ווער ס'האט שוין באזוכט אין די פארומס פון איי וועלט היכל הנגינה, האט שוין ווארשיינליך באמערקט אז ס'לעצטענס דא דארט א ניק "טאבאקא", וואס איז אקטיוו אין א מאסיווע ווערק פון אפשרייבן "אלטע אידישע לידער", און דער יעניגער דרייט זיך ווארשיינליך יעצט ארום פארווייטאגט פאר צוויי אורזאכן, 1 אז זיין גאנצע ווערק פון שעות ארבעט איז אין געפאר פון פארלוירן גיין, 2 אז ער קען נישט דא אריינקומען אונטער דעם נאמען ווייל ס'שרייבט זיך מיט רויטע בוכשטאבן "תפוס"...
אבער אז ס'איז שוין יא אזוי וועל איך מוזן אים פרובירן אביסל צו ריפלעיסן, כאטש די ברייטע ידיעות וואס ער פארמאגט פארמאג איך ווייט נישט
כדי אביסל אויפצולעבן דעם פארכמורעטן מצב, וועל איך דא אראפשרייבן מיינע אייגענע ווערטער -וואס כ'האב מיך נעכטן צוזינגען- אין ליכט פונעם מצב וואס מיר שטייען יעצט, אויף די טאן פון א פזמון פון א אלטע באקאנטע אידישע בענקען ליד
איי איי "איי וועלט" מיין שטעטעלע אייוועלט
מיין היימעלע דארט וואו האב גאנצעטע יארן פארבראכט
וואו ביסטו געגאנגען איי וועלט
מיין שטעטעלע איי וועלט
מיין היימעלע דארט וואו האב גאנצעטע יארן פארבראכט
יעדער איינער איז דארט געווען מיט אלעמען גלייך
ארומגעשווימען אין הארמאניע וואו אין א רואיגן טייך
צו זענט איר געווען אמאל אין איי וועלט
מיין שטעטעלע איי וועלט
מיין היימעלע דארט וואו האב גאנצעטע יארן פארבראכט
לאמיר זעהן צו איינער קען צוטרעפן צו וועלכע ליד כ'האב מכוון געווען
(ווער ס'האט עס געמאכט, און ווער אלץ ס'זינגט עס אזוי, און ווער אנדערש, וועל איך איבערלאזן פארן ארגינעלן טאבאקא...)
איך האב באמערקט אז די התגלות תקלה שם משתמש וכו' געשעהט נאר ווען כ'שרייב א לאנגע תגובה און ס'איז געווען א לאנגע צייט אויפגעמישט אויף שלח תגובה אדער הודעה חדשה (איך זאג נישט אז דאס איז דער פראבלעם) משא"כ ביי א תגובה מהירה גייט ער געווענליך יא דורך
דרך אגב, האב איך באמערקט אין איינע פון די אשכולות א אלטע סייט "דאס אידישע פאמיליע" פארוואס זאל מען נישט אהינגיין? מצדי בין איך גרייט (עכ"פ כאטש ביז איי וועלט ווערט צוריק אפען) אויב נאך אפאר ווילן http://yidishfamily.ios.st/Front/Forums/index.asp רעדי? וואן טא טרי ענד עי גאאאאאאאאאאו
אויף די פראגע דארט "איר האט הנאה אז מיר זענען אריבער דא?", האבן 46% געענטפערט: איך האב נישט די ווערטער אייך צו באדאנקען! (נישטא ווער ס'זאל לאכען...)
נשלח ב-28/7/2010 03:19
א דאנק פארן מנהל פארן מיר געבן רשות כתיבה און אויך א דאנק פאר דיר טאבאקא פארן אריינלייגן מיינע ווערטער (כאטש אביסל אנדערש וואו איך האב געשריבן) און אויך א דאנק פאר דיין עצה צו נוצן קאנטראל סי פארן שלחן אזוי פאליר איך נישט וואס כ'האב געשריבן דער "שם משתמש וכו' מאכט מיר קראנק, פארוואס איז דאס אזוי?
נשלח ב-27/7/2010 15:39
באקומען פון "דו_גנב" אין אישי
אזוי ווי כ'האב נאכנישט באקומען רשות כתיבה מוז איך דיר שרייבן פריוואט
נאכן "ברעיק דאון" ווען ס'איז געווארן "אויס וועלט", בין איך געווען מסופק צו איך זאל מיך איינשרייבן דא אינעם אלטן פארשטויבטן קרעטשמע, סיי ווייל כ'האב געהאפט אז "איי וועלט" וועט זיך אויפוועקן ווי שנעלער (אוי געוואלד ס'גלייבט זיך נישט, שוין קרוב צו א וואך...) נו צו וואס זיך גיין איינשרייבן און זיך באלמוטשען מיט אלע פראבלעמען יעדעס מאל וואס מ'וויל שיקן א תגובה, אלעס פאר א טאג צוויי (אזוי האב איך געהאפט), און ווי אויך איז זייער נישט געשמאק דא אין ה"פ ס'איז נישט איינגעטיילט אין קאטעגאריעס אלעס איז איין קוגל, ווי אויך קען מען נישט געהעריג פאררעכטן
אבער אז דו קומסט מיר דא אן, און נישט נאר דו גנב'עסט מיין ניק (למפרע...) ווילסטו מיר נאך איינטיילן מיינע געפילן אז כ'זאל זיין פארווייטאגט... האב איך געמוזט נעמען די מיה און כ'בין דערויף מוחה בכל תוקף ועוז, סארא חוצפה!
און כ'וויל דיר זאגן דעם אמת ניין און נאכאמאל ניין, כ'בין בכלל נישט פארווייטאגט אויב עפעס אביסעלע באזארגט כ'האב פארט ארייגעלייט פיל שעות ארבעט אין יענעם אשכול, (און ווי לענגער ס'וועט נעמען דער סארווער זאל באשלוסן ברוב טובו צו ענדיגן זיין חוני המעגל שלאף, אלץ ווייניגער אפעטיט וועל איך האבן ווייטער צו גיין שרייבן דארט) אבער איך וואונטש פאר אלע אידן קיינמאל קיין ערגערס
און וואס טוט מען אז מ'איז באזארגט און אנגעצויגן? די וואס קענען מיר ווייסן שוין, מ'נעמט ארויס א קאסעטע פון א שיינעם ליד פון מרדכי הערשמאנען אדער לייבעלע וואלדמאן אדער גאר א שטיקל פון ר' יאסעלע אליין, און אלעס ווערט מסודר (מיין רביצין ווייסט שוין ווען כ'קום אהיים אנגעצויגן צינדט זי גלייך אן "רחם נא" אדער "אנת הוא שליט" און אלעס ווערט מסודר ביז געציילטע מינוטן)
און יעצט אז דו האסט מיר מכבד געווען צו שרייבן ווער ס'האט געמאכט די ניגונים וועל איך דיר שרייבן (כאטש איך גלייב אז ס'אינטרעסירט קיינעם נישט דא אין קרעטשמע) "בעלז" האט געמאכט "בן ציון וויטלער" וואס ער האט מחבר געווען אסאך שיינע בארימטע "בענקען" לידער ווי ווארשע, קינדער יארן, און נאך אסאך אא"א לפורטם כי רבים הם יואלי לעבאוויטש זינגט עס אסאך, ווי אויך אנדערע אידישע לידער פון יענעם דור ווי ראמעניע, אידישע מאמע, אויפן פריפעטשיק א.ד.ג. (אויף "פרום טאב" איז דא אסאך קליפ'ס ווי ער זינגט) און דאס ליד "ראמעניע" צו וואס "טעל מי סאם" האט זיך באצויגן, איז געווען זייער א פאפולערע ליד נאך די צווייטע וועלט קריג, ס'איז באוואוסט ע"ש די "בארי שוועסטער" וואס זיי האבן עס אסאך געזינגען, אבער מ'זאגט אז ס'איז נישט זייער אויפן שפיל "די שטאט פון שרעק" זינגט עס "דע פאנסיקא", און נישט צו פארגעסן ליפא שמעלצער האט עס געזינגען ביי דעם גרויסארטיגן "ליפא עקספיריענס" (אום חנוכה תש?) אויף די ווערטער פורים אוי פורים וכו' ער האט געהאט דארט פראבלעמען ארויפצוציען און זינגען שנעל, וואס דאס איז די גאנצע זאך פונעם ניגון, אבער ליפא איז דאך ליפא... און ער ווערט דאך נישט פארלוירן... נעמט ער זיך לאכן אינמיטן זינגען...