פארוואס איך קען נישט ליידן ה"פ
אלס א גאסט דא און זעהנדיג וואס מיינט נישט גוט, וויל איך זיך באדאנקן פאר ארענדער פארן צושטעלן אזא פלאץ וואס הייסט אייוועלט.
דרייענדיג זיך דא זעה איך וואס שלעכט מיינט. איך רעד נישט פונעם רוחניות'דיגן שטאנדפונקט, דאס פאר זיך איז נישט אוועק צומאכן, אבער יעצט וויל איך רעדן פונעם פשוט'ן פראקטישן פארגרעבטן גשמיות'דיגן זייט.
ה"פ איז פונקט גוט צו זעהן וואו קינדער רייסן זיך ביי די קעפ, שרייען און ווארפן זיך איינע אויפן צווייטן אבער אויף צו פירן א נארמאלן שמועס, זיך צאמצוזעצן אויף א פארברענג איז דא ווייט נישט דאס פלאץ.
קודם כל, וואס איז די חוצפה פון אוועק רויבן מיינע ענטערס??
ענטער איז א זאך וואס איך האב געדריקט, אויב האב איך עס געדריקט קומט עס מיר.... אבסורד!!
פארוואס ווען איך שרייב א תגובה און איך דרוק שלח זאל מיך די סיסטעם נישט שיקן צו מיין תגובה, פארוואס ווארפט ער מיך צוריק ארויס צום הויפט שטרויז? איינער קען מיר געבן די סיבה?
ביים זיך איינשרייבן האט מיר עס גענומען ווייסעך ווילאנג, איך פארשטיי נישט האלב ווערטער דא, אפילו יעצט דארף איך דרוקן יעדע קנעפל און זעהן וואס די פונקציע איז.. ס'איז נישט נארמאל.. יא איך בין נישט גוט און עיברית נו איז וואס? קומט זיך מיר שוין אז מ'זאל מאכן דאס גענאר פון מיר? שפילן קאטוואס אויף מיין חשבון?
יעצט אפאר שאלות אויב איינער קען ביטע ענטפערן:
וואס מיינט "דווח על תוכן פגעני"? וועלכע שפראך איז דאס פלעמיש?
און וואס באדייט דאס ווארט מחובר? מחובר מיט וועם? מיט זיין רבי, מגי"ש, מדריך? ה"פ? איז דא אזא זאך וואו אינו מחובר?
וואס מיינט די קעסטעלע "זכר"?
באדייט דאס אויף מיין געביין? אדער איז דאס פארבינדן מיט די פליסיקייט און מיין מח?
צום זאח האט אן אשכול וועגן א טערנעידא און יענעם אשכול ווייזט די סיסיטעם אז ס'איז נישטא קיין איין תגובה אבער און פאקט איז יא דא. אזוי אויך ווייזט עס: מחבר: צום זאח, ע"י קרעטשמער. וואו קומט דא קרעטשמער אריין? ער האט קיין תגובה נישט געשריבן, אבער זיין נאמען הענגט העכער דעם אשכול. למה?
און נאך איין זאך וואס דרוקט מיר און מיט דעם וועל איך מסיים זיין דערווייל.
וואס איז פשט און די ווערטער מנהל לחץ "כאן" לנעילת האשכות. יעצט צוויי זאכן, קודם אז איך בין נישט מנהל שרייב מיר עס נישט, ס'איז אינפארמאציע וואס איז ווערטלאז פאר מיר.
צווייטנס וואס איז פשט פון "כאן"? ביי שלח שטייט אויך שלח כאן? ביי נושא חדשה שטייט כאן? פארוואס פינקט ביי דעם שטייט "כאן"?
דאס איז די ערשטע פון א סעריע פארזעצונגן וואס וועט נאכקומען מיט די צייט.
ע"כ מיין ווייטאג אויפדערווייל.
 |
|
|