| נשלח ב-28/6/2005 05:36 |
|
| |
אנאליזירונג
ברוכים הבאים, צוערשט וויל איך זיך פארשטעלן, איך בין אן אלטער ליינער דא אבער פרישער שרייבער, אויף די טאלק שאו'ס רופט מען דאס, לאנג טיים ליסטענער, פירסט טיים קאלער. איך האב מיט געדולד אויסגעווארט ביז רב הוטקע האט אריבערגעפירט דעם פורום צו איר אור אלטע פלאץ, און הערשט יעצט האב איך באשלאסן ארויסצוקומען מיט מיינע געדאנקן, וואס איך האף אז זיי וועלן זיין א קורת רוח פאר די חשוב'ע ליינער דא, וועלכע פארשטייען א זאך אדער צוויי אין די ענינים וואס איך בין אויסן צו שרייבן דא.
זייענדיג א נייגעריגער בטבע, איך שטאם דאך נישט פון קיין מאלפעס, און אפילו מאלפעס מיין איך זענען צומאל נייגעריג, האלט איך מיט אלעס וואס עס גייט פאר אויף דער וועלט, אין יעדע טעמע בין איך ווי א פיש אין וואסער, דטרבקי וועט אפשר האבן טענות אויף מיר אז איך באנוץ זיך מיט זיין סלאגען, אבער ביי מיר איז עס מסתמא מער אמת ווי ביי אים, ווייל טראצדעם וואס ער האט זיך שוין געשריבן בריוולעך מיטן פרעזידענט ירום הודו אדער מיט א סערווער וואס שיקט אויטאמאטיש ארויס בריוולעך צו יעדע נארישע אימעיל וואס קומט אן צו יענע אדרעס, האב איך אבער נענטערע באציאונגען מיטן פרעזידענט, און להוי ידוע אז איך בין פון זיינע רעדע שרייבער, עכ"פ אזוי וואלט איך געוואלט.
שוין זייט פרעזידענט דזשארדזש וואלקער בוש איז ארויף אויפן בענקל אין יאר צוויי טויזענט למספרם, האלט איך מיט יעדן פרעסע קאנפערענץ אדער הגה פי זיינעם, טיילמאל איז עס אין די בחינה פון ויפתח פי האתון, אמאל ותפתח הארץ את פיה, אמאל פלעג איך נאך נערוועז ווערן פון די וועג וויאזוי ער זאגט להכעיס נישט גוט ארויס די ווארט נוקלעאר, און מאכט עס אויסזען ווי ניוקילער, אבער למעשה האב איך זיך צוגעוואוינט דערצו, און איך האב שוין אפילו אנגעהויבן טראכטן אז ער איז גאר גערעכט, והא ראיה ער האט געלערנט ענגליש אין חדר און איך נישט.
לאמיך צוקומען צום ענין וואס איך וויל דא ארויסברענגן, אז פון צייט צו צייט זעץ איך זיך אראפ צום פירקאנטיגן שאכטל דא און מיש אויף א זייטל וואס צייגט גאנצע פרעסע קאנפערענץ אדער הירינגס פון סענאט און קאנגרעס, איך וויל נישט אויסזאגען וויאזוי דאס הייסט, עס קען זיין עס איז כנגד חוקי הפורעם, אבער די יודעי דבר וועלן כאפן, ברמז בעלמא וועל איך זאגען אז די קאמפאני וואס צייגט דאס רופט זיך סיספען.
על כל פנים האב איך לעצטנס געהאט אן איבריגן שעה, וואס גראדע מאכט זיך דאס מער ווי איינמאל אין א יעדע שעה, האב איך אויפגעמישט א סעסיע וואו סענאטארן פארשן אויס סעקרעטערי אוו דעפענס דאנעלד ראמספעלד המכונה ראמי, דער אלטער האט זיך נישט דערשראקן, נאר ווי זיין שטייגער האט ער כסדר צוריקגעענטפערט שטארקע תירוצים, וואו עס האט אויסגעפעלט האט ער מיט די האנט געדרייט אזא תנועה ווי צו זאגען איר פארשטייט נישט וואס עס טוט זיך אויף דער וועלט.
דער סעסיע איז פארגעקומען דאנערשטאג פאריגע וואך, און זונטאג איז ראמי ווייטער אקטיוו געווען, ער האט אויפגעטרעטן אויף פאקס נייעס אגענטור מיט קריס וואלאס, וואס אדאנק די נייע קאר וואס איך האב זיך פארשאפט לעצטענס קען איך דאס צוהערן מיט א געשמאק וואו איך פאר, אויף סאטעליט ראדיא.
איך וויל ארויסברענגן אפאר וויכטיגע נקודות פון די סעסיע, וואו טייל סענאטארן האבן אפן געשנארכעצט און אנדערע האבן מיט זייערע שאלות אויפגעוועקט דעם עולם, צום ביישפיל דער אלטער קו קלוקס קלען מאן ראבערט בירד, וועלכער הייסט בעצם בירד מיט א Y, אבער זיין האנט און קול ציטערט ווי די פליגלען פון א בירד מיט א I.
דער אלטער קראכער קאלעכט בפרהסיא אויפן סענאט פלאר, און די אנוועזענדע האלטן זיך ביי די זייטן, ווען איך וואלט געווען אין ראמי'ס בענקל וואלט איך זיך נישט איינגעהאלטן אזוי שטארק ווי אים פון לאכן, איך מיין אז עס איז גרינגער צו פירן די איראק מלחמה ווי צו זיצן פארענט פון ראבערט בירד און אים אויסהערן אן אויספלאצן אין געלעכטער.
דער אלטער זעצער זאגט איבער זיינע שאלות איינמאל און נאכאמאל, מען זעהט ווי ער מאכט נישט קיין סענטס, אבער דערוואגן זאל זיך איינער צוצוגיין צו אים און אים זאגען אין אויער ר' ראבערט, דיין פלאץ איז אין מושב זקנים יהללוהו נישט ביי א וויכטיגע הירינג פאר מלחמה אנגעלעגנהייטן.
אינמיטן האט דער פויגל אויך געפונען לויב רייד פאר ראמי, ער האט אים געזאגט אז ער האט אביסל ליב זיין קריגערישן און שטייפן דרך, אבער דאך ברויך ער האבן ענטפערס פון אים ווייל דאס פאלק פארלאנגט ענפערס, איך ווייס נישט וועלכע פאלק האט נישט בעסער וואס צו טאן נאר פרעגן שאלות ביי ראבערט בירד.
אינמיטן האט ער איבערגעזאגט דעם זעלבן סלאגאן דריי מאל, עס האט אויסגעקוקט ווי זיין רעדע שרייבער האט אריינגעשריבן נאך די שאלה, ג' פעמים. ער האט גע'טענה'ט, you may not like our questions, but we represent the people, און אזוי דריי מאל איינס נאכן אנדערן. ער האט זיך נישט צוריקגעהאלטן פון אנרופן די מלחמה בוש'עס וואר. דאן האט ער אריינגעפליקט די גענעראלן, זאגנדיג, איך ווייס אז מיין צייט איז אויסגעלאפן, און אייביג איז דא ווייניג צייט ווייל איר דארפט גיין צו פארשידענע באערונגען און חתונות.
טייל וועלן אפשר זאגען אז ער האט גאר א טעם זקנים, אבער איך זאג אייך בנאמנות, יא א טעם זקנים, ווי אלטע אויסגעוועפטע קאלע סאדע.
ער האט מסיים געווען זיין דרשה מיט די ווערטער thank you very much for what you do, but have a little respect for what we try to do איך האב געקלערט ביי מיר, וואס פרובירסטו צו טאן? אפשר מיינסטו דאס וואס דו שלאפסט אזוי באקוועם אויפן סענאט בענקל.
דארט ביי דא פראגן און ענטפער סעסיע איז אויך אנוועזענד געווען דער פיר שטערנדיגער גענעראל וועלכער איז דער טשערמאן פונעם דזשוינט טשיף אוו סטעף מיטן נאמען ריכארד מאייערס, וועלכער האט זיך שטארק פארעלטערט זייט די אנהייב פון די אפגאניסטאן און איראק מלחמה, אנדערש ווי זיין אויבערהאר ראמי וועלכער ווערט יונגער און יונגער, אזש זיין משפחה שפעקולירט שוין אים צו קויפן פעמפערס, און דוקא נישט די גרויסע סייז וואס מען נוצט פאר ערוואקסענע.
דער גענעראל וועלכער האט איבערגענומען די פירערשאפט פון צענטראל קאמענד פון טאמי פרענקס, דאס איז דאך דער לעבאנעזער אפשטאמיגער מיטן נאמען דזשאן אבוזעיד מיט זיין שטייפע מארין פנים איז אויך דארט געזיצן און געענטפערט פון צייט צו צייט זיינע זאכליכע תירוצים, איינמאל האט איינער פון די רעפובליקאנער סענאטארן, מיטן נאמען דזשאן ענסיין פון נעוואדע, אים געפרעגט וואס ער זאגט צו די קאמענטארן פון איינעם פון די דעמאקראטישע סענאטארן אז גוואנטאנאמע בעי איז פונקט ווי די נאצישע קעמפס, אבער דער כיטרער פירער פון די גאנצע מלחמה האט זיך נישט געוואלט פארשמירן די האנט מיט ריין פאליטישע קאמענטארן, טראץ די אלע חנופות מצד דעם סענאטאר, האט ער געזאגט אז ער איז שוין געווען אויף שטייפע פלעצער און ער איז טאקע א ביג בוי ווי מען רופט דאס, אבער ער איז נישט גרייט צו ענטפערן אויף אזא סארט שאלה.
דער פערטער גענעראל דארט איז געווען מיטן נאמען דזשארדזש קעיסי, ער איז דער פירער פון די מולטי נאציאנאלע פארס אין איראק, במחילת כבודו, און איך שעץ זייער וואס ער טוט דארט אין איראק, אבער ער האט נישט גערעדט צום זאך, עס האט אויסגעזען אויף זיין פנים אז ער איז בכלל נישט אריינגעטאן אין די נושא, און האט ווייניג ערפארונג מיט שאלות ותשובות פון סענאטארן בכלל.
איינע פון סענאטארשעס מיטן נאמען סוזען קאלינס, א רעפובליקען פון מעין, האט זיך גענומען רעדן ווי א באביטשקע, געפלוישט און געפלאפעלט אין דער וועלט אריין, איך האב בשעת מעשה געקלערט אז זי וואלט געטאן א שטארקן סערוויס פארן לאנד ווען זי שטעלט זיך אראפ מאכן סענדוויטשעס פאר די פארזאמעלטע אין די צייט אנשטאט איר נארישע דרשה.
פון צוויי סענאטארן, און נאר פערצופאל זענען זיי רעפובליקאנער, דזשים טאלאנט פון מיזורי און סעקסבי טשעמבליס פון דזשארדזשיע, האב איך געוואלדיג הנאה געהאט, זיי האבן געפרעגט צו דער זאך, בבחינת שאלת חכם חצי תשובה, דער טשעיבמליס האט פארגעליינט אן אי מעיל פון א צופרידענעם סאלדאט, וואס האט געהויבן די מאראל ביי די אנוועזענדע.
עליזאבעט דאול זאל מיר אבער מוחל זיין, טראצדעם וואס זי איז א רעפובליקאנער, זי האט דארט געלאכט ווי א זיבעלע, כאילו די הירינג וואלט געווען וועגן טשאלענט קוגל.
אחרון אחרון חביב, איינער פון אונזערע, הרב ר' יוסף ליבערמאן נ"י, וועלכער האט אנגעפאנגען מיט א תורה אויף די וואכעדיגע פרשה, זאגנדיג אז ער האט פונקט אויפגעמישט דעם בייבל צו די פרשה פון די מרגלים, זיי ווייסן דאך נישט אז פערצופאל איז דעמאלטס געגאנגען פרשת שלח, און האט געזען די מעשה פון יהושע וכלב, אדער ווי ער האט זיי אנגערופן דזשאשוע און קעלעב.
תמצית דבריו האט ער פרובירט ארויסצוברענגען אז די מידיא זענען די מרגלים וועלכע ברענגן נאר שלעכטע נייעס פון איראק, און מיר דארפן זיין ווי דזשאשוע און קעלעב. ר' יוסעל האט אויפגעברענגט די שאלה צי מען ברויך נישט האבן מער טרופן אין איראק, אבער אלע גענעראלן האבן אים געזאגט ער זאל גיין עסן כרעמזלעך מיט זופ קניידלעך און לאזן די מיליטער פירן איר ווירטשאפט.
שוין דאס איז וואס איך האב געהאט צו דערציילן, איך מיין אז פאר א ערשטע מאל שרייבן בין איך גאנץ לאנג און אפשר אפילו לאנגווייליג פארפארן און פארקראכן פון איין זאך צום צווייטן, אבער איך האף אז דער עולם וועט הנאה האבן, און אויב איינער וויל נאך פון די סארט באשרייבונגען קען איך דאס טאן, פארשטייט זיך לויט וויפיל מיין צייט ערלויבט, אבער איך וועל פרובירן צוצושטעלן סערוויס פאר אט די חשוב'ע פארום וואס האט מיר אונטערגעהאלטן שוין א לאנגע תקופה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2005 06:11 |
|
| |
הרב קרעמער די ביסט אייזן - אזוי גיט אראפגעלייגט.איך האב עס מיטגעהאלטן לייו נאר אפאר קליינע הערות . האסט פארגעסען פין טעדי קענעדי ווי ער האט פראסט איך פשוט געהאלטן אין איין רופן פאר ראמי צי רעזיגנירן - אין ער האט עהם גענטפערט אז ער האב אנגעבאטן דעם פרעזידענט 2 מאל זיין רעזיגנאציע אין מר. בוש האט עס נישט אנגענימען - אין וואס איז מיט אינזער חשובע סענאטארין הרבנית קלינטאן וואס האט מיט קראקאדיל טרערן געוויינט אז קארל ראוו האט נעבעך באליידיגט אלע ליבעראלן..עס האט מיר געקאסט א לאך.. עניוועי איך האב עס זייער ענדזשויט..
|
|
|
|
| נשלח ב-28/6/2005 13:16 |
|
| |
יישר כח מר. קרעמער (משה'לע: נישט יעדער וואס שרייבט דא קען ווערן אנגערופן 'הרב'... דאס איז רעזערווירט פאר מיר...).
מיר האפן אז איר וועט אונז מהנה זיין אין די FUTURE אויך מיט אייערע זאפטיגע אנאליזן.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2005 07:49 |
|
| |
איך האב שוין ווייטער א לאנגווייליגע מינוט, לאמיר פרובירן עפעס פאזיטיוו אויפטאן מיט די צייט, איז אזוי, נעכטן האבן מיר אביסל אויסגעשמועסט איין סעסיע פון סענאטארן וואס האבן געגרילט דעם מלחמה שעף דאני ראמי. יעצט לאמיר אביסל צולייגן דעם פרעזידענט'ס סטעף, די הויכראנגיקע געהילפן, און די טאלאנטפולע סעקרעטארן וואס דער פרעזידענט האט ברוב חכמתו, יא ברוב חכמתו, אלע דעמאקראטן קענען פלאצן אבער איך האלט ווייטער דאס מייניגע, ובעזר ממעל, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק לב מלכים ושרים ביד ה', אויסגעקליבן.
צוערשט ברויך ווערן אויסגעשמועסט דער וויצע פרעזידענט דיק טשעיני, וועלכער איז טאקע דיק אין אויסזעהן אויך, אבער זיין גרויסע סייז קאפ איז נישט אנגעפולט מיט נעגל וואסער אדער מים אחרונים, עס איז אויך אנגעפילט מיט פארשטאנד, ער האט ארויס דעם וועלט צושטאנד בעסער ווי סיי וועמען, ער איז א קלוגער און כיטרער פאליטישאן, געדינט אלץ איינציגער קאנגרעסמאן פון זיין סטעיט ווייאמינג, דאן איז ער געווען דער סעקרעטערי אוו דעפענס בשעת די דעזערט סטארם איראק מלחמה, אויך האט ער געדינט אלץ טשיף אוו סטעף אין די רעיגען אדמיניסטראציע. הכלל ער איז ערפארן און געלערנט, און מען זאגט אז ער איז די גאנצע קאפ פון די אדמיניסטראציע.
נאכדעם איז דא אונזער באקאנטער ראמי דאס איז דאנאלד ראמספעלד דער אלטער סעקרעטערי אוו דיפענס וועלכער האט שוין אנגעהאלטן דעם זעלבן פאסטן אונטער פרעזידענט פארד, דער וואס איז יעצט דער עלטסטער געוועזענער פרעזידענט, שוין איבער די ניינציג, בוש האט אים געמוטשעט אז ער זאל קומען נאכאמאל דינען אויפן זעלבן פאסטן, בשעת מעשה האבן זיך אסאך געווינדערט ווייל עס איז א זקן ואינו לפי כבודו צוריקצוגיין צום זעלבן פאזיציע נאך צוואנציג יאר אדער מער, אבער השי"ת האט אנדערש געוואלט, און דאני אדער ראמי האט מסכים געווען צום פארשלאג, און מיר אלע ווייסען שוין די תוצאות דערפון, מען פירט מלחמות רעכטס און לינקס, שטילע און הויכע, אזוי ווי בוש האט געזאגט אין אנהייב אז ביי די מלחמה קעגן טעראריזם וועלן זיין פארשידענע פראנטן וואס דער עולם וועט נישט זעהן און עס וועלן זיין סוקסעסן וואס מען וועט נישט באריכטן וכדומה, למעשה איז אבער זייער שטיל, עכ"פ פאר אונזערע אויגן זעט מען נישט קיין מלחמות אויף צענדליגער פלעצער, נאר אין איראק איז העפטיג און לעבעדיג, יעדן טאג פייגערן אויס אסאך איראקער ציווילע און פאליציי, און ליידער פאלן אויך שטיקער פון די אמעריקאנער, בוש טענה'ט אז מען וועט נאך דארפן זיין דארט בערך צען יאר, אבער איך מיין אז דאס איז א גוזמא.
איך געדענק נאך ווען בוש האט געזאגט אז מען וועט כאפן בין לאדין ביז צען יאר, האבן מיר אלע געלאכט, ווייל מיר האבן געקלערט אז ער וויל סתם אנציען דעם עולם, אבער מען וועט אים כאפן ביז פינעף מינוט, אבער דערווייל שטייען מיר יעצט שוין כמעט פיר יאר זינט יענעם טרויעריגן מאמענט און וואו איז בין לאדין מיט איימאן על זאוואהירי מיט מולא מוכאמאד אמאר, איך ווייס נישט און אפילו פארטער גאס דער הויפט פון די צענטראלע אינטעליגענץ עידזשענסי וואס אין קורצן איז דאס באקאנט אלץ די סי.איי.עי. זאגט אז ער האט א גוטע השגה וואו בין לאדין איז, גלייב איך אים נישט אויף קיין איין מינוט, ווייל ווער עס ווייסט דער זאגט אז ער ווייסט נישט, און ווער עס זאגט אז ער ווייסט דער ווייסט נישט.
ראמי איז א שטייפער מענטש מיט א שטארקן כאראקטער, ער האט ליב צו האלטן מוסר דרשות פאר די פרעסע און פאר די קאנגרעסלייט און סענאטארן, ווער עס וואגט זיך אנצוהייבן מיט אים דער בריהט זיך אפ זייער שנעל, ווי מיר האבן שוין אביסל באשריבן אין די אנדערע אנאליזירונג פון זיין אויפטריט פאר קאנגרעס, וואס איך האב דארט דירעקט נישט געשריבן פון טעד קענעדי און רעבעצין קלינטאן צוליב מיין שיטה אז די צוויי חברה איז די בעסטע צו איגנארירן, אזוי וועלן זיי אפשר אוועקגיין, ווייל ווי מער מען רעדט פון זיי וואקסט זייער שטיצע ביים פאלק ווי די פרעש אין מצרים. אבער עס זעט אויס אז פאר איינעם פון די ליינער דא איז עס נישט געפאלן אז מען איגנארירט זיי, אדער ווייל ער האט געוואלט הערן א לויב אויף זיי אדער דאס פארקערטע, אבער פון מיר קענט איר דאס נישט ערווארטן, ווייל איך האלט זיך פעסט צו מיין שיטה אז טעד היקאפ קענעדי איז א אלטער לייב וואס די ציין זענען אים שוין לאנג ארויסגעפאלן און ער בייסט נישט, און אפילו ער קען נאך בילען, אבער קיינער שרעקט זיך נישט פאר אים, און די מכשפה קלינטאן וועלן מיר ליידער אסאך הערן פון איר פון צוויי טויזענט און אכט און ווייטער ווען זי וועט רחמנא ליצלן אקופירן דעם ווייסן הויז און עס פארוואנדלן אין א מערת פריצים השם ישמרנו. ויותר ממה שקרינו לפניכם כתיב כאן אבער איך קען נישט שרייבן מער מפני תקנת הפורום, קוק נאך אין דעם נייעם ביכל וואס איז ערשינען איבער די קלינטאניסטעס.
יעצט לאמיר צוטרעטן צו סעקרעטערי אוו סטעיט קאנדי רייס וואס קען זייער גוט שפילן אויף א פיאנא כידוע, און טראצדעם וואס די פארב פון איר הויט איז שווארץ, וואס ממילא2 איז מסתמא צופרידן דערפון, אבער מיר קוקען נישט אויף די אויסערליכע אויסזען נאר אויף די קלוגשאפט וואס ליגט דערינען, אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו אדער בעסער געזאגט בה. זי איז פערצופאל געווען א עקספערט אויף רוסישע פאליטיק ווילאנג בוש האט איר פארבעטן אויף זיין קאמפיין און האט זיך מיט איר אדורכגעשמועסט אלע וועלטס פאליטיק, דאן איז זי געווארן א מומחה אויף די גאנצע וועלט, אנגעהויבן פון די מיטל מזרח וואו סיי די ישראלים און סיי די פאלעסטינער חנפ'ן זיך צו איר, אריק שרון פארשטיי איך זייער גוט ער איז שוין אן עלטערער מענטש און אז ער האט א געלעגנהייט צו פארברענגן מיט אזא קלוגע פרוי פארוואס זאל ער עס נישט אויסנוצען, אבער די אראבער פארשטיי איך נישט זיי זענען כלומר'שט פרומע, יא וואס נאך.
גראדע בשעת די שורות ווערן געשריבן פארוויילט זי אין ניו יארק וואו זי נעמט אנטייל אין א ראלי וואס שיקט אפ די שלוחים פון די שטאט קיין סינגאפאר צו פארהאנדלן אז מען זאל אריבערברענגן די אלימפיקס פון יאר צוויי טויזענט צוועלף למספרם קיין ניו יארק, גלייבט מיר אבער אז דאס וועט נישט פאסירן, איך האב א הרגשה און איך בין געווענליך גערעכט אז דאס איז א זיסער חלום וואס וועט נישט פארווירקליכט ווערן, לאמיר זעהן אויב איך וועל בלייבן גערעכט.
מען זאגט אז אין עטליכע יאר וועט קאנדי לויפן קעגן הילערי, אבער איך וועל נישט שטימען פאר קיינע פון זיי, ווייל איך האלט אז מען טאר נישט שטימן פאר קיין נשים בכלל, און פאר שחורים בפרט, איי הילערי איז נישט קיין שחור'טע, אבער זי האט חתונה געהאט צו ביל וועלכער איז דער ערשטער שווארצער פרעזידענט געווען, פרעגט אייך נאך ביי די שחורים, ממילא2 וכדומה.
קארל ראוו, טאקע דער וועלכער ווארפט שניי באליס אויף די רעפארטערס וואס באגלייטן דעם פרעזידענט, ווי מען האט געקענט זען אין די פילם דזשורני'ס מיט דזשארדזש, וואס איינע פאלאסי, א טאכטער פון נענסי פאלאסי וועלכע פירט די דעמאקראטן אין קאנגרעס ווי אין באד אריין, האט אפגעפילמט ביי די ערשטע בוש קאמפיין אין יאר צוויי טויזענט. ווער עס וויל קענען דזשארדזשי וואלקער בוש פון דער נאנט, זאל כאפן א בליק אויף דעם פילם בשעה שאינו לא מן היום ולא מן הלילה פארשטייט זיך, איך וויל נישט גורם זיין דא קיין ביטול תורה.
דער קארל ראוו איז א כיטרער יונגל זאגט מען, און זיין געוועזענע קאלעגע איז געווען די קלוגע פרוי קערען יוז פון טעקסעס, וועלכע האט רעזיגנירט נאך א שטיקל צייט כדי זיך צו קענען אפגעבן מיט אירע קינדער אינדערהיים, זעט אויס אז חינוך הבנים איז פאר אלעס, אפילו פאר אביסל כבוד, מען מעג זיך אפלערנען פון איר.
אלבערטא גאנזאלעז איז דער יעצטיגער אטורני דזשענערעל ער האט איבערגענומען פון דזשאן עשקראפט וועלכער איז געווען א גאנצע אפגאט, זיינע מענטשן האבן אים געהאלטן פאר א עבודה זרה און ממש ווי א קעניג, אבער מען קען זיך נישט אפרעדן, ער האט געטאן א גוטן דזשאב פארן לאנד, והא ראיה אז די דעמאקראטן קענען נאך אלץ נישט אויפהערן שעלטן אויף אים, און אז דער הונט בילט איז א סימן מובהק אז דער שטיינדל איז אנגעקומען צו זיין ציהל.
דער אלבערטא איז א קובאנער אימיגראנט און האט א שטוב מיט קינדער כדרך אלע ספאנישע, מען זאגט אז ער גייט ווערן נאמינירט צום סופרים קאורט אויב דער אלטער רענקוויסט וועט זיך אפזאגען, אבער דערווייל קוקט אויס ווי דער זעצער וויליאם רענקוויסט וועלכער וועפט שוין דארט א חשבון פון פינף און דרייסיג יאר, וויל אפפייגערן אויפן סופרים קאורט בענקל, בבחינת פה אשב פה אמות, און מען קען אים נישט ווייזען דעם וועג ווייל עס פאסט נישט, אזוי קוקען מיר אויס.
וועמען האבן מיר אויסגעלאזט, אה רעביצין בוש די קלוגע און באזעסענע איידעלע און באשיידענע מען קען זיך פון איר אסאך אפלערנען אנדערש ווי פון רעבעצין קלינטאן וועלכע פארשעמט די גאנצע פרעזידענטישע יחוס, און די צוויי בוש טעכטער די צווילינג וואס זענען די ריכטיגע הולכים בדרכי אבות סיי מיטן בורדענען און סיי מיטן טרינקען, אבער בוש טענה'ט אז ער האט שוין נישט געמאכט קיין לחיים זייט צוואנציג יאר, א רחמנות אויף אים, ניטאמאל צו א שלום זכור קען ער גיין אדער צו א וואך נאכט.
דאס איז די באשרייבונג פאר היינט, ווער עס וויל זען עפעס באשריבן, קען פרובירן בעטן פון מיר אין תיבה אישית, און איך וועל זיין מער ווי פרייליך דאס צוצושטעלן, ווייל איך האב אסאך אסאך אינפארמאציע ביי מיר וואס איך קען באשטיין מיטצוטיילן מיט די חשובע ליינער דא, און איך האב אסאך מאל איבריגע צייט וואס איך זוך מיט ליכט וויאזוי איך קען עס אנפילן, עס איז ממש זה נהנה וזה נהנה, איך וויל נאר וויסן אויב דער עולם האט הנאה אדער אינטערעסע אין מיינע אנאליזן, א דאנק.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2005 19:30 |
|
| |
יישר כח מר. קרעמער!!! זייער גוט באשריבן!!! WE WANT MORE!!!
לאמיר דיר נאר פרעגן צוויי קלייניגקייטן:
1. אפשר בארגסטו מיר אביסל צייט, עס קוקט אויס ווי דו האסט אן איבערפלוס דערפון (ווער נישט געטשעפעט, איך מיין עס נישט ערענסט...)
2. אפשר ווילסטו אויסנוצען דיין צייט מיט נאך עפעס פאזיטיוו, אפשר נעמסטו מיר איבער דא פאר די זומער וואכן עכ"פ, ווילאנג איך רוה מיר אויס מיין זעקל ביינער אונטערן זוהן נעבן דעם ים המלח?
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2005 20:17 |
|
| |
רבינו שליט"א -- הייב נישט אן מיט די מעשות.. מיר קענען נישט עפארדען אז די זאלסט אינז איבערלאזן אפילו אויף אפאר וואכן.. מיסטער קרעמער במחילת כבודך בעט איך דיך נישט אנצינעמען דעם כיבוד
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2005 22:25 |
|
| |
משה'לע מיין קינד:
ההכרח לא יגונה ולא ישובח, כך גזרה חכמתו יתברך שמו, אזוי שטייט געשריבן אין די תורה אליין, ואהבת לרעך כמוך, און שלום בית איז פאר אלעס!
על כן, אויף ווידערזען...
מר. קרעמער: איך ווארט אויף דיין תשובה, אבער ביזדערווייל וועט ר' יענטאאש זיין דער ממלא מקום דא.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/6/2005 03:48 |
|
| |
העלפט מיר ארויס דא, איך בין אין א דילעמא, דער רבי אליין בעט זיך ביי מיר איך זאל אים ארויסהעלפן, און די קינדערלעך שטייען און וויינען אז איך זאל אים אפזאגען, איך וואלט געוואלט האבן דריי טעג זיך איבערצוטראכטן, און אפשר זיך אדורכשמועסן מיט אפאר קלוגע אידן, און נאכדעם וועל איך געבן תשובה, אבער ביזדערווייל זעה איך אז דער עולם איז אדער אין די קאנטרי אדער אויפן וועג ארויס, ווייל קיינער שרייבט מיר נישט וועלכע סארט אנאליזן זיי ברויכן, און קיינער שרייבט בכלל נישט דא אויפן פורום, איז דער עולם מיטגעפארן מיט ר' הוטקע, אויב יא, וואו איז דער עולם געפארן, איך וויל אויך אהינפארן. אבער ביזדערווייל האב איך מורא אז איך וועל מוזן זיין שטיל, ווייל כשם שמצוה לומר דבר הנשמע כך מצוה שלא לומר דבר שאינו נשמע, און ווילאנג מען הערט נישט צוריק אז מענטשן זענען צופרידן אדער נישט צופרידן האט מען נישט קיין אפעטיט צו שרייבן, אפשר נישט?
|
|
|
|
| נשלח ב-30/6/2005 21:00 |
|
| |
קרעימער,
פליז קיפ אן טראקינג! ס׳איז א פארגעניגן צו לײנען דײן אנאליזרונג.
איך בין כמעט אינגאנצן אײנשטימיג מיט דיר חוץ װאס די זאגסט אױף קערען היוס. פארן גאװאנער אין טעקסעס איז זי גיט געװעהן, נישט פארן פרעזידענט. זי האט געשריבן די דיזעסטער ספיטש פון די בוש טעכטער בײם קאנװענשן. קארל ראװ איז א מעסטער מײנד. היסטארי װעט איהם געבן קרעדיט פארן הצלחה פון בוש אין פונעם ריפאבליקן פארטי זײט 2000
|
|
|
|
| נשלח ב-1/7/2005 01:37 |
|
| |
יונגאטש; יישר כח פארן זיך וויסנדיג מאכן פון מיר, אבער די לעצטע מאל איך האב געטשעקט מיינע דרייווערס לייסענס איז עס נישט געווען פאר צו דרייוון א טראק, אפשר האסטו געמיינט צו שרייבן קיעפ אן טאלקינג, נאר עס איז געשען א פליטת פה אדער פליטת הקולמוס, שוין לאמיר אריינגיין אזוי טיף, עס איז סך הכל נאר א תגובה אויף היימישע שטותים, אבער אז מ'קלערט אריין טיפער איז א תגובה אויף היימישע שטותים יא בעצם א געוואלדיגע זאך וואס מען קען אסאך אריינקלערן דערין, אבער פאר דעם איז דא צייט אן אנדערס מאל.
איבער קערען יוז, איך ווייס נישט פארוואס דו שרייבסט אז די דרשה פון די צווילינג ביי די קאנווענשען איז געווען א דורכפאל, איך האב עס געהערט און געזען און שטארק הנאה געהאט. אז מ'רעדט שוין פון די קאנווענשן, אה דאס איז געווען א וואך וואס איך בין געווען אין די העכערע ספערן, מיטגעהאלטן יעדע דרשה יעדע נאכט אויף די ראדיא, און ארויסגעפרינט אלע דרשות פון די וועבזייטל דזשארדזשדאבעליובושדאטקאם און עס איבערגעליינט מיט א געשמאק, אה איז דזשאן מעקעין געווען אייזן, בפרט מיט דעם ווערטל אויף דעם פילם מאכער מייקעל מאראן, וועמענס פילם איך האב געזען אין די טאג פון די וואלן, און איך האב אים געאימעילט א מעסעדזש אז ער האט מיר געמאכט ארויסגיין שטימן נאכאמאל פאר בוש.
דער אלטער סענאטאר זעליג מילער פון דזשארדזשיע האט געפייערט מיט אייפער, עס האט זיך געגאסן פון זיין מויל פעך און שוועבל אויף די דעמאקראטישע פארטיי פון וועלכען ער איז מכלומר'שט א מיטגליד, און דזשוליאני האט געהויבן די געמיטער און געמאכט דעם עולם לאכן מיט זיינע געלונגענע וויצן, דער איינציגער וואס האט געוועפט, און דאס איז שוין א שיינע לשון, איז געווען דזשארדזש פאטאקי, במחילת כבוד אונזער חשובער גובערנאטאר האב איך פיינט זיין וועג פון רעדן און זיין טאון און אלעס וואס האט צו טאן מיט אים.
איך האב איבערגעקוקט די פילם פון די קאנווענשען און איך מוז זאגען אז עס איז א שאד אז איך בין נישט אנוועזענד געווען דארט, איך האב שוין ווידער פארפאסט א גלענצענדע געלעגענהייט ארויסצוווייזן פאטריאטיזם און שטאלץ מיט מיין פאטער און מוטער לאנד און איר געלונגענער פרעזידענט וועלכער וועט אריינגיין אין די היסטאריע ביכער און איך נישט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/7/2005 21:44 |
|
| |
קרעמער טײערע,
אלעס װאס װערט דא געשריבן גײט ארײן אין היסטארי. א הונדרעט יאר ארום װעלן װיסענשאפלער דורכנישטערן אונזערע שטותים. זײ װעלען קומען צו א באשלוס אז קרעמער װאלט געדארפט גײן אין קאנטרי.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/7/2005 14:17 |
|
| |
יונגאטש טייערע, איך ווייס נישט אויב איך דארף זיך באליידיגן פון דעם וואס דו שרייבסט אז וויסנשאפטלער וועלן קומען צו א באשלוס אז איך האב געדארפט גיין אין קאנטרי, אפשר מיינסטו צו זאגען ווייל אזוי וואלט איך געווען פרייליכער און נישט אזוי פארווייטאגט, אבער פון די אנדערע זייט פאנג איך אן צו קלערן אז פשוט ווייל פון קאנטרי וואלט איך מסתמא געהאט ווייניגער צייט צו שרייבן דאהי די אלע אנאליזן וואס קריכן דיר שוין אפשר פון די נאז לעכער, בפרט אז איך בין יא צופרידן מיט קערען יוז און דו נישט.
דערמאנסט מיר פון מיינס א חבר וועלכער פלעגט זינגען טאג און נאכט מיט זיין נערווירענדע שטימע ביז איך האב זיך אמאל אנגערופן צו אים, דו ווייסט עס איז ממש א שאד אז דו זינגסט נישט אויף טעיפס, ער האט דאס נעבעך אויפגענומען אלס א קאמפלימענט און האט זיך גוט געשפירט, ער האט נישט געכאפט אז מיין כוונה איז פשוט געווען ווייל א טעיפ קען מען כאטש אויסלעשן און אים נישט.
אבער איך שרעק זיך נישט ביזדערווייל, חוץ אויב וועסט מיר קלאר און דייטליך ארויסשרייבן אז איך זאל פארמאכן מיין מויל און אפילו דאן וועל איך נאר אפשר שטיל ווערן.
יעצט לאמיר צוריקגיין צום אנאליז טיש, די פארגאנגענע סוף וואך איז געווען א איבערקערעניש ווען סענדרא דעי אקאנאר איינע פון די ניין סופרים קאורט ריכטער האט מחליט געווען אז זי וויל נאך ארויסנעמען כאטשיג עפעס פון איר אומאינטערסאנטע לעבן, ווייל זיצענדיג שוין פינף און צוואנציג יאר אויף די זעלבע בענקל, און אויסהערן וויאזוי לאיערס לייגן אראפ קעיסעס, און ברויכן זיצן צווישן די עלטסטע לעבעדיגע סקעלעטאנען ווי צום ביישפיל רענקוויסט וועלכער האט געשריבן צוואה מען זאל אים לאזן זיצן אויפן ריכטער בענקל אפילו לאחר פטירתו פשוט אויף צו להכעיס, איז נישט קיין וואונדער אז די אפעטיט פארגייט און מען זוכט זיך עפעס בעסערס, דאס האט אבער אויפגעעפענט א פארשליימטע וואונד אין די אמעריקאנע פאליטיק, דאס איז כלומר'שט די איינציגע סיבה מענטשן זענען ארויס שטימען אין די פארגאנגענע פרעזידענטליכע וואלן, ווייל זיי זענען אקעגן ליבעראלע שופטים, אדער ווייל זיי זענען גאר פאר ליבעראלע שופטים וכדומה.
עס וועט זיין מורא'דיג אינטערסאנט צו זען וועמען בוש וועט אויסקלויבן צו ערזעצן אקאנער אויפן סופרים קאורט, פארשטייט זיך אז איידער דער ממלא מקום וועט זיך זעצן אויף יענעם בענקל וועט מען עס גוט אויסלופטערן, עס איז נישט מער ווי מענטשליך, נאכדעם וואס יענע זיצט שוין דארט איבער צוואנציג יאר אין איין ציה, מען שמועסט אז איינמאל מען נעמט ארויס איינע פון די ניין חברה דארט, וועלן זיי אלע צוזאמפאלן און שטארבן, ווייל ביז יעצט האבן זיי מחמת אלטקייט זיך אנגעליינט איינער אויפן צווייטן, און אזוי האבן זיי זיך געהאלטן פיין, אבער אז מען נעמט ארויס איינעם פון דערצווישן, פאלן זיי אלע אראפ, בלייבט טאקע איבער צו זעהן וואס עס וועט זיך אויסקאכן דארט.
איך האב אמאל אפגעשריבן א גאנץ נאטיץ ביכל וועגן די וואלאן פון צוויי טויזענט וואס למעשה האט די סופרים קאורט אויפגענומען בוש אלס פרעזידענט, איך האב דאן אזוי גוט באשריבן די ניין חברה וואס זיצען דארט, וואס איינער פון זיי איז א שחור, און עטליכע פרויען, אפאר קאנסערוואטיווע און אפאר ליבעראלע, איך מיין אבער אז זייט דעמאלטס איז עס מיר שוין אפירגעקומען, חבל על דאבדין, איך וועל מוזען פרובירן נאכאמאל זיך א קראץ טאן אין קאפ און ארויסגעבן אלטע פארדזשאווערטע סחורה וואס ליגט נאך דארט באהאלטן, אדער אפשר איז צייט צו גיין ווייטער, און זיך נישט צוריקקערן איבערקייען אלטע קיי גומי.
מען שמועסט אז בוש וויל אויפנעמען אלבערטא גאנזאלעז אויפן סופרים קאורט, אבער איך קלער אז ער איז נאך צו ווייניג צייט געווען דער אטוירני דזשענעראל אז דער פאלק זאל איינזעהן זיין גוטס אדער זיין שלעכטס, און דאס איז אפשר א מעלה, ווער ווייסט. לאמיר הערן וואס איר זאגט אויף די אלע זאכען. א דאנק.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/7/2005 19:27 |
|
| |
יעצט הער איך אויף די נייעס כוואליעס אז דער אויבנדערמאנטער אלבערטא גאנזאלעז איז געפארן אויף א פלוצלינג'דיגע וויזיט קיין איראק, איך שטיי און וואונדער זיך וואס האט אן אטוירני דזשענעראל פון אמעריע צו זוכן אין איראק, אויסער אויב ער וויל אויפארבעטן זיין נאמען אז ער איז א כל בו השלם, און איז ראוי צו זיצען און שימלען אויפן סופרים קאורט, אדרבה, דערמאנט מיר, איז אטוירני דזשענעראל דזשאן עשקראפט אמאל ארויסגעפארן פון אמעריקע פאר סיי וועלכע סיבה, עס האט דאך אויסגעקוקט ווי ער איז צוגעשמידט צו זיין בענקל אין יוסטיץ דעפארטמענט, אדער געדענק איך פשוט נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/7/2005 02:33 |
|
| |
קרעימער, פליז נעם עס נישט צים הארצען, כ'האב געמאכט א joke.
פערצופאל איז גאנזאלעס גארנישט אזא רעכטער. ער איז פרא אבארשען. קען זיין אז וועגען דעם איז ער געפארן קיין איראק כדי צו געפעלן פאר די רעכטער פליגל פינעם ריפאבליקן פארטיי.
פערצופאל איז עשקראפט היבש געפלויגן. דערמאן זיך...
עשקראפט האט ביי א פרעסע קאנפרענץ אין "מאסקאווע" אנאנסירט דעם ארעסט פונעם שמוציגע באמבע טעראריסט דזאסעף פעדיע.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/7/2005 05:35 |
|
| |
זעהט אויס אז מיין זכרון דינט מיר טאקע נישט.
אבער לאמיר צוריקגיין צו אונזער וועג פון אנאליזירן:
יעצט ענדיגט זיך א שטילע וויקענד, באמת וועט זיך דאס נישט ענדיגן פאר דינסטאג צופרי יום שנכפל בו כי טוב, ווייל מאנטאג איז יולי פיר, די אמעריקאנע פייערונג פון פרייהייט, ווען מען איז געווארן אומאפהענגיק פון די בריטישע, שטעלט אייך פאר אויב מיר וואלטן נאך געווען אונטערטעניג צו די בריטישע, מיר וואלטן היינט גערעדט מיטן בריטישן אקצענט, גראדע האב איך עס ליב און איך ווייס נישט אויב עס וואלט אזוי שלעכט געווען.
אין די נייעס איז דוקא יא געווען גאנץ לעבעדיג, מען האט געפונען און געראטעוועט עטליכע סאלדאטן אין אפגאניסטאן, נאכנישט געהערט קיין פונקטליכע פרטים דערוועגן, מען האט גע'הרג'ט דעם הויפט על קאידא'ניק פון סאודי אראביע, און דער עגיפטישער שליח קיין איראק איז געפאנגען געווארן, ביי זיי זאל עס בלייבן.
אויף סיספען איז נישט געווען קיין אינטערסאנטע הירינגס האב איך בלית ברירה געמוזט וואטשן עטליכע אלטע עפיזאדן פון סעטורדעי נייט לייוו, איינס איז געווען געהאוסטעד פון ריעס ווידערספון, און איינס פון דרו בערימאר, טאלאנפולע און געלונגענע אקטיארשעס. וויל פערעל איז מעכטיג געווען אזוי ווי אייביג, און ביי איין עפיזאד האט אלישע שליסלעך, קיעס אויף ענגליש, געזינגען א ניגון.
עס איז מיר אונטערגעקומען א צייטונג אויסשניט וואו מען קען זען די געבורטסטעג פון באקאנטע מענטשן וואס פאלן אויס אין די וואך, האב איך באמערקט אז די וואך מיטוואך וועט זיין די ניין און פופציג'סטע געבורטסטאג פון אונזער פרעזידענט דזשארדזש דאבעליו בוש ירום הודו, ווילן מיר אים טאקע אנווינטשן אז ער זאל דערלעבן צו זען אסאך נחת פון זיין קאדענץ, און ער זאל זעהן א נקמה אין זיינע שונאים בקרוב בימינו, און איך בעט דטרבקי זאל אריינשיקן אונזער ווארעמע וואונטש פארן פרעזידענט'ס פריוואטע אימעיל קאסע, אפשר וועלן מיר צוריקבאקומען א באגריסונג און מיר וועלן דאס ארויפלייגן דא אויפן פארום.
אויך איז היינט די דריי און פערציג'סטע געבורטסטאג פון טאם קרוז דער געוועזענער מאן פון ניקאל קידמאן פון אייס ווייד שאט און די אדערס און נאך אסאך אסאך פילמס. מאנטאג וועט זיין די געבורטסטאג פון העראלדא ריווערא וועלכער איז אויפגעצויגן געווארן אין וויליאמסבורג, און איז היינט פון די גרעסטע נייעס איבערגעבער אויף פאקס נייעס אגענטור, א געוואגטער און ספאנטאנער נייעס ריפארטער וועמען איך גלייך זייער צו הערן יעדן זונטאג אויפדערנאכט. דינסטאג וועט זיין די צוויי און פערציגסטע געבורטסאג פון אידי פאלקא, זי איז די וואס שפילט די ווייב פון טאוני סאפראנא, מיטן נאמען קארמעלא, איך האב גראדע געהערט אז בשיטה איז זי זייער ליבעראל.
אין אנדערע נייעס, סטיווען שפילבערג, דער באגאבטער דירעקטאר פון צענדליגער מייסטערהאפטיגע פילמס, איבער אלע סארטן טעמעס, בפרט אידישע אנגעלעגנהייטן, ובעיקר די שוידערליכע צווייטע וועלט קריג, דארונטער די שינדלער'ס ליסטע, און לעצטענס איז ער ארויסגעקומען מיט א פיינע פילם וואס איך האב נאכנישט עספיעט צו זען מיטן נאמען דער טערמינאל, וואס לייגט אראפ א מעשה שהי' פון א מענטש וואס איז געבליבן אויסגעשפילט, ער האט נישט קיין שום לאנד וואס וויל אים אריינלאזן, און ער וואוינט שוין יארן אויף טשארלס דע גאל עירפארט אין פראנקרייך.
רישט זיך יעצט אנצוהויבן א שווערע ארבעט אויף א פילם וואס וועט שילדערן די אלימפיק שפילן וואס זענען פארגעקומען אין מינכן אין די תש"ל'ס, וואס עלף איזראלישע ספארטלער, איך ווייס נישט אויב זיי זענען געווען פון מכבי מאה שערים אדער אונגארישע הייזער, זענען פארכאפט געווארן דורך אראבישע קידנעפער, און די וועלט האט זיך איבערגעדרייט, עס הייסט אז דאס וועט זיין א מעכטיגע פילם, און איך ווארט שוין קוים דאס צו זעהן.
זענט איר לעצטנס געווען אויף די באן און געזען די אדווערטייזמענטס פון עיטש.עס.בי.סי באנק, אוי איז מיר געקומען צום לאכן ווען איך האב געזען ווי זיי לייגן אראפ בילדער פון פארשידענארטיגע מענטשן, און שרייבן וויליאמסבורג בלשון שאלה, איינער איז א שחור, דער צווייטער להבדיל א איד מיט א פולע בארד וועלכער האלט א יאפאנעזער קינד וועמען מען האט אנגעטאן א קאפל פאר די בילד, נאכדעם איז געווען א פוילישע גויטע, און א כלומר'שט היימישע קאפעל, אבער ווער עס איז א מבין האט געקענט באמערקן אז עס איז אדער אייגענע האר אדער יומען העיר שייטלען פון די עבודה זרה האר וואס מען גייט שוין נישט היינט אין וויליאמסבורג.
יעצט וועלן מיר איבערגעבן דאס ווארט פאר אייך אלע, לאמיר זעהן וואס איר האט צו זאגען, א דאנק.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/7/2005 05:33 |
|
| |
אט האב איך אויסגעשטעלט א מזל טוב פאר אונזער פרעזידענט, ווער עס קען (קרעמער אדער דטרבקי) זאל עס אריבעשיקן צום פרעזידענט, און ברענגט אונז צוריק זיין ענטפער:
Heimishe shtisim forum
Hydpark.hevre.co.il
-----------------------------
The Honorable President George W. Bush
Congratulations on your upcoming 59'th birthday!
May god bless you with good health, strength and wisdom to lead this great nation to victory against all its enemies, and may god continue to bless the USA!!!
Hutkh
Menahel [leader] of the forum
|
|
|
|
|