וואס קענען "מיר" טוהן דערצו?
ס'דא א מאמר החכם "אין האדם מכיר בטובתו, רק בהעדר ממנו" (איך געדענק נישט פונקטליך די לשון, אבער די מכוון איז דאס)
לענינינו שוין קרוב צו א וואך וואס מיר שטייען אינדרויסן פון איי וועלט כעני בפתח אפגעריסן אפגעשליסן און מיר שטייען און ווארטן בכליון עינים און דרוקן שיליאן מאל א טאג ריפרעש אויף איי וועלט און מ'ווערט יעדעס מאל פריש אנטוישט אפשר דאך... נא יוש נאכאלץ נישט!
א קיצור יעצט שטייענדיג אינדרויסן זעהן מיר -פשוטע ניקס- ווי וויכטיג ס'איז פאר אונז, און זענען הערשט יעצט ריכטיג מכיר טובה פאר אלע מנהלים און מנהלי משנה, דעריבער וויל איך בעטן די מנהלים ווען זיי האבן אביסעלע צייט און רוען זיך אפ פונעם שווערן ארבעט אויפצואוועקן דעם סארווער (הכל מודים אז ס'איז שוין העכסט צייט!) זאלן דא אינפארמירן פארן ציבור וואס לעכצט שטארק צו וויסן:
פון וואס געשעהן די פראבלעמען? (איך זעה דא אז ס'איז שוין נישט די ערשטע מאל) צו האט עס צו טוהן מיט עפעס וואס מיר טוען יא אדער נישט?, און וואס קענען מיר טוהן ס'זאל נישט נאכאמאל געשעהן?, צו דארפן מיר פון היינט און ווייטער סעיוון ערגעץ אנדערש יעדע תגובה פארן שיקן?, (ס'הייסט יעצט אז א חודש ארבעט איז פארלוירן געגאנגען, צו ווייסט עטץ וואס דאס מיינט א חודש ארבעט? ס'איז דאך א געוואלד!) צו פעלט אויס געלט? אויב יא ביטע זייט מפרסם א אדרעס וואו מ'זאל קענען שיקן
איי וועלט איז (געווען) די איינציגסטע געשמאקע פלאץ אין אידיש אויף דעם געשמאקן און אנגענעמען פארמאט פארן היימישען עולם -ווי ווייט איך ווייס- און ווי לאנג ס'איז נישט דא עפעס אנדערש, זאלט איר וויסן האחריות תלוי על צאוואריכם, און מיר מצידינו טארן -און וועלן- אייך נישט לאזן פאלן!
 |
|
|