בית פורומים היימישע קרעטשמע

וליענטאאש משפחת היענטאאשי

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/6/2005 00:27 לינק ישיר 
וליענטאאש משפחת היענטאאשי

אין א געוויסע לאנד, אין א געוויסע שטאט, אויף א געוויסע גאס, אויף א געוויסע טיר, הענגט א קליין הילצערנע שילד, און מיט איינגעקריצטע גאלד געפארבטע אויתיות ליינט זיך "משפחת יענטאאש".
אינעווייניג פון דעם טיר געפינט זיך די דירה אין וועלכע עס וואוינט די "יענטאאש" משפחה, וועלכע 'יענטאאש'עס' וואוינען דארט?, דארט וואוינען די באוואוסטע 'יענטאאש'עס'.
דער 'טאטע יענטאאש' איז א פיינער אידל אין די יארן צווישן 'צוואנציג' און 'זיבעציג', די 'מאמע יענטאאש' איז א פיינע וואוילע ערליכע אידישע טאכטער אין בערך די זעלבע יארן, זיי פארמאגן א שטוב מיט א געוויסע צאל קינדער בליעה"ר.
'מר. יענטאאש' איז א פשוטער איד, שטייט אויף יעדן פארטאגס, האט א שיעור פארן דאווענען, דאווענט מיט זיין באשטימטע מנין, אין זיין באשטימטע שול, אויף זיין באשטימטע פלאץ, מיט זיין באשטימטע סידור, און מיט זיין באשטימטע ברילן.
דורכ'ן טאג ארבעט 'הער יענטאאש' אין א געוויסע קאמפאני, ער פארמאגט דארטן א דזשאב וואס פאלאנגט זיך דערפאר א 'קאמפיוטער' און (ליידער) אויך די (טריפה'נע) אינטערנעט, אין איבעריגע צייטן ווען מר. יענטאאש האט נישט עכט וואס צו טאן שרייבט ער 'תגובות' אויף "היימישע שטותים"……..
אה!.... בקיצור וואס מאך איך אזאנע לאנגע הקדמות, דאס בין איך 'יענטאאש' א גוטן וואס מאכט איר עפעס?, עני-וועיס איך וויל אביסל רעדן וועגן וויאזוי מען באהאנדלט א משפחה איך מיין די ווייב די קינדער, נישט אז איך האב פראבלעמען ח"ו, איך רעד פון סתם זאכן, פשוט 'לייף'.
למשל ווען איך גיי אין שול שבת, און אלע 'יענטאאש'לעך' לויפן מיר נאך ווי די קליינע פליגן זומער, איינער גייט אויף רעכטס איינער צו לינקס, איך קען נאר אנכאפן צוויי חברה, סא איך כאפ אן די צוויי קלענסטע 'יענטאאש'יס', אבער די איבעריגע קען איך נישט קאנטראלירן, ס'איז בושות איך קום אן צו א קארנער, מען דארף אריבערגיין די גאס, און ס'גייט קולות 'מאטי! גרונמ'קע! זבילי! (איך האב געטוישט די נעמען, איך וויל נישט מען זאל זיי טשעפענען אין חדר…)ווי גייט עטץ??!! וואטשט'ס א קאר קומט!!!!, אזוי אויך אין שול יעדער צולויפט זיך און פאר 'נקדישך' און ביים אהיימגיין בין אויך אויס 'הוטקע'לוטש מאכער, אדער אינמיטן נקדישך ביי 'ממקומך' -און דייקא ווען עס איז דא א שיינער חזן- נעמט זיך דער קליינער 'יענטאאש'עלע' (וועמען איך האב אויך נאר געברענגט אין שול וועגן די 'יענטאאש'טע האט פארפירט אז זי האט שוין נישט קיין כח צו אים) וויינען הויך אויפן קול, איך מיין, וואס טוט מען אין אזא צייט……..
בכלל וויל איך דורכרעדן וואספארא מין יענטאא…איך מיין צו זאגן וואסערע מין טאטע איך זאל זיין, דעי באבלאזענע מינע וואס ציפט די קינדער אויב זיי דאווענען נישט אדער דעי וואס גלעט ווען זיי דאווענען יא, דעי וואס לאזט נישט שפילן אין שול נאך כיתה א' אדער דעי וואס לאזט אפילו אין כיתה ח', סאיז דא אזויפיל זיך דורכצושמועסן, קומט לאמיר זיך דורכרעדן כאיש אחד ובלב אחד, יעדער קען נוצן א 'העלפינג טאהט'.
(המשך יבא אי"ה)


תוקן על ידי - יענטאאש - 23/06/2005 0:32:31



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/6/2005 18:54 לינק ישיר 

(המשך)
איר האט געזען נעכטן בין איך אוועקגעלאפן אינמיטן שרייבן, וואס איז געווען?, גארנישט איך זיץ מיך אזוי רואיג אינדערהיים אין מיין אפיס ביים קאמפיוטער, איך האלט נאך א שווערן טאג ארבעט, און פלוצים הער איך די יענטאאש'טע שרייען: 'יענטאאש!!!! יענטאאאאאאאאאאאאש!!!!!!!', איך מינימייז שנעל 'היימישע שטותים' און איך שריי צוריק: יא!!!!!!!, בקיצור מ'האט מיך אראפגערופן אין פלעי רום מאכן שלום צווישן די קליינע 'יענטאאש'לעך'.
"וואס גייט שוין פאר דא? ווער קריגט זיך שוין ווייטער???" רוף איך אויס מיט א טאטע'אישן האלב שטרענגע שטימע אריינשפאצירנדיג אין פלעי רום, איך האב געדארפט צושטאפן מיין אויער פון די קולות נאכדעם.....
.........!!!!!!!!!!!!...........מאטי האט געוואר.....!!!!!!!......ניין ווייל ער האט מיך געוואלט שלאג....!!!!!!!!!.........אנא.....טאטי...!!!!!!!......אייביג ווען מ'שפילט קומט ער אן און ער.............!!!!!!!.........יא ווייל אייביג טשעפענען זיי מיך.....!!!!!..........!!!!!!!!!!!!!.....יא.!!!!!.........ניין....!!!!!!........פאר'דוקה.........!!!!!!!!!!!!.........!!!!!!!.........
וואס טוט מען אין אזא פאל??, סאיז דא טאטעס וואס געבן יעדן אריין אפאר פעטש, א צווייטער נעמט איין קרבן ציבור, איינער געבט פאר'ן עלטסטן, איינער פאר'ן יונגסטן, וואס זאל איך טון??.
(המשך יבא אי"ה)







דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/6/2005 20:31 לינק ישיר 

(המשך)
......'מאטי זינג זמירות'...... רוף איך אויס פארשלאפענערהייט, און איך פאל צוריק אריין אין מיין דרימל....
מיין קאפ פאלט אויף אראפ, צוריק אויף ארויף, צו די זייט, צו רעכטס, צו לינקס, ....ככככככ.... איך כאפ מיך צוריק אויף, אריינציענדיג א טיפן אטעם מיט מיין נאז........
.... איך סטרעטש מיך אויס און דערביי פרעג איך 'האסט שוין געזינגען מאטי'???....... קיין ענטפער.... 'נו, עטס האטס געזינגען קינדער'???..... קיינער ענטפערט נישט.... איך כאפ זיך אויף, איך קוק מיך ארום, מיין 'יענטאאש'טע' שלאפט אויפן לעזי-בוי, די בענקלעך זענען ליידיג, מיין זופ טעללער איז האלב פול און נעבן דעם ארינגס און ארום איז אנגעגרייט די פלייש טעללער, בונדלעך, פרוכט, אייסעס (שוין צולאזטע)........., שוין טראכט איך.... נאך א פרייטאג צונאכטס אין דער ערד, איך בענטש, איך הייב זיך אויף און גיי אין בעט אויף ביז מארגן צו סוזק"ש...
אקעי, די וואך איז געווען אביסל ערגער וועגן די מסיבה ליל שישי אין הוטקע שול, אבער יעדע וואך איז נישט קיין סאך בעסער, מ'ארבעט שווער א גאנצע וואך אין די ארבייט, פרייטאג ארבעט מען שווער פאר די 'יענטאאש'טע', און ס'קומט ביינאכט איז מען א 'מידער יענטאאש', איך עס מיך אויף, איך וויל ס'זאל זיין א שיינער שבת טיש, זינגען שיינע זמירות, זאגן תורות, און אזוי ווייטער אזוי ווי ס'פאסט פאר א שבת טיש ביי די יענטאאש'עס, אבער וואס קען מען טון אז דער ראש ה'יענטאאש'עס איז שלעפעריג...
איז וואס טוט איר????, קענט איר מיר העלפן?, וויאזוי האלט איר זיך אויף?, זאל איך מיך אראפלייגן פרייטאג נאכמיטאג כאפן א דרימל האב איך מורא אז די יענטאאש'טע וועט מיך אויפוועקן מיט א פעדער-שטאך..., אפשר בין איך איר שיין מסביר?, העלפט מיך!.
בכלל די גאנצע שבת סעודה קען איך נוצן אפאר 'טיפס', טיילט איר גרויסע שטיקלעך חלה צו קליינע, אסאך גרעיפ-דזשוס צו ווייניג, איר לאזט טרינקען אינמיטן די סעודה?, איר פארלאנגט א תורה?, איר פארהערט אינמיטן די סעודה?, ווי לאנג געדויערט ביי אייך די סעודה?, די קינדער מעגן זיך אויפשטעלן ביי די סעודה?, ווער סערווירט דאס עסן אייער ווייב צו אייערע קינדער?, איר צווינגט די קינדער אויפצועסן?, וויאזוי סעטלט איר די מחלוקה פון ווער ס'זאל זיצן אויף וועלכע טשעיר?, און אזוי ווייטער און ווייטער.....
(המשך יבא אי"ה, אבער דער עולם קען אנהייבן ענטפערן, ווי אויך פרעגן אייגענע צווייפלען).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2005 19:25 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט, פארוואס ענטפערט נישט קיינער,,
ער וועט זיך נאך אינגאנצן אפטראגן,,
פליז,, אפשר קען איינער ענטפערן פליזזזזז



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2005 19:36 לינק ישיר 

סושי;

פיר חדשים האט דיר גענומען צו שרייבן די פאר שורות? אדער דאס אויפזוכן דעם ארטיקל?

און אז דו שרייבסט שוין יא, פארוואס ביסטו מכבד יענעם צו פרעגן אדער ענטפערן, זיי זיך אליינס מכבד.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/10/2005 19:55 לינק ישיר 

in your question you will find the answer it takes me to long



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2005 20:49 לינק ישיר 

איך האב מורא אז סושי און יענטאש האבן זיך משדך געווען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2005 21:36 לינק ישיר 

וואס מאכט דיר טראכטן אז איך בין געווארן א מחותן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/10/2005 21:49 לינק ישיר 

התאחדות;

די זאכען לאז פאר מיר... איך בין דער וואס באשליסט וועלכע ניק איז א מחותן מיט וועלכע...

דאס קען איך דיר גאראנטירן אז סושי מיט יענטאאש זענען (דערווייל נאכנישט) קיין מחותנים.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/10/2005 21:51 לינק ישיר 

א גוטן סושי טייערער, נאדיר א גלעזעל הייניקן (אויף מיין חשבון) זעץ זיך אנידער לאז מיר דיך מסביר זיין.

יענטאש האט שוין די אשכול געשריבן א לאנגע צייט צוריק, צוויי ראיות האב איך סיי לויט דעם דעיט וואס שטייט העכער דעם, און סיי ווייל אזוי האט געשריבן א.ב.קרעמער, האב איך געטראכט אולי זענט איר די זעלבע נאר דו נוצט אמאל די ניק און אמאל די ניק, ווייל אז נישט פארוואס האסטו געהאט אן אינטערעס ארויפצוברענגן די אשכול?!, מסתמא האסטו פארגעסן אז דו ביסט איצט סושי, איך מיין דו האסט פארשטאנען, אז נישט וועל איך דיר מוזן מכבד זיין מיט א גלעזל קורס

[ווי באקאנט קען צוריקקומען חתונה בריוולעך פאר'ן צווייטן מחותן וואס האט דאס בכלל נישט געשיקט, מחמת די עמי הארצים פון די פאסט ווייסן נישט צו וועלכן אדרעס עס צוריק צו שיקן]



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/10/2005 22:01 לינק ישיר 

התאחדות;

יענטאאש איז נישט סושי און סושי איז נישט יענטאאש. סושי האט ארויפגעברענגט דעם אשכול ווייל ער איז זייער הונגעריג און לעכצט צו הערן פון אונזער ר.ה. (ר'אש ה'קהל) ר' יענטאאש אזוי ווי אונז אלע.

גלייב מיר אויף מיין עהרן ווארט: זיי זענען נישט קיין מחותנים!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/10/2005 22:17 לינק ישיר 

ישר כח קרעמער נא דיר פון די גרינע

אבער אפשר דאך שרייבט איינער עצות פאר יענטאשש



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > וליענטאאש משפחת היענטאאשי
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext