עפעס אנדערש, זעסט דאך אז פון דא ביסטו אויסגעשלאסן אלזא נעם מיין עצה פראביר עס פאר היינט נאכט. ניין! זאגט ר' יצחק צוריק, איך וועל ענדערש אויסקלויבן צו נעכטיגן דא אויף די נאסע ערד וואו אהין גיין.
ביי די זייט פנעם אויג זעהט ר' יצחק וואו יונה ריכטעט זיינע טריט צום צווייטן ווערץ הויז. ס'טוט אום זייער וויי, ס'איז אום קאלמוטנע אויפן הארץ, זאל ארענדער וויסן וויפיל אידן וואלטן זיך צוריק געהאלטן פון גיין צום נישט כשר'ן ווערץ הויז אויב זאל דא אפען זיין...מיט א צובראכן און פארקלעמט הארץ איז ר' יצחק איינגעשלאפן.
אינדערפרי וועקט זיך ר' יצחק אויף, ער האפט אז דאס וואס ליגט אום און קאפ איז נאר געווען א בייזע חלום...אבער ניין! די מציאות פראסקעט, די לאדענס זענען נאך פארהאקט אויפן זעלבען וועג וואו ס'איז געווען נעכטן נאכט, די ריגל איז פארקלאפט, אלעס איז פארשלאסן... א ביטערע קרעכץ קומט ארויס פון די טיפעניש פון ר' יצחק'ס נשמה, און מיט א קול געשטיקט פון געוויין נעמט ער זיך ברימען....
טייערע קרעטשמע...הארציגע קרעטשמע...ווען וועלן מיר זיך נאכאמאל זעהן...טייערע קרעטשמע..הארציגע קרעטשמע...ווען וועלן מיר זיך נאכאמאל זעהן...
תוקן על ידי בןהרחמן ב- 27/07/2010 08:46:21
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2010 18:07 |
|
| |
טייערע געלעגער הארציגע געלעגער, מיר וויינען אלע מיט מיט דיר...על שבר בת עמי, די נאסע ערד איז שוין איצט א טייך פון די פילע קוועלער טרערן וואס האט זיך אזוי געמיינזאם צוגאסן פון די קרעטשמערישע אייגעלעך...
וויל איך אייך אבער דערמאנען, קרעטשמעריסטן וויינען נישט, זיי גלייכן דעם ביטערן טראפן צו טרינקן אבער נישט דעם זאלציגן צו פארגיסן!! איך בעט אייך, מנעי קולך מבכי ועיניך מדמעה, דערוילעם האט זיך אויף דערוויילע אנגעכאפט ביי די האנט און מען איז אריין אין דעם טוויטער'ישען רינגעלע פאר א טענצעלע, דער עולם טוט זיך דארט פרייען, ווייל אויך דארט טוט קיינער נישט שרייען...און ווי עס קוקט אויס. וועט שוין ניט געדויערן לאנג, און עס וועט זיך עפענען די טויערן צום קרעטשמע, און דאס גאנצע דארף וועט צוריק אריינשפאנען, זיך זעצן צו די פרישע משקה, און מען וועט פארגיין אין א טאנץ, אבער אזא קרעטשמעריש דארפישע וואס איז פול מיט יונג לוסט און לעבנס געשמאק!!!
דערהאלט דיך נאר אין דעם צייטווייליגן גלות, פאל נישט פאר די יונה'לעך און יעק'עלעך! אויב עס וועט דיך נישט אינגאנצן צוברעכן, וועט עס דיר נאר שטערקער מאכן!
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2010 18:06 |
|
| |
שיינע ארטיקל ר' יצחק געלעגער..
ווי עס שיינט האבן מיר ליידער פארלוירן א גאנצן חודש פון תגובות, די לעצטע דאטום פונעם בעקאפ איז געווען 6/27.2010
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2010 17:04 |
|
| |
געלעגער, דו קאנסט דעם ר' יצחק'ן? ער באדארף צו זיין גאר א געהויבענער "יוד"... ווייל לויט ווי איך זעה פון דיין מעשה, האטער דאך געזעהן אז די קרעטשמע איז פארשפארט, יעדער שטייט אינדרויסן, צו וואס האט ער פראבירט נאכאמאל אליין צו זעהן צו ס'איז אפען??? מוז מען זאגן, אז ער איז א יוד. ודו"ק.
למעשה איז דיין ארטיקל זייער אימאושענעל, כליפ כליפ... די וואונד איז נאך אפען... אוי... אזא וואוילע קרעטשמע געוועזן... יו נאו וואט? איין גוטע זאך האפעך וועט כאטשיק ארויסקומען, ווי נאר קרעטשמע וועט אויפשטיין תחיית המתים, וועלן א שיינע פאר ניקס זיך אויפוועקן מיט איר אינאיינעם, און מיר וועלן לאכן א גוטס! וויזוי זאגט נאר די פסוק? כל המיס-אבעל על הקרעטשמע, זויכע לרויע אייער בשמחתה.
טענקס, וויכי.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2010 04:28 |
|
| |
קרעמער..... סתם לייגן זאלץ אויף די וואונדען ? ( אויך מיר א וואונד...) איך האלט זאלסט ענדערש געבען אפאר רויטע הענטעלעך פאר דעם אימפארשעמטען הייד_פארק!!!!! א פאריקט פלאצ דאס ...... ( בערך דאס איז געשטאנען אין מיין פריערדיגע טעגיווע דא אויבן.... א יא קרעמער ? די האסטעך עס געטרענסלעטעט ! ניין ?? )
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2010 00:56 |
|
| |
גרינע מענטשעלע שמאטע! אוי האסטו גוט געזאגט (איך האב עס פארשטאנען דורך גוגעל-טרענסלעיט פון כינעזיש אויף יאפאנעזיש).
|
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2010 00:40 |
|
| |
ׂגי�׀חטג�. ײ׀ׂא׀ט ױױ�׀ײױ� װ׀ב״ג ׂג�׀�״ ׀ גא״גט ׀�� ׃��� ״גׂ�ױױג ?
חג� ײ��� �חג� גב א׀ט �׀�� ׀ױ�ה� ה׀אח�ױ״גט ? ׀�� א�י״ ׀ױ�ה� ׁׁ ?
|
|
|
|
| נשלח ב-25/7/2010 23:09 |
|
| |
יא איך זעה שוין וואס די מיינסט,
אבער נישט געזארגט, מיר האבן זיך זייער מחי' געווען מיט דיין ארטיקעל
|
|
|
|
| נשלח ב-25/7/2010 23:02 |
|
| |
דו זעהסט נישט אז ס'פעלט די ספעיסעס די ענטערס..?
די ארטיקל זעהט אויס וואו א געמוזאכץ ארויס פון א הענד בלענדער.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/7/2010 21:59 |
|
| |
געלעגער איך האב זייער מיטלייד מיט דיר, אבער געדענק עמך אנכי בצרה,
דער עיקר געדענק, די שרייב ווייטער דיינע געשמאקע ארטיקלעך,
בד"וו וואס הייסט אז זיי האבן צופראסקעט דיין ארטיקעל?
|
|
|
|
| נשלח ב-25/7/2010 20:54 |
|
| |
איך וויל דא אויסדריקן מיין ווייטאג שבר על שבר!
נישט נאר אז איך דארף דא שרייבן א זאך וואס איך האב נישט געוואלט און ס'איז כנגד רצוני. נאר די חוצפה פון ה"פ צו נעמען מיין ארטיקל און עס צופראסקענען בידים.....
חוצפה און אבסורד!!
ימח שמם די סארווירערס!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-25/7/2010 20:36 |
|
| |
געלעגער געלעגער, זאגסט דאך אזוי גוט. מיר אלע שפירן מיט יצחק'ס צער און ווייטאג, און האפן אויף בשורות טובות בקרוב. הגם, קיינמאל קיין ערגערס.
|
|
|
|
|