|
|
| נשלח ב-19/7/2005 05:17 |
|
| |
I still have windows 2000 and absolutely none of the original installation CDs left. (Yenta, I think one of your yentashlech chewed up this one windows CD in particular.) But thank you BenHurachmun for your good intentions. Thanx Kramer for the links
איך וועל מיך נעמען צו דו עבודה און האפענטלעך פערטיגן נאך פאר שבת.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/7/2005 05:40 |
|
| |
מיר גייען געבן קידוש... בן בלי שם האט געשריבן אויף אידיש!
אבער - הונגערט אייך נאכנישט אויס - איך וויל אוועקלייגן דעם קידוש אויף ווען בן בלי שם וועט אמאל עפענען אן אייגענעם אשכול... אדער ווען יענטאאש וועט אריינווארפן א דבר תורה צווישן זיינע הערליכע באשרייבונגען... אדער ווען קרעמער וועט לויפן פאר א פאליטישן אמט, אפשר גאר סופרים קאורט ריכטער?
אדער ווען 'אלטערבאא' וועט זיך צוריק באווייזן, אדער ווען דער אלטער 'אב הרחמן' וועט זיך צוריקקערן פון האום, אדער ווען 'בן זהב' וועט זיך מרחם זיין אויף זיין געוועזענע אכסניא און אריינווארפן א ווארט צוויי, אדער ווען 'שעפעלעזיסע' וועט זיך ערוועקן פון זיין קאומא, אדער אדער אדער אדער (די ליסט גייט נאך אסאך ווייטער).
אבער ווען דאס וועט צושטאנד קומען... זענט איר אלע העפליך געלאדענט מיט די בני בית און די יענטאאשלעך אדער שעפעלע זיסע'ס אדער ...
|
|
|
|
| נשלח ב-20/7/2005 15:10 |
|
| |
....אדער ווען הוטקע וועט מקיים זיין אלע זיינע 'ועוד חזון למועד' באשרייבונגען וואס ער האט צוגעזאגט.... (איך ווייס נישט אויב ס'איז אזא גוטס וואס איך האב יעצט געשריבן אבער 'פטור בלא כלום אי אפשר'..... אה.... איר זעט... איך האב געשריבן א דבר תורה......
|
|
|
|
| נשלח ב-20/7/2005 22:22 |
|
| |
ברוך שפטרנו, קאטשע פייע נעקי.
Is that a sign that the typing in Yiddish is already
having a negative affect on me? 0
hutkh, You gotta take it slow, you know, start out in baby steps. One good thing at a time, otherwise you don't appreciate gitte zachen anymore. Maybe in a little while I will actually start a new column, who knows.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/7/2005 00:17 |
|
| |
נעימלעעס יו סי? איים נאט דעט ספוילד, איים סאו העפי דעט יור רייטינג, הו קעירס איף איטס אין ענגליש יודיש אר לשון קודש.... איי מין דאונט געט מי ראנג העיר איי וואד לאוו יו טו רייט אין יודיש באט איי וואד נעווער פוט סאטש עי פרעשער אן יו פאר סאטש עי מיינער אישו 'צו וואס לייגן דרוק פאר אזא נארישקייט'?, דעטס בעסייד דע פוינט דעט יור סאטש עי גוד ענגליש רייטער וויט סאטש עי 'חן'....
עני וועי איף יו וויל רייט אין יודיש 'אדרבא' באט איף איטס עי פרעשור אן יו דאונט איווען קעיר 'יא יא ניין ניין' עס לאנג עס יו 'בכלל' רייט איים העפי.
קיפ איט אפ באדי!
|
|
|
|
| נשלח ב-21/7/2005 04:36 |
|
| |
Yenta ich vill dir nor vazen az ich ken oich, of de farkerte zeit. Yasher koich far de chisik. You always make me laugh, sometimes to the point where…lets just say to a certain point where its not at all funny anymore. (ich vill nisht oifraygen hutkh, letzte mull ven ich hub geret in daye inyen hut er gemacht putash fin di gantze geshrabechts) 0
|
|
|
|
| נשלח ב-21/7/2005 06:22 |
|
| |
נעימלעס, איך פרעשור נישט חס ושלום, איך וויל נאר צולייגן א ווארט, אז אויב דו וועסט טאן עפעס וואס איז א קעגן דיין געוואוינהייט, דאס הייסט אז דו וועסט עפענען א נייע אשכול, וועל איך פרובירן צו טאן עפעס וואס איז א קעגן מיין געוואוינהייט, און איך וועל פאר א טשעינדזש אריינלייגן מיין קומענדיגע באשרייבונג אין אן אלטן אשכול, און נישט עפענען קיין נייעם אשכול פאר יעדע נארישע באריכט מיינע. איז דאס א גוטע דיעל?
|
|
|
|
| נשלח ב-21/7/2005 08:52 |
|
| |
קרעמער איך זעה אז היינט ביזטו יא גאנץ גוט אויפגעלייגט האסט דיך גאנץ גוט צולאזט מיט דיינע תגובות און געעפענט עטליכע נייע אשכולות מיט דיינע בויך קרעמפן, איך האב הנאה סטעי עלייוו
|
|
|
|
| נשלח ב-21/7/2005 17:05 |
|
| |
You right benhurachmun, Kramer went loose…have you been smoking some, kramash? I wasn't under any pressure, until you proposed this deal of yours, that is. I have to think about it and then discuss it with myself and then take it from there
|
|
|
|
| נשלח ב-24/7/2005 07:51 |
|
| |
אנטשולדיגט, איך ציה צוריק, איך מיין פשוט מיין אייגענע טובה, איך האלט אז עס וועט מיר זיין צו שווער צו האלטן ווארט און נישט עפענען א נייעם אשכול יעדן טאג, מיט אנטשולדיגונג, גוטע וואך.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/7/2005 19:12 |
|
| |
נעימלעסס דו רעדסט זיך אויך דורך מיט דיר אליינס?!... כ'האב געמיינט נאר איך טו עס.... איך טו עס כסדר פשוט ווייל איך טראכט אזויפיל מענטשן קומען זיך דורכרעדן מיט מיר, ממש מען חלש'ט צו הערן וואס איך האלט, נו, איך אליין זאל גיין צו א צווייטן?, דאס איז בעסיידס דע פוינט וואס איך זע נישט קיינער וואס איז אסאך קלוגער ווי איך, מעיבי דעט טעלס יו סאמטינג אבאוט דע ווארלד ווי ליוו אין באט דעטס ען אדער סטארי, עני וועי איך האב זיך שוין אזוי צוגעוואוינט צו כאפן א שמועס וויט מיי סעלף אז איך האב שוין אנגעהויבן טראכטן אז עס איז נארמאל, ביז איך האב אמאל געזען די יענטאאש'טע עס טון.......
|
|
|
|
| נשלח ב-25/7/2005 20:57 |
|
| |
איך שמועס מיט מיר, איך לאך מיט מיר, איך
דריי מיט מיין הענט, איך האק מיט מיין פיס...נעבעך.
די דאקטורים האבן שוין אויפגעגעבן א לאנגע צייט צוריק.
It's a (nameless) condition. I do other things to myself, with myself too. But I'm embarrassed to talk about it.
Kramer, smart decision…we love it (or at least I do) when you write and start new columns or just nod with your head…whatever. You have excellent writing talent, so just go ahead and abuse that keyboard of yours, and in the name me, myself, my shadow and I, ''we really appreciate it''. 0
|
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2005 07:04 |
|
| |
יישר כח נעימלעס פאר די ווארימע ווערטער, און לכבוד דיר וועל איך אריינלייגן מיינע אלטנייע שטאף טאקע דא אין דעם אשכול און נישט עפענען קיין נייע. העי יו גארע דו וואט יו גארע דו. אבער דאס וואס דו שרייבסט אז דו טוהסט אנדערע זאכען אויך צו דיר אליין, איך ציטער וואס הוטקע וועט טאן ווען ער וועט צוריקקומען. ער דולדט דאך נישט גארנישט לעצטנס. אגב, וואו איז ער טאקע נעלם געווארן?
אט האט איר מיין צוריקגעבליבענער טאגבוך, עס איז שוין אזוי אלט די נייעס דערפון אז עס גייט שוין דערפון א שימל גערוך, זייט איך האב געשריבן די נייעס איז שוין געווען נאכאמאל הויך יום טוב אין לאנדאן, און אויך אין מצרים, וועלכע איז די היינטיגע עגיפטן. ביים ברעג פונעם רויטן ים, וואס דאס איז ביי אונז באקאנט אלס ים סוף, זענען אומגעקומען ארום ניינציג מענטשן פון טעראריסטישע באמבעלעך, איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך פריי זיך ווען די זאכען פאסירן אין די אראבישע וועלט, ווי גלייך עס שרייט ארויס פון מיר אינעווייניג, ביי זיי זאל עס בלייבן, און זאלן זיי אפלאזן די ציוויליזירטע וועלט. אבער אט האט איר דאס וואס איך האב זיך פארגעשריבן פארגאנגענע וואך דאנערשטאג. לייענט און דערמאנט אייך די פאריעריגע שניי.
העלאו אמעריקענס איי עם פאול הארווי, איימסארי, ער וועט מיר נאך באלד אנקלאגן אין געריכט אז איך נעם צו זיין טרעידמארק, איי עם קאסמא קרעמער. די היינטיגע טאג האט זיך אנגעהויבן מיט א בלעסט, א בענג, איינס אדער מערערע אויפרייסן זענען פארגעקומען אין די לאנדענע טובס, וויאזוי זיי רופן אן די אנדערגראונד באנען, וואס מיר רופן סאבוועי. אין אנהייב ווען איך האב אנגעצינדן דעם נייעס באריכטער און געהערט אז מען רעדט פון דריי באמבעס אויף באנען און איינס אויף א באס אין צענטער פון לאנדאן, האב איך געמיינט אז אלע רעפארטער'ס זענען געפארן אויף וואקאציע און מען שפילט אויף אלטע טעיפס פון די נייעס, אזוי ווי עס איז די מנהג ביי טאלק שאו'ס. איך האב זיך דערמאנט א מעשה וואס איז פארגעקומען אומגעפער פערציג יאר צוריק, ווען א פרומטשיג אידל איז ארויסגעקומען פון בית הכסא אינגאנצן דערשראקן און איז אריינגעלאפן אין בית המדרש מיט איין בהלה, ווען מען האט אים געפרעגט וואס עס איז געשען, האט ער דערציילט די נייעס וואס ער האט נארוואס געליינט אין בית הכסא, האט איר געהערט פרעגט ער, מען האט געשאסן פרעזידענט קענעדי. די מענטשן האבן אויסגעשאסן אין געלעכטער און אים געזאגט אז דאס איז גאר קיין נייעס, און קיינער איז נישט שולדיג אז ער האט יעצט געפונען א געלע צייטונג פון אנדערטהאלבן יאר צוריק.
הערנדיג די נייעס פון די באמבעס אין לאנדאן האב איך ממש געמיינט אז איך בין צוריקגעבליבן אדער גאר פארגעשריטן מיט צוויי וואכען, אז איך האב שוין צוויי וואכן צוריק דאנערשטאג געהערט אט די מעשה. דאן ווען איך האב געהערט אז עס איז געווען מיט גרויסע חסדים און קיינער כמעט איז נישט געשעדיגט געווארן, האב איך שוין געזען אז דא האנדלט זיך נאר פון א קאפיקעטער, איינער אדער מערערע וואס האבן געוואלט אביסל איבערדרייען די שטאט דארט לעילוי נשמת די פיר זעלבסטמערדער וועלכע פארברענגן היינט מיט די צוויי הונדערט און אכציג ווירדזשין'ס אין גיהנום, ווייל פאר יעדן פון די פיר איז דא עקסטערע זיבעציג שטיק, און איך שטעל זיך פאר אז זיי שעירן צווישן זיך.
נאו פעידזש טו. אוי איז ער זיס דער פאול הארווי, בפרט מיט זיינע פאני מעשה'לעך מיט וואס ער לאזט אויס זיין באריכט יעדן טאג צוויי מינוט צו צוועלף מיטאג אויף דאבעליו עי בי סי, למשל היינט האט ער געהאט א מעשה פון דייטשלאנד אז די געזונטהייט מיניסטעריום האט באשטימט אז די מעדיקעיד פראגראמען וועלן באצאלן שייטלעך פאר פרויען אבער נישט פאר מענער, די מעשה אליין איז נישט אזוי אינטערסאנט ווי די וועג וויאזוי פאול הארווי לייגט דאס אראפ מיט זיין אלטן ראדיא שטימע. נאו יו קנוי די רעסט אוו די סטארי. גראדע זיבן אזייגער ביינאכט קען איך אים נישט דולדן, ווייל איך בין די גיסטע צו הערן די נייעס, און ער קומט אן מיט אויסגעדראשענע מעשיות פון די סיוויל וואר אדער גאר די באסטאן טיע פארטי.
ביז דא האב איך געשריבן פארגאנגענעם דאנערשטאג, און איך האב זיך געראכטן עס ארויפצולייגן אויפן פארום אין די ביינאכט שעות, אבער פון הימל האט מען אנדערש געוואלט, און איך האב נישט געהאט קיין צוטריט צו אונזער אייער קרעמל דא ביז מוצאי שבת, און אויך דאן האב איך נישט פארמאגט מיינע כלים ביי מיר, אזוי ארום האט די אויבנדערמאנטע באריכט געמוזט נעבעך ווארטן ביז יעצט ארויפגעלייגט צו ווערן אויפן פארום. וויאזוי זאגט די וועלט, בעטער לעיטער דען נעווער.
יעצט וועלן מיר ווייטער גיין מיט פרישע ווארע, איינער פון מיינע געטרייע ידידים, וועלכער שרייבט נאכנישט דא אויפן פארום אבער האלט אינמיטן דורכגיין די פראצעדור פון עפענען א ניק און זיך אויסקענען מיטן סיסטעם דא. האט מיר באשאנקן מיט די ערשטע סעזאן פון די אויפגעכאפט שאו וואס רופט זיך דעספערעט האוזווייפס, עס איז א מעשה פון עטליכע פרויען וועלכע האבן געוואוינט אויפן זעלבן בלאק אין רורעל אמעריקע, וויאזוי זיי מאכן זיך מיט זייער שווער לעבן. איינע האט זיך גענומען דאס לעבן, די אנדערע האלט זיך ביים שיידן פון איר מאן, א נחת צו הערן ווי איר מאן פליקט איר אריין און זאגט איר פוינט בלענק, וואו איז די פרוי אין וועלכע איך האב זיך פארליבט? וועלכע פלעגט אמאל צוברענען די טאוסט, און ארויסטרינקן מילך פונעם באטעל? היינט האב איך דא א לעבן מיט איינע וואס די האר רירט זיך איר נישט, מען זעט נישט קיין עמאציענ'ס אויף איר, איך שפיר ווי איך לעב אין א דיטערדזשענט קאמערשעל. גוט געזאגט.
אויב איינער פון אייך האט שוין געזען דעם שאו, זאל מיר נישט ארויסגעבן די סודות דערפון, היות איך האלט נאך ביים צווייטען עפיזאד. די ערשטע, די פיילאט עפיזאד האב איך איבערגעקוקט עטליכע מאל, און איך בין זייער נתפעל געווארן פון די סקריפט, די ליינס שטימען זייער גוט, און די עקט איז זייער גוט. וועלן מיר זעהן אויב עס האלט אן ביי די אנדערע עפיזאדן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2005 08:21 |
|
| |
קרעמער דו האסט גוט אריינגעביסן, איך האב אויך אנגעפאנגען צו פארשאפן די עפיזאדן און איך האב שוין טאקע דורכגעקוקט א פאר שטיק דערפון עס איז א געשמאקע שטיקל, עס האט גאנץ א גוטע פּלאַט און געמישט מיט הומאר אויפן טעגליכן לעבן, איך האף אז איך וועל קענען פארשאפן אלע עפיזאדן, איך מיין זיי האבן יעצט פאר זומער גע-ענדיגט די ערשטע סיזען
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2005 20:32 |
|
| |
Don't worry about hutkh, Kramer. But really the trick is to speak in codes. For example the above remark can be manipulated into many meaning. You, being that youre an undercover special agent working for the NY subway system, can read hard to crack codes. But otherwise its all open to speculation
I never thought about adding up all the virgins into one big party…lol. Your head works in different artistic ways, Kramer…nice! But I don't think they share. I think if any of them even so much as thinks about looking over to the others portion, they would more likely chop their head off…that is really what they're best at
I didn't know that desperate housewives is out yet. I only read reviews on the show. It's the most popular sitcom, I hear, with the most viewers ever. So I just presume that its good, but I'll check it out for myself and get back to you
תוקן על ידי - hutkh - 26/07/2005 20:43:16
|
|
|
|
|