| נשלח ב-24/6/2005 00:58 |
|
| |
רעב הוטקע זיצנדיג אין פארק
רעב הוטקע זיצנדיג פארטראכט
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2005 19:03 |
|
| |
הלווווווווווווווווווווווווואאאאאאאאאי
הלווווווווווווווווווווווווואאאאאאאאאאי זאאל איך קענען זיצען מיט איין פיסל ארויף און די האנט פארקנייטש אונטערן גאמבע גלאצענדיג אויף די לבנה וועלכע האלט נאך פארן ארויפקומען אויפן האריזאנט!!!!!!!!!
איך האב שוין געפלאנט א לאנגע וואקאציע צו די ווארימע מקומות, וואו מען קען זיך אויסלייגן נאנט צום וואסער און זיך גוט אומקוקען אויף די כוכבי לכת אין הימעל... אבער נאכן זען דעם בילד האב איך באשלאסן אז איך דארף נישט אויסגעבן אזויפיל געלט כדי זיך אויסצוטשוכען פון מיין שווערע עבודה דא...
איך קען קויפן א צוקנייטש היטל, שאפן א באנק מיט א האלב צובראכן פיסל, עס צושארן אונטער א בוים וואס בייגט זיך שוין עטוואס איין אויף אראפ, זיך צורעכטן די הויזן, ארויסשארן די ברעגעס פון העמדל, ארויפקאטשן איין ארבל פונקט ביז די האלבע האנט, ארויפבייגן דעם פנים האלב ארויף, און......................................
גארנישט מער! וואס נאך פעלט זיך אויס פאר אביסל וואקאציע?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/1/2006 07:35 |
|
| |
וויקאציע איז אלס גוט.
איך זיץ מיר דא מיט די האנט אויף די גאמבע, היידפארק גייט פאריבער איינע פון אירע אומצאליגע חבלי לידה, מען גארנישט ליינען פון די ערשטע זייט נייעס, (אחוץ די סדרה אשכול וואס כאב שוין אפילו איבערגעזאגט- מיט אונזער באליבטן נאטירלעך'ס עגונה) האב איך באשלאסן איבער צו גיין די אלטע, און כאב געטראפן עפעס צוצולייגן, סאו האב איך צוגעלייגט.
איר וועט מסתם זעהן די צגובה פאר מיר, ווייל איך גיי מיך לייגן
א גוטע נאכט
|
|
|
|
|
| נשלח ב-27/1/2006 08:40 |
|
| |
האב איך נאך אריינגעכאפט עס צו זען פאר דיר?
|
|
|
|
| נשלח ב-27/1/2006 09:03 |
|
| |
תוקן על ידי - ניןהרחמן - 27/01/2006 9:57:11
|
|
|
|
| נשלח ב-29/1/2006 19:17 |
|
| |
קרעמער; צוגעלייגט מיין מיינונג איבער וויקאציע (אז עס איז אלס גוט)
איבערזאגן קען זיין פאר נאך מענטשן אויסער א שווער און ביי א שיעור.
גראדע קען איך איינער פון די שרייבער דא וואס לערנט פאר א שיעור, און זאגט איבער תורות פון דא, באט זיינע מקשיבי שיעור ליינען נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/1/2006 20:06 |
|
| |
דאס איז א געוואלדיגע חידוש אין דיני וואקאציע, אז עס איז אלץ גוט...
|
|
|
|
| נשלח ב-29/1/2006 21:40 |
|
| |
יאך קוק און קוק און יאך קאן נישט כאפן ווער איז אלזא דער הוטקע, רבותי און וואסארא פארק זיצט אט דער רעב הוטקע, איך עט זייער געוואלט זיך באקענען מיט אט דעם הוטקע, ער קוקט אויס זייער א רואיגער פארשוין, אלזא ווער סיהאט אביסל אינפארמאציע איבער דעם איד -אויב איז ער בכלל- זאל מיט ביטע מודיע זיין.
|
|
|
|
|