איי איי די קאנטרי....
יא, די זוממער וואקאציעס הייבן זיך יעצט אן, וואו מען גייט און וואו מען שטייט זעהט מען משפחות שטייען פארנט פון די ווינטער הויז און ווארטן מיט אומגעדולד אז די ווען אדער טראק (וואס קומט אלץ אן מיט צוועלף שעה שפעטער ווי באשטעלט) זאל שוין אנקומען, דער נסיעה וועט זיי אפפירן קיין... איינער גייט צו די נידריגע בערג, איינער צו די העכערע, טיילן פארן קיין אויסלאנד, טייל זענען מקפיד דוקא צו פארבלייבן אין לאנד אויפצולעבן די היזיגע עקאנאמי.
איך אליין בין אויך געשלאגן מיט די מחלה פון "קאנטרי", דאס איז א מין קרענק וואס האט נאכנישט קיין רפואה (ענליך צו די מחלה וואס רופט זיך "אינטערנעט אדיקשען", דהיינו, מען ווייסט די נארישקייט דערפון, אבער מען טוט דאס ווייטער), אין אנדערע ווערטער מיינט דאס אז די קומענדיגע וואך צוויי וועט אדורכגיין (אוי הלואי זאל דאס טאקע אדורכגיין בשלום) אן קיין טראפן מנוחה און ישוב הדעת, מען וועט זיין הונגעריג, דורשטיג, שוויציג, און קלעבעדיג... אבער אלעס לוינט זיך (?) אבי מען זאל פאר צוויי מינוט אין די וויקענד'ס האבן א קיל ווינטל צופרי אויפשטייענדיג ווען מען קראצט די פרישע מאסקיטא ביסן וואס זענען צוגעקומען די פארגאנגענע נאכט.
מנהג ישראל אז פון ווען עס ענדיגט זיך די זאת חנוכה פארטי'ס הייבט מען אן זוכען א באנגעלוי, ווייל למען הלאקשן קען מען נישט גיין אין די זעלבע באנגעלוי ווי פאראיאר וואו מען האט זיך שוין צוגעוואוינט צו אירע פראבלעמען און מען ווייסט שוין פונקטליך וואו אלע לעכער אין די ווענט זענען און פון וואו די מייזלעך און די ראטן האבן ליב אריינצוקומען, אבער ניין, דער וואס האט גוזר געווען די גזירת הקאנטרי האט אנדערש געוואלט, אזוי ווי עס שטייט געשריבן אין די תורת קעטסקילס (טשעפטער עלעווען) "יעדע יאר זאלסטו גיין אין אן אנדערן באנגעלוי קאלאני, באקען זיך מיט נייע סארטן קריכענישן, און פארבלאנדזשע זיך אין די געשלענגעלטע ראודס וואס פון נאכקוקען די וועג אויף די מאפע ווערט מען שוין דיזי"...
און דא הייבן זיך אן די מחלוקה'לעך... יאכנע וויל נישט זיין א שכינה מיט יענטע. פארוואס פרעגט איר? זייער פשוט, ווייל פאראיאר ווען יאכנע'ס שוויגער איז געקומען צו איר אויף א וויקענד, האט יענטע'ס שנור אליין געזען ווי יאכנע'ס שוויגער מאכט איר אוועק מיט די האנט! איי, געב איר צו פארשטיין אז א באמבל בין איז געשטאנען צווישן זיי ביידע, און יאכנע'ס שוויגער האט נישט אזוי שטארק געוואלט כאפן דעם ציפ און דערפאר האט זי געפאכעט מיט די האנט אויף אראפ... נע, דאס איז נאר א תירוץ! דו פרובירסט זיך ארויסצודרייען... הא? איך ווייס דאך יא דעם אמת אז עס איז דא א שטארקע סיבה אוועקצומאכן מיין שנור! (אה... דו ווייסט יא אז עס זענען דא סיבות דערצו, נו, טא פארוואס ביסטו אזוי אויפגעברויזט אויף יאכנע'ס שוויגער? לויט דיר איז זי דאך נישט מער ווי גערעכט געווען?).
טאמער מיינט איר אז דא האט זיך די מעשה געשלאסן, האט איר א פאטאלן טעות. א דאנק די אינצידענט האט יענטא אפגערעדט במשך דעם ווינטער עטליכע שידוכים וואס מען האט גערעדט פאר יאכנע'ס זון, ווייל זי האט פשוט געשוינט אז אזא איידל מיידל זאל נעבעך מוזען אריינפאלן צו אזא שטוב וואו די באבע דארט איז עפעס אן אוועקמאכערקע...
און א פאטש פאר א פאטש האט יאכנע בארעדט יענטא'ס גאנצע משפחה אז זיי זענען שוואכער פון די פליגן, והא ראי' אז א פליג שרעקט זיך נישט פון א מאך מיט די האנט און זיי יא... און די סארט אינפארמאציע האט שטארק געשאדט פאר די גאנצע פאמיליע, אזש עס האט שוין געהאלטן ביים צוטיילן משפחות חלילה ווען נישט די ארבעט פון עטליכע געטרייע עסקנים וואס האבן זיך אריינגעווארפן דערין שלא על מנת לקבל פרס יהי חלקם ברוך.
זייט יענעם זומער, קען איך נישט צוריקגיין צו אט דעם קאנטרי, ווייל מענטשן שמועסן אז די בייזע רוחות האבן זיך באזעצט אונטער יענעם בוים וואו דער אינצידענט האט פאסירט, און פון צייט צו צייט קומען די קינדער צו לויפן און דערציילן אז זיי האבן טאקע געהערט ווי די שדים רעדן צווישן זיך אנצודרייען א פרישע מחלוקה'לע אין דעם קליינעם דערפל (ווייניג ווייסן אז די גערודער דארט שטאמט גאר פון די פיר פיסיגע סקאנקעלעך וואס דרייען זיך אין די מאסן ארום דעם גרויסן בוים וואס די דיקע שטאם דערפון דינט אלץ זייער באהעלטעניש פאר די נאכט).
דריי איך זיך שוין ארום אנע קאפ פאר די לעצטע עטליכע מאנאטן, און איך זוך מיר א קאנטרי... יעדעס מאל איך קום אהיים מיט א פרישע דערהער: "אה, משה אליעזר האט מיר געזאגט אז אין זיין קאלאני ווערט פריי א באנגעלוי.." הער איך דעם זעלבן אדער ענליכן פזמון: "דאס קומט אפילו נישט אין באטראכט... דו האסט נישט געהערט אז מרת. פלעדערמויז איז אין יענע קאנטרי? און דו ווייסט דאך אז איך בין נישט איר "טייפ"... וואס וועל איך טוהן אויב מרת פלעדערמויז וועט זיך פארשמעקן דוקא תשעה באב נאכמיטאג זיך צוצוזעצן נעבן מיר... דאס וועט דאך זיין ערגער ווי די גאנצע תענית"...
**
המשך יבא בלי נדר
 |
|
|