| נשלח ב-27/6/2005 13:12 |
|
| |
חנוכת הבית
עההמממממ....... איינס צוויי.......... וואן טו, וואן טו............ טעסטינג טעסטינג וואן טו טרי..... מען בעט דעם גאנצן עולם... [בן זהב: מאך עטוואס העכער דעם מיקראפאון מען זאל קענען אריינהערן אין עזרת נשים...] נאכאמאל, מען בעט דעם חשוב'ן עולם, יעדער זאל זיך אנידערזעצן אויף די באשטימטע פלעצער, מען הייבט שוין באלד אן דעם פראגראם (אלטעבאא קלערט: דער מענטש קען דאך קיין גראדן ווארט נישט ארויסרעדן, "שוין" אדער "באלד"?).
[יעדער זעצט זיך אראפ אויף זיין באשטימטע פלאץ, חוץ שעפעלעזיסע וועלכער דרייט זיך צווישן די טישן... עס קוקט אויס ווי ער זוכט עפעס... אב הרחמן שלעפט אים ביי די פאלעס, זאגנדיג: "זעץ זיך שוין אנידער, מען קען נישט אזוי אנהייבן דעם פראגראם"!]
דער "יושב ראש" הייבט זיך אויף פון זיין פלאץ צו א הילכיגע קלאטשעריי פונעם פארזאמעלטן עולם... פאטש... פאטש... בראווא!!! [דער יושב ראש קלערט ביי זיך: וואס פרייען זיי זיך אזוי, איך האב זיך גארנישט פארגעקוקט... זיי ווייסן גארנישט וואספארא 'דיזעסטער' עס ווארט פאר זיי].
דער יושב ראש עפענט אויף די מסיבה [אכטונג: מיר האבן פרובירט נאכצושרייבן די אלע געלונגענע מייסטערהאפטישע אראטארישע רעדעס "ווארט פאר ווארט". אבער טיילמאל האבן מיר נישט געקענט אויפכאפן די פונקטליכע ווערטער, צוליב די גערודער פון די ספאנטאנע אויסברוכן פון "הורעי" "יעעעעעעעעעעעעי" וואס זענען געקומען פונעם ציבור... און מיר בעטן אנטשולדיגונג דערויף פון די חשוב'ע ליינער].
ברשות פון די חשוב'ע ראשי הקהילה, און אלע נאספים דא, בעלי בתים חשובים, און בני תורה, כל אחד בשמו וב'ניק' שלו הטוב יבורך. וועל איך אנהייבן מיינע ווערטער מיט דברי ברכה: ברוכים הבאים בשם השם!
עס איז מיר א געוואלדיגער כבוד צו דינען אלס "יושב ראש" ביי אט די מסיבת "חנוכת הבית" פון דעם וועלט בארימטן קרעמל "היימישע שטותים", וואס עס איז דאך פקיע שמיה אין די גאנצע וועלט. האף איך טאקע צום אייבערשטן אז איך וועל קענען ארויסגעבן מיינע געדאנקען ווי געהעריג, און שלא יאמר פינו דבר שלא כרצונו.
די צייט איז קורץ, און מיר ברויכן געבן א געלעגנהייט אויך פאר די אנדערע בעלי דרשנים דא, על כן וועל איך נישט מאריך זיין מיט קיין דרושים ופלפולים, נאר צוטרעטן גלייך צום ענין.
ווי איר אלע ווייסט איז ביי די אסיפת הקהילה פאריגע וואך פארגעקומען וואלן, און די איבערוויגענדע מערהייט פונעם ציבור האט געשטימט פאר א טויש. דער דעת פון רוב קהל איז געווען אז מיר זאלן אויפהייבן אונזער גאנצע קהילה מיט אלע אירע בנינים, און דאס אריבערפירן על כנפי נשרים צו א מער אויסגעהאלטענע געגנט, און אזוי האבן מיר געטאן!
זעלבסט פארשטענדליך אז דער טויש איז אונז נישט גרינג אנגעקומען... [בן בלי שם הייבט אן פרעגן זיינע שכינים אויב זיי האבן נישט פערצופאל אן איבריגן 'טישו'...] אויב א מענטש איז איינגעגלידערט אויף א פלאץ – דארט האט ער זיינע חברים און באקאנטע, ער קען זיך אויס מיט די וועגן און שטעגן דערפון – איז אים זייער שווער זיך אריבערצוציען צו א נייעם מקום... ער מוז אפהאקן מיט זיינע אלטע קאנטאקט מענטשן, אנקניפן נייע באציאונגען מיט די לאקאלע שכינים פון זיין נייעם וואוין ארט. דאס איז נישט גרינג!
אבער... ההכרח לא יגונה, דאס געגענט ווי מיר האבן געהאט אונזער קרעמל איז געווען א מקום סכנה. עס פלעגט צומאל זיין א פחד אליינס ארויסצוגיין אויפן גאס, צוליב מורא מען זאל נישט פארכאפט ווערן פון די בייזע עלעמענטן וואס בושעווען דארט ארום אין די מאסן. על כן האבן מיר זיך אויפגעהויבן און געמאכט פליטה... מיר זענען אנגעקומען צוריק צו אונזער אלטע געגנט המכונה "חברה וקהילה", וואס האפנטליך וועלן אלע מיטגלידער פון די קהילה זיך מיט דער צייט אריבערציען אהער, און מיר וועלן אינאיינעם אויפבויען דאס פלאץ נאך שענער ווי פריער.
[דער יושב ראש שטעלט זיך אפ, און רופט אויס מיט יראת הכבוד: ברוכים הבאים ר' בעקיטשע, קומט ארויף... עס פאסט נישט... קומט נענטער... (דער עולם שטעלט זיך אויף מלא קומתו ווי עס פאסט פאר אזא חשוב'ע גאסט)]
במשך די מסיבה וועלן מיר האבן די זכיה צו הערן גאר ווארימע רעדעס פון טאלאנטפולע בעלי דרשנים, וועלכע וועלן – זה בכה וזה בכה – ארויסברענגן די התרגשות פון אונזער עדה הקדושה צו דעם שינוי מקום אונזערן. אלס יושב ראש וועלן מיר נאר אין גאר קורצע ווערטער איבערשמועסן די השתלשלות הדברים, די פאסירונגען פון אונזער קהילה נאה וחשובה, מיום הווסדה ועד היום הזה.
[יענטאאש – דער ראש הקהל – שיקט אונטער א צעטל וואס ליינט זיך ווי פאלגענד: "קום שוין צו צום פינטל, דו רעדסט און רעדסט און זאגסט גארנישט" (דער יושב ראש קלערט: גרויסער צולייגער וואס ער איז, לאמיר זעהן וויאזוי זיין דרשה וועט אויסקוקען...)].
{יושב ראש ווערט פארסאפעט, כאפט א גלעזל לעמאנאדע, ביזדערווייל גייט דער ראש הקהל צו צום מייק, פאררעכט דאס לויט זיין הויכקייט, און נעמט דאס ווארט:}
[מען רופט אויס: ווער עס האט געדאבל פארקד א קליינע שווארצע קארעלע אינדרויסן פון זאל מיט די לייסענס פלעיטס "not2bz" זאל מוחל זיין ארויסגיין, עס שטערט די פארקער אויפן טראטואר].
{איך בעט אלע חשוב'ע רעדנער זאלן אליין ארויפלייגן דא זייערע דרשות}
תוקן על ידי - kraitchmer - 17/11/2005 3:10:58
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2005 18:59 |
|
| |
מורי ורבתי
אלץ געוועזענער ראש הקהל, אין איצטיגער ארויס געווארפענער ראש הקהל, וועל איך נעמען דאס ווארט אין גאר שטארק מקצר זיין,
יהא רעווא מען זאל זיך שנעל צוריק איינארדערן דא מאכט זיך באקוועם יעדער זאל ארקענענן זייו פלאטץ ווי ער באלאנגט אין הייבטס אן גיסן בשפע תגובות וגם אני בקטן בתוכם וועל נעמען דאס ווארט פין צייט צי צייט
יעצט וועט מען סערווירן די זיפ
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2005 19:04 |
|
| |
מורי ורבתי
דער חשבער מנהל האט מיר געריפן אין א זייט אין געבעטן אז עס פאסט נישט אין אזא ציווילעזירט ארט צי האבן אזא נאמען ווי HO..
ממילא וועל איך מיך זיכן א נייעם נאמען וואס עס פאסט פאר אזא הויכע געשעצטע אוידיענץ
פארשטייט זיך אז איך קען נישט ניצן דעם ניק פין "חדשות אנ"ש"
תוקן על ידי - hot_4hot - 27/06/2005 19:05:57
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2005 20:26 |
|
| |
ברשות רעב הוטקע שליט״א, ראש הקהל, הגבאים כל הקהל הקדוש...
איך בין נישט קײן רעדנער ממילא װעל איך נישט דרשענען. אפאר דברי ברכה װעל איך יא זאגן.
דער פסוק זאגט "כי תבנה בית חדש ועשית מעקה לגגך". זאגט רש״י כי תבנה בית חדש - אם קיימת מצות שלוח הקן סופך לבנות בית חדש ותקיים מצות מעקה, שמצוה גוררת מצוה, ותגיע לכרם ושדה ולבגדים נאים. לכך נסמכו פרשיות הללו:
מ'קען זאגן בדרך צחות אז אזױ װי מיר האבן מקײם געװען שלוח הקן, אין ארױסגעװארפן די פײגל פון קאפ, האבן מיר זוכה געװען איצט צו א בית חדש. און אז מיר װעלען מאכן א מעקה אין זיך האלטען צו די גדרים וסיגים, װעלען מיר בעז״ה זוכה זײן צום כרם שדה ולבגדים נאים.
איך װיל נישט אױפהאלטן דעם עולם, װעל איך איבערגעבן די מײק פארן נעקסטן רעדנער.
אקעי! שױן געניג געקלאטשט. די זופ װערט קאלט
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2005 21:15 |
|
| |
היייבטס נישט קיין הענט! רור מיר נישט צו! שאאאאא..................... הער אויף!!......... לאז אים ער וויל אויך רעדן.. הער אויף!! מחוצפים!!!!........... שאאאאאאאאאאאאאאאאא................. לאטס אים גיין!!!........... הערטס אויף!!!!!... גיי דיר! שיכור די לעבסט נאך???????????.......................... פויויויויויויויויויויויויויויויויויוי!!!!!!!!!!!!!!!..........ארויססססס...... חזיר איינער!!!!!!!!!!!!
(הוטקע:) נו, לאמיר שוין הערן וואס ער האט צו זאגן, לאטס אים צו.......
שששששששששששששששששששששששששששששששששש - (יושב ראש:) אונזער אלעמען באקאנטען ממילא2 וויל זאגן אפאר ווערטער, מ'בעט דעם עולם, ששששששששששששש............ נו הערטס אויף!!!!!, מ'בעט זייער מ'זאל גיבן צוויי מינוט........ האאאאאאאאאאא החחחחחחאאאאאאאאאאא חחחחאחחאחחחחאחחאחחחחחחחחחחחח האאאאאאא!!!!!!!!
שששששששששששש.... מורי ורבותי, (עולם: הא הא הא הא הא הא......... ששששששששששששששששששששששש...........) איך וויל דא פרעגן א אפענע פראגע, נאךדעםוואס אונזער רב הוטקע האט באשלאסן צוצומאכן דעם פארום, פארוואס לעבט עס נאך?
מען ציט זיך אריבער מיט א התחדשות, וואס גייט דא פאר??????????
און ששששששששששששש,........
אייןמינוט!!!!!!!! איךוויל אייך איין זאך פרעגן וועט איר אלע מיך גערעכט געבן!!!
(עולם: וווואאאאאאסססססססססס????)
אימיצער קען מיר ענטפערן ווי איז יענטאאששש?????? ער איז דאך דער עיקר בונטערווער דא, ווי איז ער? פארוואס רעד ער נישט? פארוואס זיצט ער נישט דא????????
(עולם שטייט געפעלעפט מיט אפענע מויל.......... אלעס איז שא שטיל.......... פלוצלינג:)
הצלההההה!!!!!!!!!!!!!!!
ראטעוועטטטטטטטטטטטטטט!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! וואסערררר!!!!!!!!!!!
(הוטקע ליגט אויסגעשפרייט אויפן דער ערד אינגאנצען בלאס און דערשראקן............, פון אלע זייטן לויפט מען אים צי דערמינטערן......... טישן און בענק פליען, אלעס דרייט זיך...........)
"פארוואס זאלן מיר אים דערמונטערן דער בלאפער?" שרייט מען פון אלע זייטן..........
נו!!! יודיש בלוט איז נישט הפקר!!! העלפט!! ברענג וואסער!!!!!!!!!!
(אפאר מינוט נאכן דערמינטערן) שששששששששששש על פי בקשתו פונעם רב וויל ער זאגן אפאר ווערטער:
שששששששששששששששששששששש..................
איך וועל מודה זיין על האמת.................... (דער גאנצער עולם שיסט אויס אין א געוויין) עעעעעהההה, אויוויי עעעעההההההההההה חעע עעעעעעעעעעעעהההההההההההה, וואס וועט דא זיין? ממילא2 די האסט מיר מנצח געווען יא! איך בין דאס יענטאאששששששש!
עעעעעעההההההההההההההההה עעעעעעההההההההההההההה
(די זאל ווערט אינגאנצען אויסגעליידיגט אלעס לויפט ארויס, אינדרויסן טוט זיך קופקעס, יעדער שמוסט וואס האט פאסירט?, אזא בלאפער? מער זענען מיר נישט זיינע חסידים)
(הוטקע רעדט פאר די סערווירערס מיט צוגעמאכטע אויגן:) יא, איך ביןדאסססס עעעעעעעעעעההההההההההההה.......................
איך בעט אייך, שרייטס מיר נישט נאך!!!!!!!!!!!!!!!
איך גיי מער נישט........ עעעעעעעעעעעעההההההההההההההההההההההההההההההההה
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2005 21:36 |
|
| |
שששששששששש.........שששששש
ס'זאל זיין שטיל שששששששששששששששש...
אלעס גייט צירוק צי די פלעצער..צירוק צי די פלעצער.
יעדער האט געזען די שפיצל וואס ממילא האט געוואלט אנדרייען דא געברענגט א מענטש פארשטעלט ווי דעם ראש הקהל ער זאל זיך כלומפעריש מודה זיין!!!
מען וועט דאס נישט צי לאזן!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
דער ראש הקהל קימט באלד אריין אין נעמען דאס ווארט
ששששששש מען ברענגט די פלייש.........יעדער זעצט זיך אראפ
שירה גייט זינגען,ני הייבטס אן
|
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2005 21:46 |
|
| |
תיכף נאך די פלייש ייעט מען האבן די זכיה אז בןגאלד גייט אויפטרעטן עס ווערט ערווארטעט אז די מאן אין ווייב זאלן ביידע ציזאמען רעדן......
דערנאף וועט המזמרים ממשיך זיין בנגינה
תיכף דערנאך וועט מען האבן א סופרייז....................
דער ראש הקהל אינאיינעם מיט יענטאש גייען אויפטרעטען..............
אזוי עס וועט מקוים ווערן עפרי לפומיה וואס זאגן שהם אחד
ויסכר פיו דוברי שקר
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2005 22:48 |
|
| |
who is singing over ther "shira" or hamzamrim????
|
|
|
|
| נשלח ב-27/6/2005 23:15 |
|
| |
Don't you see? On the right side….. look….. over there…. Yeah…… okay this is shirah…………. Now look on the left side…… you see???????? This is hamazamrim
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2005 00:27 |
|
| |
פארשוויצט און פארסאפעט בין איך קוים אנגעקומען נעכטן צום חנוכת הבית, א גאנצן טאג -בעסער געזאגט א גאנצע וואך- בין איך געווען פארנומען מיטן ארלעדיגן אלעס פאר די נייע פראכטפולע 'הוטקע שול', כ'האב געדארפט ערלעדיגן די פערמיט'ס, אויסריכטן די שול מיט אלע באקוועמליכקייטן נישט אז דער עולם זאל אנקומען מיט תערומות 'למה העליתנו מארץ זבת חלב ודבש', עכ"פ איך בין געווען פארנומען א גאנצן טאג און ניטאמאל בין איך אנגעקומען צו נעמען א שויער, קוים האב איך זיך אביסל צורעכט געמאכט די פיאות, אויפגעפיקט די 'יענטאאש'טע' און מיט פרייליכע טריט בין איך אנגעקומען צום חנוכת הבית.
אנקומענדיג האב איך אן קיינעם פרעגן גלייך אזוי נאטוראל ארויפשפאצירט אויפן אויבן אן, כהאב זיך אראפגעזעצט אויף א בענקל און ארויסגעלאזט א לאנגן אויסגעצויגענעם אטעם ווי צו זאגן 'אוי האב איך געארבעט..... פיינעלי מ'איז פערטיג', איך בין נישט געווען צו שטארק צופרידן מיטן 'יושב ראש', לכתחילה האב איך אליין געווואלט אנפירן מיטן פראגראם, אבער נאך א לאנגע שפאציר שבת נאכמיטאג האט מיר די 'יענטאאש'טע' ענדליך אויפגעקלערט אז ס'איז געקומען די צייט 'להרים אתת ראש 'יענטאאש', 'גענוג האסטו געארבעט שווער' האט זי גע'טענה'ט 'יעצט זאלסטו זיצן ווי א ראש הקהל אויפן בענקל', האב איך איר טאקע געפאלגט כ'האב זיך געזעצט אויפן בענקל מיטן רוקן אויף ריקווערטס, און ארומגעקוקט אויפן ביהמ"ד און אויפן עולם, ווען עמיצער איז צוגעקומען רייכן די האנט האב איך אים געענטפערט מיט אזא דריי-פערטל שמייכל, בקיצור כ'האב זיך אויפגעפירט ווי א ריכטיגער 'ראש הקהל', עכ"פ אזוי האט מיר מיין יענטאאש'טע געזאגט ווען זי האט מיך אריינגערופן אויפן סעלפאון אינמיטן די מסיבה.
איך זיץ אזוי פארטראכט ווען פלוצים איך גלייב נישט וואס איך זע..... ' דער שווארצע-ליבהאבער ממילא2 ' איז דא... זאל איך אים ארויסווארפן?..... עה...., הםםםםם.... ער גייט ארויף צום מייק..... איך רוף צו 'בןגאלד' און איך רוים אים אריין אין אויער 'איגנאריר אים לאז אים זאגן וואס ער וויל און טון וואס ער וויל', פארוואס וועט איר פרעגן?, הערט וואס איך האב געטראכט מיט מיין ראש הקהל'ישן קאפ, אויב א מענטש האלט ביי א מצב אז ער גלייכט שווארצע.... נו זאל איך 'יענטאאש ראש הקהל' מיט אים זיין א 'בר פלוגתא'?....., איז ער טאקע ארויף, און ער האט גערעדט, און ער האט אין זיין פאנטאזיע פארגעשטעלט א שפיל שרייענדיג און קוויטשענדיג מיט פארשידנארטיגע גרימאסן און מעכאניקעס מיט די האנט און די פיס, בעת דער עולם איז געזיצן און זיך געקייכעט פאר געלעכטער אזש אז 'בןהרחמן' און 'נאט-טא-ביזי' האבן אפילו געבראכן פאר געלעכטער און מען האט געמוזט רופן 'דטרבקו' זאל אויפקלינען מיט א מאפ, און שוין, ס'איז געווען לעבעדיג פאר אפאר מינוט....
מ'האט געזינגען שיינע ניגונים, און דער עולם האט זיך ביסלעכווייז בארואיגט, ענדליך איז געקומען די רייע אויף מיין דרשה..... כ'האב זיך אויפגעשטעלט פון מיין פלאץ, גערייכט די האנט מיט 'רעב הוטקע'ן', און צושפאצירט צום עמוד.
פאטש...!!!! פאטש...!!!! פאטש...!!!! יעס!!!!........ וועעעעעעעע!!!!!!!!.......... האבן זיך געהערט הילכיגע אפלאדאמיסטן און געשרייערייען אין זאל וועלכע האט אנגעהאלטן פאר א לענגערע וויילע.....
איך קום אן צום עמוד, איך שמיר ארויס די צעטלען פון טאש, און אט איז מיין דרשה:
'ה...כ...חע...הע...האם'......... האב איך געגעבן א קורצן הוסט..... 'שכויעך' ..... שששששששששש.......
די וואך אין די סדרה...... (אוי כ'האב געמאכט א טעות וואס טו איך?... אפשר לאמיך געבן נאך א הוסט... 'פאטש!!!! פאטש!!! פאטש!!!...... יעעעעעעעעעעעע!!!!!!!!!!!!......' אה נאך א מזל דער עולם האט באשלאסן צו איבערהאקן מיט פרישע אפאדלאמיסטן ..., לאמיך אנהייבן נאכאמאל....)
ברשות הגבאים (כ'בין שוין איינמאל קריטיקירט געווארן דערוועגן, האב איך עס יעצט געזאגט די ערשטע), הרבנים הגאונים (דערמיט האב איך געמיינט 'רעב הוטקע'), ראשי ישיבות ותלמידיהון, חשובע בעלי בתים ואברכים, העזרת נשים (געצילט צו מיין יענטטאשטע און די בת-גאלד), הקטנים והגדולים, פון אלע סייזעס (מיט דעם האב איך אויך אינקלאדעט די 'פעטע קאפל וואס זוכט הילף'... איר געדענקט נאך?), וברשות כל הקהל הקודש הזה, איך האף אז איך האב יעדן אויסגערעכנט כל אחד בשמו יבורך, איש על מחנהו ואיש על דגלו, וחסד השם מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים..... (וואס האסטו יעצט צאמגערעדט יענטאאש?!, זיי נישט קיין בהמה זאג וואס עס שטייט אין צעטל און ווייז נישט קיין חכמות.....).
די וואך אין די סדרה שטייט, (אך... וויאזוי נאר?... אה...), קרח בן יצהר בן קהת בן לוי (איך האף כ'האב עס גוט געזאגט...), פרעגט דארט רש"י, אז פארוואס שטייט נישט בן יעקב?, ענטפערט דארט רש"י, אז יעקב אבינו האט געבעטן 'בע..מיק..' (אך פארוואס האב איך עס נישט געפינטעלט... בטלן...) 'בעמיקהאלאם אל טייחאד כעבוידי', אז מען זאל אים נישט אויסרעכנען ביי די מעשה פון קרח, ביי אונז דא יעצט, קען מען אויך זאגן, ב"ה מ'האמיר זוכה געווען אז (אוי נאכאמאל....) 'בעמיקהאלאם אל טייחאד כעבוידי', ווען מען קוקט אויף אונזער קהילה, ווי אונז געפון מיר זיך זאל מען נישט זען דעם אדרעס 'ס"מ וכל השאר', (שוין ענדליך געענדיגט מיט די תורה...), מיר זענען אסאך העכער פון דעם!, (מיין שטימע ווערט העכער און קלארער) און יעצט אז מיר האבן דערגרייכט דעם געהויבענעם מאמענט וועלן מיר זיין נאך אסאך אסאך העכער!.....
ב"ה אין די לעצטע טעג קען מען זען, דער עולם האט ב"ה הצלחה אין די ביזנעס, אלעס ווייל מיר האבן זיך אפגעשיידט פון די טריפה'נע שטאט, דער עולם איז אסאך רואיגער איבערהויפט 'רעב הוטקע' זאל זיין געזונט, אדרבא זאגט מיר: ווי האט אמאל 'רעב הוטקע' געהאט צייט זיך אראפצוזעצן אין פארק???!!!..........
'פאטש...!!!! פאטש...!!!! פאטש...!!!! יעס!!!!........ וועעעעעעעע!!!!!!!!..........' דער עולם שיסט אויס אין הילכיגע אפלאדירונגען......
מיר האפן.... נו רבותי נאך איין מינוט ששששששששש.......... מיר האפ...... נו איין מינוט..... מי... ששששששששששש........ (ענדליך מען בארואיגט זיך...) מיר האפן אי"ה אויף אסאך שינויים לטובה, סיי וועגן די 'טשאלענט', (עולם: אהההההה...!!!!!!..., בןהרחמן: יעעעעססססס!!!!!!.....) סיי וועגן די מקוה (עולם: אהההההה...!!!!!!....) און אזוי אויך אין פילע זאכן, דער עיקר איז דער עולם זאל זיך האלטן צוזאמען!, און דער אייבירשטער זאל העלפן!!!!... (דא ווער איך שוין איבערגעהאקט מיט הילכיגע געקלאטשעכץ און געשרייעכץ, איך מאך נישט שטיל נאר איך הייב העכער מיין קול מיטשרייענדיג מיטן שטראם...) אז מיר זאלן זוכה זיין...!!!!!!! צו לאנגע יארן מיט 'רעב הוטקע' צוזאמען!!!!!!!.... (יחי......!!!!!!!!!!!!!!!!....) ביז דער גואל צדק וועט קומען!!!!!!!!!..... אמן!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!.........
די מוזיק ברעכט אויס מיט לעבעדעיגע ניגונים און דער עולם פונאדערגייט זיך אין א פייערדיגן טאנץ....., איך גיי רייכן די האנט מיט 'רעב הוטקע' און דאן כאפן מיר זיך אן ביי די הענט און מיר פארגייען זיך אין א שפרינגענדיגן טאנץ אויפן אויבן אן פאראורזאכענדיג געשרייען און קלאטשערייען אויף א ריזיגן פארנעם פונעם גאנצן עולם......
אזוי האט מען געטאנצט פאר א לענגערע צייט.....
תוקן על ידי - יענטאאש - 28/06/2005 0:40:53
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2005 02:09 |
|
| |
זייער שיין! קיינער מאכט זיך נישט וויסנדיג פון מיר. איך קען מיך נישט אפרעדען ווייל סזעט אויס וו איך מאך מיך אויך נישט וויסענדיג פון ענק ווייל איך שרייב זייער ווייניג, אבער ווי די מנהל קען עדות זאגן בין איך זייער אפט דא, נאר איך קען נעבעך נישט שרייבן, וועגן דעם ...
און איך נעם אן באהבה די גזירה אז מען וויל מיך ארויסווארפן (נישט מיך נאר די לאוולי-ניק..) ווייל באמת איז מיין אייציגע ציל וואס איך בין דא געווען (מעג איך שוין אויסזאגן?) שוין מער נישט נוגע...
יעצט זאג מיר א נייע ניק וואס איך זאל קענען נוצן דא.. (נישט אלץ מנהל משנה וואס איך ווייס נישט אויב איך וועל נאך האבן דעם כבוד צו דעם, נאר אין די נייע פורום..(
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2005 13:14 |
|
| |
יושב ראש נעמט צוריק דאס ווארט:
יישר כח מעומק הלב פאר די חשוב'ע רעדנער כל אחד בשמו הטוב יבורך, ר' הוד שבהוד [איך וואלט נישט געמאכט קיין עסק פון קיין ניק'ס... אבער אויב איר טוישט יא דעם ניק, זייט מוחל און מעלדט איין דעם טייערן ציבור, שרייבט ביים ערשטן תגובה: אני 'פלוני' מלפנים 'הוד שבהוד'] וועלכער האט מיטגעמאכט א ווייטע נסיעה ביז ער איז צוריקגעקומען דא אהער.
און אפילו פאר ממילא2 וועל איך זיך באדאנקען טראץ דעם גרויסן גערודער וואס ער האט פאראורזאכט דא שלא לצורך.
אן עקסטערן דאנק פאר 'יונגאטש' פאר די ווארימע דברי ברכה, יה"ר אז ער זאל טאקע אויך זעהן ברכה והצלחה בכל אשר יפנה.
און אחרון חביב דער חשוב'ער ראש הקהל זאל לעבן מר. יענטאאש, וועלכער האט מיט זיין גרויס געניטשאפט אנגעפירט די מסיבה פון הונטער די קוליסן, מ'קען זאגען אז ער האט אריינגעלייגט דערין ממון ודמים, צוזאמען מיט די בני בית 'יענטאאש'טע שתחי', זאלן זיי טאקע זעהן אסאך נחת ביי זייערע אלע יענטאאש'לעך, ס'זאל שוין זיין...
יעצט וועלן זיך באדאנקן פאר די משפחה פון 'בויבעריק' פארן צושטעלן די סעודה לעילוי נשמתו, זאל ער טאקע זיין א מליץ יושר פאר זיך און פאר אלע... (עס איז נתנדב געווארן בשותפות מיט נאך אנדערע משפחות וועמענס קרוב איז נעלם געווארן ווען מיר האבן געטוישט פארמאט, אבער מיר געדענקן ליידער נישט אלע נעמען, ואתכם הסליחה).
באסעס קיין היידפארק וועלן פארן יעדע פופצען מינוט ביים קארנער.
א גוטע נאכט, אויף ווידערזעהן אי"ה.
אהה, איין מינוט, שששששששש... מיר ווילן וואונטשן פארן עולם א געזונטען זוממער, דער עולם גייט דאך אודאי אויף וואקאציע, זאל יעדער זיך פיין אויסרוען, שעפן פרישע כוחות, צוריקקומען געזונטערהייט ללמוד וללמד לשמור ולעשות!!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2005 17:32 |
|
| |
If the time will allow. After hutkh's speech I will read you the letter whet the president sent to the grand re-opening of היימישע שטותים
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2005 05:36 |
|
| |
איך בעט פון פארויס מחילה אויב דיינע ציין וועלן זיך צוברעכן ביים ליינען מיין דרשה...
אזוי ווי דער דיין דמתא דער חשוב'ער מנהל האט געבעטן אז יעדער דרשן וואס האט גע'דרש'נט ביים חנוכת הבית זאל זאך מטריח זיין און ארויף לייגן דא די דרשה...
וועל איך מקיים זיין די מצוה פון ועשית ככל אשר יורוך...
איך וועל טאקע נישט מאריך זיין מיט גרויסע הקדומת, נאר איך וועל צו גיין גלייך צום דעם זאך.
(איך לאז היבער פארן גרויסן שפעציעליסט דער חשוב'ער מנהל זאל פארשטעלן פארן עולם די פאצעריי און געשריי וואס איז פאר געקומען אין זאל ווען מען האט אויס גערופן: "גם_זו" איז מכובד מיט רעדן.......)
מורי ורבותי .....(וואס פרעסטמען דארט מיט אזאן אפעטיט ???... מען וואלט גימעגט האבגעבן דעם כבוד פאר אזאן חשוב'ער גאסט ווי מיר....!!!...)
מורי ורבותי....( אהההה... איך גיב זאך אכאפ... דער עולם פשוט הערט מיר נישט רעדן די מייקרעפאן שטייט גאר אין דער אויעך פון מיין גארטל... לאמיר נאר דא א הייב טאן דעם שטעקן פון מייק... האט אזוי.. יעצט איז דאס גוט...פונקט אין דער אויעך אנטקעגן מיין וואנטזע... איך ווונדער זאך פארוואס איז געשטאנען דער מייק אזוי נידעריק.???....אההה..ממילא. ממילא ער האט דאך פריהערט גירעד...נו נו ער איז דאך טאקע אנידעריגער יונג...!!!...)
מורי ורבותי..(סוף סוף קוקטשיין דער עולם אויף מיר...) ברשות מורנו ורבנו הרב רעב האטקע..(........ !!!!!!......!!! ------ .....!!!!!.....!!!!!...)
וברשות דעם חשוב'ער ראש הקהל ר' יענטאאש (.........!!!!!!.......!!!!!.......!!!!..........!!!!)
וברשות כל הק..(העפעס היימיצער בורצעט מיר אריין אין אויהער(אוזן) לאוולי !!! לאוולי !!!.....איך גיב עם אווינק מיטן קאפ לאמור, אז איך האב פאר שטאנענען.... אן אשפיציעלער "ברשות" פאר לאוולי...)
וברשות דעם חשוב'ער נגיד...(ווייטער בורצעטער אריין אין מיין אויער נישט נגיד!!! נישט נגיד!!!.....מנהל משנה! מנהל משנה!... איך גיב א בליק צום מזרח אויף האטקע'ס פלאץ(מקום) זיי איך ווי ער ווינקט מיט קאפ צו אראפ לאמור, אז דער בורצער האט רעכט... פאר איך האב אנגעיאגט זיך צו צוריקדריין צום עולם האב איך באמערקט די בייזע בליקן פון יענטאאש לאמור, "האכן וויי צו דיר" .... !!!... ???...ווי גיט מען זאך יעצט אן עצה...???...מי וועט גיין אויף א פשרה!!!..)
וברשות דעם יעצטיגער מנהל משנה לאוולי (.!!!)
וברשות כל הקהל הקדוש ....
אפתח בכבוד האכסניה, ווי עס שטייט אין משנה פותחין בכבוד האכסניה תחילה.....מיר געבן האפ אן הערציגן דיינק פארן חשוב'ן מנהל (........!!!!!!!!......!!!!!!!!!......!!!!!!..)וואס פירט און פארפירט האט די חשוב'ע אכסניה .......... ... ... ...
מיר וועלן נישט מאריך זיין בשבחו, אזויווי עס ווערט גיבריינגט אין די הייליגע ספרים הקדושים אין אומרים שבחו של אדם בפניו...
בכל אופן כדי צו יוצא זיין אנדערע ענינים וואס ווערן אויך גיבריינגט אין ספרים הקדושים וועלן מיר זינגען אן הערלאכן ניגון לכבוד פון אונזער גהויבענער "רב"...
די מזמרים ווערן גיבעטן ארויסהעלפן מיטן ניגון.....
---אז דער רבי גהייט--- ...פאצט!!!...פאצט!!....---ציטערן די ווענט---...הייבטזאך...!!! ..הייבטצאך...!!!..---און אלע חסידים פאצ-פאצן מיט די הענט---.......!!!!...!!!.....נאך אמאל ברידער..---אז דער רבי גהייט---(דער עולם איז אין די עולמות העליונים...מען שטייט און מ'פאצט אן א אופער....דער עולם רייסט פון זיך שטיקער..מען טאנצט מיט גרעסטע כוחות....)---ציטערן די ווענט---.......!!!!!!.......!!!!!!......!!!!!!...---און האלע חסידים---...( איך דריי זיך אויס צום זייט, און איך זעה ווי האטקע'ס פנים שטראלט פון נחת, ער שמייכלט צו מיר און ווינקט מיר מיטן האנט ...געב נישט האף..זייט ממשיך מיטן ניגן...)...---פאצ-פאצן מיט די הענט---....עולם!!!....עולם!!!....עולם!!!... שלאפט נישט!!!....פריילאך...... לוסטיג.....לעבעדיג......אפ...אפ...אפ...לעבעדיג!!!......לעבדיג...---אז דער רבי---אז דער רבי---אז דער רבי גהייט---פאטץ!!!....פאטץ!!!.......!!!!!.(במקרה'דיג האב איך אבליק געטאןאויפן ווייבער שול באמערק איך ווי איינער קאלעטזאך דארט פון געלעכטער....ווער איז די אידינע???.?.אזוי נישט צניעות'דיק צו זיין????...לאכן אזוי גראב אויפן קול?!?!...היתכן?!?!?!.....אההההה....דאס איז "ריבי" !!!!.....נו..נו..נו..נו...העקלדיג!!!!..)....!!!!...טאנצט!!...טאנצט!!!..---ציטרן די ווענט---לעבעדיג!!!...לוסטיג!!!!....לעבדיג!!......לעבדיג!!!..---און האלע חסידים......און האלע חסידים....און--האלע--חסידים-...פ א צ ן מ י ט ד י ה ע נ ט.....שכוייח זעצט אייך אראפ..(דער גאנצער עולם זעצטזאך, ידער איינער אויף זיין פלאץ....איך בין ממשיך מיט מיין דרשה..)
און פינקט אזוי, איז טאקע דער רבי ארויס געגיינגען צוזאמען מיט האלעמען פון מקום אסור, און אריינגיגיינגען צו מקום מותר...
מורי ורבותי, מיר גיפינאן זאך יעצט אין גאר הגיהייבענע שעה, אינזערע יעצטיגע שמחה וואס באצייכנט אפרייד מיט א ליבשאפט וואס ליגט ביי אונז צו טאן גוטס און האפלאזן שלעכט, האט מעורר געווען דעם מידת הרחמים און בריינגט אראפ גרויסע השפעות. אז א איד און בפרט אז אגאנצע קהילה אין איינעם נעמצאך אן צו טאן גיין אין נאר גוטע דרכים פועל'ט האס אין די הימלען גאר גרויסע זאכן ...
יעצט איז די צייטוואס ידער איינער פון אונז קען זאך אויסבעטן מיט אלץ וואס ער דארף. אזוי ווי עס שטייט גישריבן אין סידור "סור מרע ועשה טוב בקש שלום ורדפהו"
מיר האבן מקיים גיווען דער "סור מרע" מיט דעם אפלאזן דעם ס"ם, און מיר טוהען "עשה טוב" מיט דעם וואס מירהאבן זאך פאר זעצט אין חברה וקהילה( ..ממילא קרימט מיטן נאז...), "בקש שלום"איז טאקע יעצט די צייט צי מתפלל זיין זאל זיין בייהאלעמען שלום, ( איך מערק אז יענטאאש האט מיר אריין געשטיפט העפעס א צעטל,....לאמיר א קוק טאן וואס ער וויל.... שרייבט ער:...האסט מסתמא געמיינט צו זאגן ורדפכהו מי א "כ" נישט ורדפהו אן א "כ"..!!!......איך גיב א נעם ארויס א פענע, און כ'שרייב אויפן צווייטן זייט פון צעטל : דעס מאל וועלן מיך זאך טיינען ביי בן הרחמן... איך האב ביי עם קרדיט!....איך שיק האס צוריק פאר יענטאאש....).. "ורודפהו" אונז זענען מובטח אז דער באשעפער וועט רודפ'ן צו מקיים זיין אונזערע בקושות...
איך וועל הענדלאך מסיים זיין מיט א עקסטערע שכויח פארן ראש הקהל. און פאר אלעם וואס האבן צו געהאלפן צוצושטעלן האט די שמחה.
אמן ואמן בב"א..
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2005 07:25 |
|
| |
יושב ראש:
מיר ווילן זיך באדאנקן פאר די ווארימע דיבורים פון הרב נחום איש גמזו, וואס טראצדעם וואס ער איז נישט צוגעוואוינט צו רעדן אין אונזער שפראך, האט ער זיך מטריח געווען מיט איבערמענטשליכע כוחות כדי דער עולם זאל פארשטיין זיין רעדע, זאל טאקע השי"ת אים שענקן אלעס גוטס, אזוי ווי עס שטייט "בקש שלום ורדפכככככהו"...
[יושב ראש רוימט אריין פאר גמזו אין אויער: "פותחין בכבוד אכסניא" איז נישט קיין משנה, עס איז א גמרא אין ברכות ס"ג ע"ב...]
יושב ראש איז ממשיך:
מיר זענען שוין גרייט אריינצוברענגן די קאמפויט (אוי, פארגעסן צו סערווירן די צאנט... גמזו וואס איז מיט דיר געשען?) אבער מיר ווארטן נאך אז דטרבקי זאל פארליינען די בריוו פונעם פרעזידענט בוש!
[נאכדעם וועלן מיר ווארטן מיט געדולד פאר די ענגלישע רעדעס פון בן בלי שם מיט שעפעלעזיסע].
|
|
|
|
| נשלח ב-30/6/2005 17:04 |
|
| |
(הערה: די דרשה האב איך נאך געוואלט ארויפלייגן פאר מיין אויפנאמע, נאר 'בןגאלד' האט זיך עפעס פאר'פעניע'ט מיט די טעיפ'ס האט עס געדויערט ביז איצט, ואתכם הסליחה)
------------
(איך הייב זיך אויף און איך גיי צוריק צום מייק)
(ווידעראמאל הילכיגע פאטשערייען כדלעיל.....)
איך רוק צו דעם מייק צו מיין מויל..... (פעך..... דער 'גם_זו' האט עס איגאנצן אנגעשפיגן...... פוי..... איך נעם ארויס א טישו (וואס איך האב נאך זייט 'הוטקעס' געזעגענונגס בריוו) איך וויש אפ דעם מייקראפאן.... אקעי........
מורי ורבותי פאר אפאר מינוט נאר וויל איך רעדן אפאר ווערטער אין די ענגלישע שפראך....., וואס?..... איך הער נישט וואס זאגסטו 'בןגאלד'....????..... אה..... אוי.... אקעי..... עעעעם..... קודם כל א גרויסן דאנק פאר די הערליכע 'פעפעריקע' דרשה פון ר' 'גם_זו'...... און ווי אויך פאר דעם פריילאכן לעבעדיקן זמר......
איי וואד לייק טא סעי עי פיו ווארדס אין ענגליש, לעידיס ענד דזשענטעלמענס, וויט דע פערמישאן אף דע געבאאים, דע רעבי, ענד דע האול קראוד הא געדערד הער טא נייט, איט איס מיי גרעיד האנאר ענד פריוועלידזש טא וועלקאם הער סאם ווערי נייס פיפאל, הא אר דער טאנייט, ענד דעי ווער דער פאר אס דע האול וועי העלפינג אס וויט עוורי טינג וויט גרעיט דזשואיש הארץ ענד געפיל, פערסט ענד פארמאסט עוורי באדיס בעלאווד ענד עוורי באדיס פרענד, דע גרעיט 'נעימלעסס' !!!!!!!!!!....... (וועעעעעעעעעעעע.... ווי....!!!!!!!!!!!!!!!....... נעימלעסס!!!.... נעימלעסס!!!.... נעימלעסס!!!....), ענד דען אוער גרעיט 'שעפעלעזיסע' פראם הא ווי דידנט הער פאר עי לאנג טיים ענד ווי אר מיסינג הים ווערי ווערי מאטש!!! (וועעעעעעעעעעעע.... ווי....!!!!!!!!!!!!!!!....... קאם בעק!!!! קאם בעק!!!! קאם בעק!!!!)..... איי דאונט נאו מעבי איים מיסינג סאם באדי איי האופ איים נאט.... באט עניוועי וועלקאם עוורי באדי..!!!!!!!!!!!!!!!!!! (וועעעעעעעעעעעע.... ווי....!!!!!!!!!!!!!!!.......), ענד עי ווערי ספעשל טענקס טו עוורי וואן הא העלפס אס 'פאר עי העוו פאר עי טורד פאר עי פורטה' (למחצה לשליש ולרביע), עוורי וואן ענד עני וואן איי דאונט רימעמבער די עקזעקט נעימ'ס אין דשואיש דעי סעי 'קאל עיחאד בישמוי יעבויראך', טענק יו ווערי מאטש עוורי וואן .......... (וועעעעעעעעעעעע.... ווי....!!!!!!!!!!!!!!!.......)...... טענק יו !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
שכויעך!!!!!!!!!!!!!!
 |
|
|
|
|
|