בית פורומים היימישע קרעטשמע

חנוכת הבית

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/7/2005 20:47 לינק ישיר 

desperate housewives is not out on dvd yet, but you can download it via different places on the net.

you can also watch it on the craftytv.com link i posted, but as i said, ,it realy sucks there, cause of all the waiting

and - nameless - sorry for erasing a one liner from your above post... you got to do what you got to do



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/7/2005 21:50 לינק ישיר 

איך שטיי און איך לייען בן בלי שם'ס תגובה איך פארשטיי נישט וואס דארט שטייט עפעס הייבט ער אהן אינדעמיטן פון א שמועס, ביז איך האב געזעהן אז הוטקע האט עפעס מגיה געווען דארטן, סא וועל איך מוזן בלייבן נייגעריג!

נאר אפשר וואלט ווען געדארפט זיין אז ווען מען איז עפעס מתקן זאל דער מגיה אריינשרייבן באותו מקום ארומגערינגלט (מוגה ע"י ***)



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-26/7/2005 21:56 לינק ישיר 

האט די אלע זאכן מיט די חנוכת הבית ?
איך מיין אז מען איז דא פארקראכן אפר זאל מען עפענען א עקסטערע אשכול



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/7/2005 22:00 לינק ישיר 

בן הרחמן, איין שיינעם טאג האסטו אויסגעמעקט עפעס וואס 'לאוולי' האט געשריבן, און נאך עד היום בין איך נייגעריג וואס דארט איז געשטאנען.

מאך מיר א דיעל, דו שרייב מיר וואס דו האסט געמעקט, און איך וועל דיר שרייבן וואס איך האב געמעקט.

אגב, גיי צוריק איין בלעטל וועסטו זעהן די המשך און דו וועסט פארשטיין אויף וואס בן בלי שם באציהט זיך מיט זיין תגובה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/7/2005 22:26 לינק ישיר 

איך שטיי און האק מיר דו קאפ אין וואנט אריין נישט קענענדיג פארשטיין פארוואס בןהרחמן איגנארירט מיך אינגאנצן פינקט ווי איך וואלט ניטאמאל עקזעסטירט. עפשער וואלט איינער געקענט זיין אזוי גיט אין איבערגעבן פאר בען אז איך בייס נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/7/2005 22:29 לינק ישיר 

וועלכע בען? בען גאלד? בען עפלעק?...

אה, בן הרחמן...

**

איך האב יעצט געהערט א מעכטיגע PHONE-TAP וואס איז געווען אויף Z100

ווער עס קען עס ארויפלייגן דא וועט מחי' זיין דעם עולם.

עס איז פון א באביטשקע וואס האט גע'גנב'ט האנטוכער אין אטלאנטיק סיטי, זי רעדט דארט אויף עברית און אידיש... א געשמאק.

תוקן על ידי - hutkh - 26/07/2005 22:31:25



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/7/2005 22:37 לינק ישיר 

http://www.z100.com/cc-common/podcast/single_podcast.html?podcast=PhoneTaps.xml

קליקט אויף די "GRANDMA STOLE TOWELS"

עס איז געוואלדיג, הילעריואס!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/7/2005 02:52 לינק ישיר 

נעימלעסס, איך ווייס נישט וואס דו רעדסט דיך אפ האסט נישט געזעהן ווי שטארק איך וויל ליינען יעדעס ווארט דיינע אפילו (און נאך מער) וואס ס'איז אויסגעמעקט, איז וואס רעדסטו דיך אפ אז איך מאך מיך נישט וויסנדיג פון דיר, אפשר קענסטו נישט קיין לשה"ק וויל איך דיר זאגן אז בן בלי שם מיינט טאקע דיך, איך האב ליב דעם נאמען ווייל איך הייס אויך עפעס 'בן', אקעי פון היינט מאהל אן וועל איך פרובירן רעדן צו דיר מער פערזענליך (אויב איך וועל האבן וואס צו רעדן, יו נאו)



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-28/7/2005 04:06 לינק ישיר 


איך האף אז מען האלט נאך פאר די אייזקריעם...!!...


אנטשולדיקט טייערע חברים איך בין אנגעקומען אזוי שפעט צום חנוכת הבית.....


איז אלזא נאכאמאל, איך בין גראדע אנגעקומען צום ריכטיגן זאל... , נאר איינער פון די וועכטער האט מיר מיין גאנג נישט עפעס אזוי געפאלן געווארן, האט ער מיך אויפגעהאלטן און געמאכט איין אונטערזוכונג מיך אויסגעטון נאקעט און פארהאלטן בפני עם ועדה...איך בין געפירט געווארן דורך לאנגע טונקעלע קארידארן שווער באוואכט, ביז צום הויפט אויפזעער פון די געביידע, און יענער האט מיך באטאפט פון קאפ ביז פיס...און וואס מיינט עטס ? וואס האט ער געטראפן?!..........


....טאקע אט די פארבאטענע סחורה....!!

....מיין קליין צעטעלע אנגעגרייט צו מיין ריידע...!!...

אזא פארברעך!!!

עס האט מיך געדרויעט חסימה... אדער זריקה.. ...אדער ביידע....


און וואס איז טאקע געשטאנען אויף דעם וואונדערבארן פארדעכטיגטן צעטילע?!! ווערט עטס שוין אלע נייגעריק אודאי?!....

אט הערט און שטוינט...!!!.....!!!!

(....דא האט דער יושב ראש געדארפט ווען אויסרופן: ברוך הבא אונזער הויכגעשעצטער "גאסט רעדנער"...........!!! וואס האט געוויליגט צו בערייכערן די מסיבה היינט אווענט....[ביי די עזרת נשים האט זיך יעדער ווען... געדארפט אויפשטעלן קוקן ווער דאס איז....און מען וואלט זיי געדארפט בארואיגן ... משום צניעותא...] ענדליך ווען ס'וואלט ווען שטיל געווארן וואלט ער ממשיך געווען....)

אזא חשובער גאסט .... וואס איז באקאנט ברחבי תבל מיט זיינע פעפעריגע ריידעס.... האט זיך שוין געדרשנט ביי מערערע אויפטריטן ..... (... היות איך אנטלויף פון בארימעראציעס .... וואלט איך ווען געדארפט ארויסלויפן פון זאל.....).....

דא, האט ער מיר ווען געדארפט איבערגעבן די מיקראפאון.... און איך וואלט געהויבן מיט מיין דרשה'לעלע....


אוי!! די צעטעלע איז אראפגעפאלן..... איין מינוט... האלטס א מינוט....






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2005 07:33 לינק ישיר 


הענדליך נאכהען זוכהען אזהוי לאהנג דהי צעטהיילע און נאכן זאגן אמהאר רעב ביניומהין אינדערטער מאהל אב היך האס געפונהען....


איידער איך גיי ווייטער ... אופס.....איך וואלט געוואלט גיין ווייטער..... מוזען מיר דא קלאר מאכן און קיינער וועט זיך נישט קענען ארויסדרייען יעדער וועט דורך גיין א שטרענגע בדיקת פנים ואחור.... אז.... עס געפונען זיך נישט קיין "פרושים".... צווישן אונז!!!!!!....... איר מוזט פארשטיין ....איך קען נישט נעמען די גאנצע אחריות אויף מיר מיט וואס איך גיי דא זאגן.... איך קען קיינעם נישט און איך וויל קיינעם נישט אויפקלערן מיט גארנישט....נישט......!!!!....


-...איך הער נישט...?!! וואס פרעגס....וואס?? וואס ס'מיינט פרושים?!!!???....כפשוטו... אומפארהייראטע.... בחורים .... מיידאלעך.... !! רווקים.... פנויים..... וכל שום וחניכא... אלע צונעמען וואס די דאזיגע חברה... ווילן זיך נאר רופן.....!!

כל השרוי בלא אשה שרוי בלא שמחה...!!!! פסק'נט דער הייליגער רמב"ס מיינער!!!

איז אלזא יעדער וועט דארפן ארויסנעמען און ווייזן זיין .....

....מ

....ע

....ר

....י

....ז

....ש

לייסענס, און וועט דארפן פערזענדליך הערשיינען מיט זיין ניק'טע..... כדי מיר זאלן קענען ווייטער האנגיין....


מי שארש אשה ולא ישכבנה ילך וישוב לביתו....!!!


מיר קענען נישט אזוי ארויסגיין אין די פערטע....וועלט מלחמה.....(די דריטע.. איז דאך שוין גרייט .. די ימות המשיח בקרוב...)


מיר ברויכן מענטשן אהנע פנויות אהנע מחשבות....זר....





תוקן על ידי - gishmoker - 28/07/2005 7:36:09



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2005 13:05 לינק ישיר 

געשמאקער;

בארואיגט אייך. אז נישט. וועל איך אייך אויך מוזען חוסם זיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2005 08:30 לינק ישיר 

נעימלעסס אויב דו ביסט נאך אינטערעסירט צו אינסטאלירן אידיש אויף דיין קאמפיוטער מעלד דיך צו מיר אין תיבה אישית וועל איך דיר שיקן א לינק וואס איך יעצט געטראפן אראפצולאדענען ווינדאוס 2000.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-29/7/2005 08:55 לינק ישיר 


וואס דארף מען אראפלאדענען?

גיי צו קאנטראל פענעל, לעגוויזש און סעטטינגס. דארטן דארף מען ענעיבלען אידיש.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2005 09:13 לינק ישיר 

מען דארף טאקע גיין צו לענגוויטש סעטינגס אבער עס וועט דיך בעטן די CD פון ווינדאוס צו נעמען פון דארט די פיילס פאר אידיש, און נעימלעסס האט געהאט געשריבען אז ער האט שוין נישט די CD האב איך איהם געוואלט ארויסהעלפן



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/8/2005 19:57 לינק ישיר 

איך שיק אינטער א קוויטל פארן חשובן רעדנער.

... אנטשולדיגט פארן שטערן אזא שיינע מסיבת "חנוכת הבית", אבער, כידוע כבר נהוג עלמא אז ווען איינער האט עפעס א הערה שיקט ער אינטער א פתקא פארן רעדנער. כ'על נישט מאכן קיין לאנגע הערה.

איך וואלט געוואלט וויסן, צו אונזער ניי-געגרינדעטע קהילה האט אויפגענומען אונזער חשובער רעבע, אלס ראוו אדער אדער אלס רעבע?, ולמאי נפק"מ? 1] לקידושי אשה. 2] (לר"ת) [לר"ט]. (נא וואס גייט שוין דא פאר, וואס איז שוין אויסגערינגלט רבינו תם און אריינגערינגלט ר' טרפון?, ניין, ס'מאכט (ראשי תיבות) [ראשע טייוועס]).

נא לאמיך אייך מסביר זיין אין קורצן... אויב האט מען אים אויפגענומען אלס רעבע, האבעך א געוואלדיגע הצעה פאר די ראש הקהלה.

ווי באקאנט, איז א רעבע אנגערופן געווארן אין פרידנס צייטן "כבוד קדושת אדונינו מורינו ורבינו שיוחיה לימים טובים ארוכים", שפעטערע ווען צייטן האבן זיך געביטן אין די טיטלען זענען געוואקסן, האט מען דאס פארקערצערט אין "ראשע טייוועס" און מ'האט אנגעהויבן רופן א רעבען "כ"ק אדמו"ר שליט"א". יארן זענען פארלאפן און צייטן האבן זיך ווידער געביטן, און אין די היימישע דיקשענערי איז צוגעקומען עפעס נייע סארט ווערטער, וואס ליינען זיך "קאק אדמער שעליטע", (גיי ווייס וואס דאס מיינט...? אפשר עפעס א ראשע טייוועס), ווען מ'וויל למשל אויסרופן דעם אריזאנישען רבי'ן פאר א סידור קידושין, רופט מען אויס: "קאק אדמער מיאריזאנע שעליטע איז מכובד מיט סידור קידושין". וכשהן יורדין יורדין עד כדי כך, אז לעצטנס זינט די נייע ווערטער זענען שוין עמטלעך אריין אין היימישן דיקשענערי, האט מען גאר אנגעהויבן צו מאכן ראשע טייוועס פון די נייע ווערטער, און הערט וויאזוי עס לייגט זיך: "כ"ק אד"ש!", געוואלדיג, א ראשע טייוועס פון א ראשע טייוועס.

און אויב שוין יא אזוי, וואלט איך פארגעשלאגן א פלאן, (נאך איידער דער "קאק אדש" גייט עמטלעך אריין אין דיקשענערי), אז מ'זאל אפשר אביסל מער פארגרינגערן די היימישע שפראך און עס אינגאנצן פארקערצערן, און עס מאכן פאר איין לאנגע ווארט וואס וועט זיך לייגן: "כקאד"ש"; אין יידיש גערעדט: "קעקדש".

דעריבער, אויב האבן די חשובע ראשע קעהילע שוין באשלאסן אים אויפצונעמען פאר רעבע, און מ'וועט אננעמען מיין פארשלאג, וועט דאס פאר אונז זיין א גרויסע נפקא מינה לקידושי אשה, מ'וועט זיך פארשפארן די לאנגע דרשות פון די חזנים אויסצוריפן דעם רבין מיט לאנגע דרשות "קאק אדמער שליטע" איז מכובד מיט..., מ'וועט פון היינט אין ווייטער אויסרופן: "קעקאדש איז מכובד מיט..."

אנשטולדיגט אייך פאר אזא קורצ-לאנגע הערה, אבער אויב איר חשובע ראשע קעהילע זעט איין אז דאס איז צו א לאנגע הערה, קענט איר איבערשמועסן און פארליינען נאר די ראשע טייוועס פונעם פיתקא, עס וועט אייך אסאך צייט איינשפארן, און עס וועט באמת זיין נאר א קורצע הערה פון אפאר שורות אין איין לאנגע ווארט מיט צוויי אויבערשטרעלעך פארן לעצטן אות...
אדאנק



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > חנוכת הבית
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.