בית פורומים היימישע קרעטשמע

פארשלאגן פארן סלאגאן פונעם פורום

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/6/2005 07:36 לינק ישיר 
פארשלאגן פארן סלאגאן פונעם פורום

אהוביי אחיי ורעיי ני"ו

איר האט אודאי באמערקט אז מיר האבן משנה צורה געווען, משנה מקום געווען, און האפנטליך משנה מזל געווען לטובה ולברכה.

האב איך געקלערט אזוי: דער נאמען פונעם פורום זאל פארבלייבן דער זעלבער! "היימישע שטותים", כי לו נאה כי לו יאה, דער נאמען זאגט דאך אלעס אויס. דער פורום איז דאך נאך אלץ מיוסד דירעקט אויף לייכטע טעמעס, המכונה בפי כל "שטותים".

ווייל ווי באקאנט נעמען מיר נישט קיין שטעלונגען אין קיין פאליטיק, ביי אונז אויפן פארעם קען דער לייב פאשן נעבן דעם לעמפערט טראצדעם וואס זיי זענען פון די זעלבע פאמיליע... צוויי ברודער קענען אינאיינעם פארברענגען דא אן קיין קריגעריי... אפילו א טאטע מיט א זון פארשטייען זיך ביי אונז אויפן פורום כידוע (אב הרחמן ובנו יוכיחו).

ווער עס וויל וויסן די נייעס (און ווער וויל דען נישט?) ווייסט אליין וואו צו גיין, און מען גייט טאקע אויך צו די נייעס אגענטורן. ווער עס וויל וויסן אידישע נייעס, ווייסט אויך וואו צו קוקען. אבער ווער עס וויל פארברענגען אין א געשמאקע סביבה מיט א היימישע אטמאספערע, דער באלאנגט אט דא... טאקע'ן אין "היימישע" שטותים...

על כן האב איך באשלאסן על דעת עצמי (און אדרבה – זאגט מיר אויב איר האלט אנדערש) אז דער נאמען וועט פארבלייבן "היימישע שטותים".

[הגם אז טייל האבן פארגעשלאגן מען זאל טוישן דעם נאמען אינגאנצן, מאכן א שינוי השם, אזוי ארום וועלן אנדערע שרייבער אויך אריינקומען דא. וויל איך מגלה דעת זיין: 1. קודם כל ווער זאגט אז מיר זענען אינטערסירט אין די אלגעמיינע שרייבערלעך וועלכע ווארפן זאמד אין די אויגן איינער פארן צווייטן אויף די אלע כלומר'שטע 'נארמאלע' פורומים? 2. רוב שרייבער שרייבן שוין לאנג דא אונטער אן אנדערן ניק... ממילא פעלט נישט אויס זיי זאלן קומען שרייבן מיט ביידע ניקס גם יחד].

אבער, אן אנדערע זאך וויל איך זיך יא אדורכשמועסן מיט אייך – מיינע חשוב'ע ליבע קאלעגעס און גוטע פריינט – און דאס איז די 'דעסקריפציע' פונעם פורום.

אין אנדערע ווערטער: היות דער פורום איז שוין מער נישט באזירט אויף "מיינע בויך ווייטאג"... איז דאך נישט מער ווי יושר אז מען זאל געבן דעם פורום א ריכטיגן נאמען. א נאמען וואס זאל אפשפיגלן די תוכן און די מהות דערפון.

על כן האב איך געקלערט צו עפענען אן אשכול דערוועגן, דער עולם זאל זיך אנרופן מיט פארשלאגן און עצות וויאזוי מען זאל באצייכענען דעם אייגנארטיגקייט פונעם פורום אין געציילטע ווערטער (איך וויל נישט עס זאל אויסקוקען ווי די דעסקריפציע פון דעם "אשר יצר את האדם בחחמ"א" [ר"ת ח'דרי ח'רדים מ'שפחה א'ידיש] פורום, וואס איך ליין שוין עטליכע וואכן די דעסקריפציע אליין און כ'האב נאך אלץ נישט עספיעט עס צו ענדיגן...).

און, פונקט ווי – להבדיל – דער אידישער קוואל (בימים ההם) האט ארויסגעשטעלט א פראגע וויאזוי מען זאל א נאמען געבן דעם קינדער אפטיילונג, און ווער עס האט אריינגעשיקט די בעסטע ענטפערס דער האט געוואונען (וואס?) [און למעשה איז עס געבליבן מיט דעם נאמען "קינדער אפטיילונג...], אזוי וועל איך אויך עפענען די טעמע, אריינלייגן עטליכע פון מיינע פארשלאגן, און איך ווארט צו הערן פון אייך עפעס אייגנארטיג, 'קריעטיוו', און 'צו דער זאך'.

**

אט זענען טייל פון מיינע פארשלאגן (איינס ערגער ווי די אנדערע):

"דא קענט איר שרייבן איבער אלעס און אלעמען – אפילו איבער די מאס"
"פארמאגט איר אומפארנוצטע טאלאנטען? דאן קומט אריין"
"כשמו כן הוא"
"מאכט אייך לויז דאס פאסיק, און כאפט אייך אן אין בענקל"
"ערנסטע טעמעס ווערן דא אדורכגעשמועסט אויף א לייכטן אופן"
"ארבייטסלאזע שרייבער געבן דא אויס זייערע טאלאנטן"
"לייכטע נאטיצן, זיך אפצוקילן פון די היצן"
"נקי מחשש ערנסטקייט ופאליטיק"
"שטויבט אייך אפ פונעם זאמד-שאכטל פארן אריינקומען"
"די איינציגע פורים צייטונג וואס ערשיינט טעגליך"
"וואו א קאווע איז גרייט, מיט צובייס אין דער זייט, צו יעדער צייט"
"אלעס איז אויפן טיש, אויסער קאלטע ביר און הייסע טשאלענט"
"קאלטס און ווארעמס"
"באקענט אייך מיט די 'יענטאאש'לעך, די 'הרחמן' פאמיליע, און... הוטקע"
"אויף צו ענדיגן (אדער גאר אנהייבן) דעם טאג מיט א גוטע געפיל"
"א רואיג פלאץ וואו איר קענט אייך אויסטשוכען פון די שווערע (אדער גרינגע) ארבעט"
"דער לאנטש וועט האבן גאר אן אנדער טעם"
"וואו יעדעס ווארט ווערט באטראכט, באאבאכט, אפגעלאכט, חוזק געמאכט, פון צופרי ביז ביינאכט"
"שוין געהערט די לעצטע נייעס, וואס ווייטער? קומט אריין"

**

די אויבנדערמאנטע פארשלאגן האב איך אפגעשריבן על רגל אחת אן קיין באזונדערע ישוב הדעת, על כן ווער עס האט עפעס בעסערס – און חזקה על כולכם אז איר קומט אויף מיט בעסערע איידיעס און געדאנקען ווי מיר – זאל עס ארויפשטעלן דא, און מיר וועלן אינאיינעם דן זיין וועלכע סלאגאן פאסט דאס בעסטע פאר אונזער אייער פורום.

מיט הצלחה!

ידידכם המכונה הוטקע



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/6/2005 17:48 לינק ישיר 

רעב הוטקע און זיין קרעטשמע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/6/2005 19:32 לינק ישיר 

קרעמער'ס קרעמל



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-6/7/2005 18:07 לינק ישיר 

מאך נישט חוזק פון בחדרי חרדים משפחה אידיש ! סאיז די בעסטע פורום וואס איך ווייס (נאך דיין....) מעגסט אהינגיין (אויב מלאזט דיך אריין....) זען וואס סמיינט א נארמאלע פורום



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/8/2005 04:01 לינק ישיר 

קרעמער
האסט שוין דעמאלס געהאט א ווייטן בליק?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > פארשלאגן פארן סלאגאן פונעם פורום
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext