די זאליס בראשות פין דעם לץ העומד בראש וועלכע פירן שוין א לאנגיעריגע PR אז זיי זענען די אויסשליסליכע קנאים אין זיי זענען בעה''ב אויפן הייליגען ויוא''מ אין אויף די הייליגע שיטה
זיי קענען מאנעווירן די שיטה הק' לויט זייער גיסטע
ווען זיי האלטן אז מ'דארף טרעטן דערויף אין גיין אין בג''ץ דארף מען טרעטן דערויף,
אין ווען מען דארף שטעכן דערמיט פראבירט מען צו שטעכן
זיי קענען מקרב זיין די גרעסטע ציונים ומחללי שבתות אין גאר נעמען געלט פין זיי, אין מאכען אפציעלע מסיבות אין שטובער פין די גרויסע ציוניסטישע מאכערס
אין ר' זלמן לייב קען נאך האלטן א דרשה אין עשי''ת אין א שול ווי עס הענגן די ציוניסטישע לאגא אויף די ווענט און ארון קודש
אבער ר' זלמן לייב איז א קאנאי.....
די גאנצע קנאות איז ביי זיי מיטול נישט קיין ציהל
האבען יעצט נאך מער אויפגפלאמט זייער מערכה קעגן דעם הייליגען מוסד נטרונא וועלכע האלט מלחמה מיט די נגע הציוני אין איז מקדש ש''ש פאר די גאנצע וועלט
עס איז באקאנט פאר יעדן די גרויסע פעולות וואס נטרונא האט שוין אויפגעטוהן די לעצטע פאר יאר
מיום הווסדם האלטן זיי זיך ציריק פין נעמען א צד אפי' בכל שהוא אין די סאטמערע פאליטיק
אבער די ביי וועם די מלחמה קעגן ציונית איז א מיטל נישט קיין ציהל האבען זיך געזעהן אביסל פארלוירן קעגן די הייליגע מוסד
האבען זיי אנגעהויבן א זשיהאד קריג קעגן דעם מוסד
וואס האט געברענגט די זאליס אויפצופרישען די שמייליגע מערכה קעגן נטרונא?
נשלח ב-31/1/2011 22:41
די משתדלים וואס דארף צו איבערנעמן נטרונא ביי די זאלונים האט שוין עפעס געטוהן? ס''ה האבען זיי געטוהן אדער אפגעטוהן וועגן די חפירות אין אז איר וועט קוקען וועט איר זעהן אז זייט די זאלונים מאכען אליין פראטעסטן רעדן די ענגלישע רעדנער נאר פין חפירות אין גארנישט וועגן די מדינה, וואס איז פשט דערפון?
נשלח ב-26/1/2011 23:33
מלך_מלכים כתב:
, די זאליס שעלטן ר' אהרענען גענוי ווי פיל עטס שעלט'ס ר' זלמן לייבן, אזויפיל מאל ווי ענק רעדן א טאג פון רז"ל אזויפיל רעדן זיי פון רא"ט, .
נעבעך די מצב ביי די זאליס איז שרעקליך קוים זענען די ארונים געווארען בעלזא יעצט זענען זיי שוין אויך קלויזענבורגע..... די ארונים ארבעטן אויף א מיסטריעזן וועג אפצופירן זייערע מענטשן אלס גוים גמירים
קוקט אויס ווי דער שטריק איז ערנסט צירידעט לעצטנס זייט זיין אטקע קעגן נטרונא ווייסטו ער נישט וואס צו טוהן נעקסט פאר עפעס א סיבה מאכט ער נישט די וואך די פראטעסט קעגן אבי ראזען דורך די נייע משתדלים וואס וויל אינטערברענגן נטרונא
נעבעך.... ס'קוקט אויס ווי ס'קומט פאן
נשלח ב-18/1/2011 17:41
בעיקר ווערט די מערכה אינטער צי האקן נטרונא געפירט פין מנשה פילעף, קיש וואלי, אברהם בער יאקאבוויטש, מיט דעם דאסקאל דער מעכליסט, משה דוד נידערמאן, מיט יצחק גרינפעלד, אלעס ווייל ער וויל נישט דערקלערן זאלי אלץ דער עקסקאלסיוו מערכה פירער פין די ציונים
פארדעם האבן זיי ארויס געגעבן אן ארדער אז מען מיז נוטרונא אינטערברענגען פאר יעדן פרייז אין די וועלט זיי טעראזירן נוטרונא אבנארמאל פאני קאלס שרייען אים נאך אין די גאסן
פארידע וואך האט אים קיש וואלי שוידערליך מבזה געווען אין די גאס
טייערע יודען מען מעז זיי העלפן יותר כפי יכלתו
נשלח ב-18/1/2011 08:50
טייערע יודן געדענקט די חובת השעה ווער דען זאל העלפן נטרונא אויב נישט מיר אחים לדעה, זיי האפען אז דאס מאל וועט נטרונא זיך בייגן צו זייער טעראר אין כאטשיג אפשטעלן זייער קאמפיין און ק''י, זיי גייט נישט אן אז דער מוסד זאל אינטערברעכן, ווי זאגט זייער פירער: אויב בין איך נישט אין שפיץ...
נשלח ב-18/1/2011 00:51
מיום הווסדה פין דעם הייליגען מוסד, ליידט נטרונא פין דרוק אין טעראר פין די זאליס אז זיי זאלען מקבל מרות זיין פין דעם לץ ובור
כדי צו קענען ווייזן אז זיי זענען בעה''ב אויף די שיטה הקדושה
דער מוסד האט דאס פארשענדליך אייביג צירוקגעוויזן, אין נישט געוואלט פארשמירן אזא הייליגע מוסד מיט מחלוקת אין פאליטיק
דער מוסד הק' איז שוין געסטראשעט געווארען צענדליגע מאל
עס זענען שוין געווען עטליכע פעלער ווי זאליס האבען שוין ארויסגעווארפן די שליחים פין נטרונא פאר די חטא פין זיך האלטן נייטראל
צווישן אנדערע האט מען געמוזט קענסלן א גרויסע עד אין א פרעסטיזשפולע צייטונג אין א שעת חירום
ווייל דער זאלי וואס האט ציגעזאגט צו צאלען א גרויס חלק דערפון האט די לעצטע מיניט געלאזט וויסען אז ער צאלט נישט ווייל ס'שטייט נישט דארט ר' זלמן לייב'ס נאמען
(דער עד איז שפעטער אריין מיט נייטראלע רבנים אינטערגעשריבן מיט די הילף פין ערליכע שטיצערס ב''ה)
אלעס ווייל ער אנערקענט נישט אז די זשיגאןס זענען בעה''ב אויף די שיטה הק'
פאריאר איז פארגעקומען די היסטארישע עצרת אין מאנהעטן קעגן די מדינה'ס קאנסולאט במעמד רבבות אלפי ישראל
וואס די זאליס האבען גענצליך בויקאטירט וועגן זייער פירער'ס מי בראש סינדראם
עס איז געגאנגען אזוי ווייט אז זיי האבען געשיקט זייערע בחורים באישון לילה רייסן די צעטלעך וואס האבען גערופן צו די פראטעסטן אין האבען פיזיש אנגעגריפן די יונגעלייט וואס האבען געהאנגען די צעטליך (ווי שוין דא באשריבן מיט בילדער: די ציונים שיקן שלוחים אויף וומ"ס צו רייסן צעטלעך)
דעמאלטס האבען זיי ווי קינדער שנעל ארגענעזריט אלייןס א פראטעסט צו באראויגןע זייער קעלבער, קודם אין מאנהעטן נאכדעם האבען זיי עס אפגעשטופט אין ארגענעזירט אויף וואשינגאטן (אין נאכדעם האבען זיי עס אינגאנצען ג'קענסל'ט,
א פאר חדשים שפעטער האבען זיי אויך געמאכט אין וואשינגטאן אין למעשה יענס מאל נישט ג'קענסלט)
נטרונא האט דאס געזעהן פאר א שטארקע געלעגנהייט צו קענען ארויסברענגן פאר די גוישע גאס די גרויליגע אויפפירונג פין די ציונים
האבען זיי דעמאלטס צאמגשטעלט א ווידיא ווי די בארבארישע פאליציי מיטן ציהל עס צו לאזען שפילן ביי די פראטעסטן,
(בייגעלייגט איז די ווידיא http://www.youtube.com/watch?v=_AzFh9-zj9o )
די זאליס האבען דעמאלטס אנגעהויבן אז אויב מ'גיבט די ווידיא פאר די ארונים נעמען זיי עס נישט...
ווייל ביי זיי איז דער גרויסער פראטעסט פין די ארונים געווען א מעסער שטעך, א זעץ אין זייער לאנגיעריגער PR
למעשה האט נטרונא דאן געזאגט אז זיי געבן עס פאר יעדן וואס קען ברענגן אויפמערקזאמקייט
אין ביי זיי עקזיסטירט נישט קיין שום מחלוקה, אין יעדער קען עס באקומען נאר מ'דארף אליין'ס צאלען פאר די גרויסע סקרין'ס
דא איז שוין די כעס געגאנגען ווייטער ספעציעל נאכדעם וואס נטרונא האט געדעקט די פראטעסט אויף זייער וועבזייטל
אין ציגאב די געווענליכע הילף וואס זיי העלפן בעפאר א פראטעסט וואס זיי האבען דא אויך ציגעשטעלט
דעמאלטס האבען די זאליס געזאגט פאר נטרונא אז זיי ווילן מער נישט וויסן פין זיי
ביי זייער פראטעסט אין וואשינגאטן האבען זיי קאנספיקירט כמעט אלע טאוועלן פין נטרונא זיי האבען בכלל נישט אדווערטייזט זייער וועבסייט, זיי האבען געפנט א אייגענע וועבסייט (אויף די אינטערנעט האבען זיי מער עקספיריענס ווי סיי וועלכע קרייז, כידוע)
אין עד היום הזה האבען זיי אנגהאלטן א אימאפיציעלע קרוג מיט נטרונא
אין האבען געגרינדעט א ארגענעזציע צו פייטן מיט נטרונא וואס זיי רופן 'משתדלים'
דער משתדלים האט אין שפיץ א באקאנטער לאנג יעריגע בעל מחלוקת
אין האט נאכנישט גארנישט ערנסט דעליווערט חוץ א קלאגע אין ציוניסטישע בג''ץ בשם די עדה, פין וואס די עדה האט זיך גלייך אפגעטרייסלט
אזוי האט אנגעהאלטן ביז לעצטנס
יעצט אבער איז די קרוג ארויס אפיציעל
נאכדעם וואס לעצטנס האט וועד משמרת חומותיך ארגענזירט עטליכע מסיבות פאר נטרונא אין וומ''ס, ב''פ, ק''י
ווי צענדליגע יונגעלייט האבען זיך אויפגעסיינט צו ווערן מעמבר'ס אין ווערן א שותף אין זייער הייליגע ארבעט
דאס איז שוין געווען פאר זיי ציפיהל
זייער ארבעט פין אזוויפיל יאר גייט דאך לטמיון,
זיי פראבירן שוין אזוויפיל יאר אומערפאלגרייך צו ערקלערן פאר זייערע קעלבער אז נאר זיי האבען די שיטה
אין די ארונים זענען נאך ארגער פין מזרחי, כת ש''ץ (איידעל גערעדט)
אין דא זעהט דאך יעדער אז ווען נטרונא דארף געלט טוהן זיי ווי רוב מוסדות אין א''י על טהרת הקודש אין קומען גאר צו סאטמאר
אין זיי האבען כדרכם אנגעהויבן א אפציעלע שמיציגע מערכה אין בויקאט קעגן די הייליגע מוסד נטרונא
סיי אויף זייער צענדליגע טוויטער גרופס אין אויף זייער אפיציעלער אינטערנעט בלאג
מיט פעך אין שוועבל קעגן דעם הייליגען מוסד
אלעס ציליב דעם וואס זיי זענען געגאנגען נאך געלט ביי די ארונים
(די זעלבע האבען זיי געטוהן ביי מוסדות נתיבות עטה''ק, תפארת ירושלים, חכמת לב, וכו' אין אלע מוסדות
וואס זיי ''ווייסען'' אז זיי מאכען גרויסע מסיבות ביי די ארונים)
(עס איז נאך דא אסאך צו רעדן פין די טעראר קעגן נטרונא ועוד חזון למועד)
נאר ווי געשריבן ביי זיי איז די מלחמה קעגן ציונת א מיטל נישט קיין ציהל
אזא פנים האבען זיי מיט זייערע רבנים
תוקן על ידי rebyankel ב- 18/01/2011 01:11:25
נשלח ב-17/1/2011 23:02
איינס פין די מעסעזשעס וואס די זשיגאן'ס שיקען יעצט ארום
Let's all ban that Organization that is using Zionists - Ahroinim to fight Israeli - Zionists. Please unfollow @TrueTorahJews
מאובי תחכמנו דער עולם זאל שיקען 40404 צו פאללאען זייער גרופ אין האבען א חלק אין קידוש ש''ש ווייל אז זיי ווייזען אז זיי האבען אסאך אינטערסירער מאכט דאס זייער אויסזעהן מער אנערקענט כמובן