גראדע בין איך נאך נישט געווען ווען די שמועס האט זיך אנגעהויבן, אבער היות סיז נאך אקטועל, ס'שטיינס געזאגט סיז היינט זונטאג, די טשולנט איז נאך אין פרידזשעדער, סאו על איך אויך זאגן א מיינונג.
ביי מיר איז די פיש פונקט אזא ענין וואו דער טשאלענט, איך מיין די פיש שפילט אויך אין מאגן ביז דינסטאג, די זאך איז נאר אז סיז א גאנצער טשולענט אין די קישקעס, טשאלענט, אייער, פיש, פאפיטעס, אביסל שנאפס, דריי באטלעך הייניקן אדער מער, וכו' וכו', סאו מאכט נישט אוועק די אנדערע מאכלים.
דער דאיען האט א מנהג אלע ערב שבת טועם צו זיין די פיש צו סיז געלונגן, ביים דאיען'ס טיש, איז די פיש עסן א גאנצער מעניו, מ'עסט די פיש פאר באלד א האלבע שעה, א שטיק סעלמאן, א שטיק קארפ, און נאדיר א שטיק ווייט, (דאס איז מנהג אבותיה), און ווער רעדט נאך פון די געפילטע מיט די חריף דערויף דאס איז ממש מעין עולם הבא, ווער רעדט נאך ווען דעם דאיען פאלט ביי אריינצובאשטעלן כריין, דאן איז דאס לעילא מכל ברכתא, די רביצין ווייסט שוין כאס וועשאלעם נישט אריינצושיקן די פיש אין א פיש טעלער, נאר אין אזא גרויסע טשאלענט-פלייש טעלער, אויב נישט דאן איז דא אויסזיכטען אריבער צורופן א שלום בית עקספערט אינמיטן וואך.
סאו מאכט נישט אזוי אוועק די פיש, דאס איז א גרויס חלק פון דעם שבת קודש, כ'זאג נישט אז צופרי נאך עסן ביי קידוש צוויי קענס הערינג איינע א שמאלטץ אין איינע א מאטיאש, און צומאל אויך א פיקעלד, וואס יעדע קאמפאני רופט דאס אנדערש, איינער שטיגליץ איינער פיקעלד וכו' כו', און פארשטייט זיך ביי די פיש אזוי ווי נעכטן, דאן איז דער עיקר די גרויסע טעלער טשולענט, וואס באשטייט פון באנדלעך, גערשטלעך, א גוט שטיקל פלאנקן, און ווי אויך א צוויי שטיקלעך מארעך, און נישט פארגעסן א גרויס סלייס מעל קוגל, מיט אביסל ביטערע איגערקעס אין די זייט, מיט כריין, דאס איז נישט מעין עולם הבא דאס איז דער עולם הבא אליינס, אבער ווי פריערט געזאגט נישט אוועקמאכן די פיש ח"ו.
איך העט ווען גערעדט אויכעט פון די אייער מיט די געדינסטע צוויבל, און א האלבע טעלער לעבער, מיט פאפריקא רויטע און גרינע, און צומאל א טאמעטע, אבער דאס איז שוין נישט בכדי כתיבה אויף דער מינוט, פענסטער עט נאך טאנען אז איך פארדריי אשקולות.
סאו האט מיר אלע א פרישן זונטאג.
תוקן על ידי - התאחדות - 19/12/2005 0:08:55
 |
|
|