| נשלח ב-29/6/2005 06:33 |
|
| |
איך בלייב אין שטאט פאר מיין מאן!!!!
פארוואס זאגט מען אז מען פארט אין קאנטרי צוליב די קינדער
איך זאג אז איך בלייב אין שטאט צוליב מיין מאן
|
|
|
|
| נשלח ב-30/6/2005 14:23 |
|
| |
זי בלייבט אין שטוט פארן מאן, צי ער ויל יא צי ער ויל נישט
|
|
|
|
| נשלח ב-1/7/2005 16:27 |
|
| |
וואס מען טוט - טוט מען פאר זיך
|
|
|
|
| נשלח ב-1/8/2005 05:51 |
|
| |
אונז זעמער אהיים געקומען מיט פרישע כוחות
|
|
|
|
| נשלח ב-2/8/2005 06:03 |
|
| |
שוין זעקס יאר חתונה געהאט צום גיטען, דריי קליינע שעפעלעך, גאנץ א כמעשה דירה'לע דא אין וויליאמסבורג, קוים אדורך דעם פסח בשעטו"צ, איך זיץ אין דער ארבייט איבער א געהויפען פאפירען און די רבנית הצדיקת איז ווידער אויפען טעלעפון איך זאל היינט אהיים קומען ווי פריער זי וויל עפעס אדורך-שמועסען. עס ווערט מיר טונקעל אין די אויגען, נישט מער און נישט ווייניגער איך האב איר צוגעזאגט אוועק צוטראגען די פסח געשיר א טאג נאך פסח זיכער ווארט מיר אפ א שבע ברכות אינדערהיים, איך קום אהיים אביסעל פריער גרייט צו מקבל פסק זיין, אבערוואז די טעמע זעהט אויס צו זיין גאר געשפאנט, עפעס איז זי אנגעצויגען, זי מאכט נישט קיין לאנגע הקדמות נאר זאגט מיר ברחל בתך דאס יאר זאל איך נישט קרימען מיט די נאז ווייל היי יאר גייט מען אין קאנטרי און טאקע אויף א גאנץ זימער, די זעהסט דאך מיר פעהלט דאס אין אמת'ן אריין נישט אזוי אויס אבער די קינדער, ווי קען מען זיי לאזען דא אין די היצען אליין אין די שטאט?
וויפיל איך האב פרובירט צו טעהנ'ן און איינבעטען, כ'האב שווער צו צאהלען דעם רענט צייטליך, ס'איז מיר נישט אנגענעם צו פארען און קומען, ס'איז מיר נישט באטעמ'ט צו זיין אנוועזענד פון דער פאמיליע 5 טאג א וואך, איך האב נישט ליעב צו דרייווען, פשוט איך האב נישט דערפון קיין פארגענוגען, עס העלפט נישט קיין געוויין און געבעט. דער טעלעפון צוקלינגט זיך און מיינע אויערען כאפען נאר אויף "נו גיט סיז געבליבען מיר וועלען נעמען דריי באנגעלויס די אין איך און גיטל... און שוין....מיט יאנקעל איז אלעס ארלעדיגט.
זייט יענעם טאג דארף איך מער נישט אוועק פאקען די פסח'יגע געשיר, מען רעדט שוין אויך נישט אין שטיב פון גיין מאכען בילדער מיט די קינדער אלעס דרייט זיך ארום די קאנטרי,הימעל און ערד און די קאנטרי. גענוי ווי אלץ קינד אין דע צייט זענען מיר געווען פארנומען וואכען און חדשים איינצוטייילען בעטען מען האט זיך געקריגט און געגאנגען צום רבי'ן ער זאל מאכען שלום, ווער שלאפט ביים ווינדוי ווער שלאפט לעבען טיהר, מען האט זיך געקאלט ביינאכט איינער דעם צווייטען טרי וועי די האלבע חדר, אזא אטמאספער הערשט יעצט ביי אונז אין שטוב, סוי איך וועל זיין באנגעלוי 9 און די קענסט נעמען 10, נייו נישט גיט באנגעלוי 10 האט נישט א בוים. אזוי זענען אנגעאנגען די שמועסען א יעדע נאכט דעם טשעק פון צוויי מיט א האלב טויזענט דאללאר דעפאזיט האט שוין דער קאנטרי אייגענטומער לאנג געקעשט און מיר האבען נאך אפילו נישט געזעהן די באנגעלוי איך ווייס ניטאמאל אויף וועלכען עקזיט אויפען 17 אזויפיל ווייס איך אז די קומענדיגע וואך זינטאג גיי איך נישט אריין אין ארבייט ווייל עס גייט זיין א באשוי צווישען אונז מיט די באנגעלוי/'יס דערנאך וועלען מיר זעהן צו מיר האבען געמאכט א גיטען אויסוואל מיט'ן נעמען באנגעלוי 18 וואס איז טאקע קליין אבער עס איז ממש לעבען מיסיס יענטא בויבעריק וואס איז א גיטע אינעטרטעינערע'ן מיט איר קען מען לאכען ביזען האלבען נאכט אריין, אויך איז עס אראונד דעי קארנער פון די גראסערי.
פארזעצונג קומט אי"ה
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/8/2005 06:33 |
|
| |
נאטורליך. קודם כל ברוכים הבאים.
דריי נקודות האב איך מוסיף צו זיין אויף דיינע ווערטער...
יא, די אויבנדערמאנטע דריי פינטעלעך אויך. אבער נאך דריי:
1. ממילא אפוועזענד פון די פאמיליע איז אומאיינגענעם, עס איז אומעטיג, און מען ברויך נישט צופיל מסביר זיין די צרה דערפון. אבער דיין פעדער האט בשגגה ארויסגעגליטשט אז דו ביסט אויך אומבאקוועם צו זיין "אנוועזענד" ביי די פאמיליע. איז דאס א פליטת פה? אדער איז דאס א בחינה פון ניבא ולא ידע מה ניבא?
2. ווילאנג דו האסט דיין באנגעלוי נעבן די יענטאאש פאמיליע שטייסטו גוט. מיט א קל וחומר, מאדאך יענטאאש אליין קען און טוט אינטערטעינען דעם עולם דא טאג און נאכט, איהו בקרי ואיתתיה בבוציני, איז דאך כל שכן וק"ו בן בנו של ק"ו אז די מרת יענטאאש איז אודאי נישט אוועקצומאכן.
3. די דריטע נקודה האב איך שוין פארגעסן.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/8/2005 07:11 |
|
| |
מסתם איז דאס געווען דער עיקר וואס דו האסט געוואלט זאגן...
נמחק על ידי ההנהלה.
גישמאקעקר: 'דאס' איז די לעצטע ווארענונג.
תוקן על ידי - יענטאאש - 02/08/2005 15:23:57
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2005 03:31 |
|
| |
מיר פארען ארויס זונטאג דריי וואכען נאך פסח צו באקיקען דעם קאנטרי, איך האב עפעס געפילט א שטייגער ווי מיין שוואגער דער משגיח וואס פארט קיין טשיקאגוי אין די פרעצעל פעקטארי. אויף מיר און די רבנית האבען א האלב מנין פרויען ארויף געלייגט די שווערע אויפגאבען צו זיין א מבין אויף די באנגעלוי, און נישט סתם א מבין נאר איעדע'ס פארפאלק וואס וויל קומען אין דער קאנטרי האט געקאלט און געגעבען א גאנצער טוץ מיט פארלאנגען וואס מען זאל באקוקען ביי זיי באנגעלוי. איין בת של קדושים האט געשיקט צו מיר אהיים סם פאר מייז, מיר זאלען עס אויסלייגען אין איר צוקונטפדיגע באנגעלוי אז טאמער עס וועט זיך מערצעשעם אויסארבייטען די באנגעלוי וויל זי וויסען אז עס איז ריין פון מייז. אזא אחריות. א צווייטע האט נאר געוואלט וויסען אויב עס איז דא א טעלעפון דזשעק אין נומער 13. א דריטע האט געקאלט מוצאי שבת אים 1:00 אזייגער, האלוי מיסטער... אנטשולדיגט פאר'ן באדערען אזוי שפעט, איך האף איך האב קיינעם נישט אויפגעוועקט. טוען זע מיר א גרויסע טובה און שמעקט באנגעלוי 11 איך בין זייער עמפינדלעך צו א שלעכטע גערוך וואס טייל באנגעלויס האבען, נו גיט איר עט נישט פארגעסען. איך האב זיך דערמאנט די ווערטער וואב מען האט געשריגען פאר א חודש פריער צו פעטער מנחם מאניש אין קבר פארגעס דער נישט דיין נאמען.
א גאנצען וועג דעבאטירט מען אויפען טעלעפון אז אויב ח"ו עס וועט זיך ארויס שטעלען אז נומער 18 איז גאר א קליינע באנגעלוי דעמאלס מיז מען יא צוריק טוישען צו נומער 9 העכסטענ'ס וועלען מיר זיין דערנעבען די יאנטשי מרס פישערהויפער.
אהיים קומענדיג פון דעם ערשטען באזיך זענען מיר געווען מער צומישט ווי קומענדיג. איך האב געוואלט מאכען א סטאפ ביים דיין אפשר וועט ער קענען ארויס העלפען אינעם ענין וואס זאל איך טוען עס איז שוין געווען האלב נאך 12 אזייגער אויף דערנאכט. אזויפיל האב איך געוויסט אז ערגעץ צווישען די גרויסע אומגעשניטענע גראז דריי מיט א האלב מייל אריין פונעם 17 האב איך אנגעזייעט 2,500 טויזענט דוללאר אויפען חשבון אז די קינדער גייען דארט האבען אזא לעבען אז א גאנץ יאר וועט מען זיין אויגערוהט דערפון.
ביז א טאג צוויי האב איך געהערט די גיטע בשורה אז אלעס איז ב"ה אויסגעגליכען, מיר האבען ב"ה באקומען די בעסטע באנגעלוי דערפאר וואס מיר זענען ארויס געגאנגען ווי די מרגלים צו זעהן וויפיל ביימער עס זענענן פארהאן ביי איעדער באנגעלוי און ווי ווייט איז אפגעריקט איינע פון די אנדערע אא"ו.
דיע וועס האט געשיקט סם פאר די מייז האט שוין 4 מאל געקאלט און נאר געוואלט וויסען אויב מיר האבען געגאסען אויך אונטער די פריזשדער.
געמיינט האב איך אז איך קען פריי אפאטעמען כאטש ביז נאך שבועות, א בוידעם. קוים וואס איך בין אהיים געקומען עש"ק האט זיך עס אנגעהויבען, הרבנית תליט"א געט מיר א ליסט פון דאהי ביז קאנארסי וואס מען דארף אלץ האבען (איינקויפען) פאר די קאנטרי, וואס א שורה אראפצוה ווער איך מער בלייך, איך וועל אייך נאר פארלייענען שורה נומער 12 איז נייע פידזאמעס פאר אלע קינדער, וואס איז שלעכט מיט די איצטיגע? עםם עס איז נישט ארויסצוגיין דערמיט, אבער ווער זעהט דאס דען? עעעם די קינדער גייען דאך ארויס אויפען פארטש א שכן קען נאך זעהן, נו וואס פארשטייט א מאן צו די זאכען? שורה נומער 23 איז א 4 ראלל'ס קאנטעק פעפער, א שערל מיט טאם טעקס, 55 איז א נייע קעמארע אין אזוי ווייטער מען האט געקויפט שמעקערס פאר די באנגעלוי, פליגען כאפערס, אייז שטעקעלעך, 2 נייע בייקס, כל ערליי שווים זאכען. שרייבענדיג די שורות קויפט מען נאך אלץ.
וואס א וואך נענטער צו דעם יום הגדול וואס רופט זיך "מע פארט שוין" איז געווארען מער אנגעצויגען דער מצב אין שטוב, מען האט אנגעהויבען קויפען סאפערס זייער אפט, די קרעדיט קארד סטעיטמענט'ס האבען געהאט אלע נעמען פון די באקאנטע היימישע סטאר'ס אויף ליע עוועניא, איעדער נאכט האט מען זיך געדינגען וויפיל גויטע'ס זאלען גיין קלינען די באנגעלוי, א טייל גיטע פריינט האבען געזאגט אז לכה"פ צוויי גויטע'ס אזוי וועט מען קענען אין אין טאג אויפרוימען די גרויסע באנגעלוי און אנגקומען צו א פרישע שמעקעדיגע באנגעלוי. לאנג זאל לעבען איין גיטע פריינד, זי האט ענדגילטיג געפסקנ'ט אז איין גויטע איז גענוג בשעת הדחק און אזוי איז געבליבען, זונטאג שלח האב איך צום צווייטען מאל גענומען א טאג אףף פון דער ארבייט איין געפאקט אלע כלי קודש וואס מען ניצט ערב פסח, אויגעפיקט די גויטע פון איר הויז אין גרין-פוינט, קאלאמוטנע אויפען הארץ זענען מיר ווידער אויפען וועג ארויס ווען דער גאנצער קאר איבעלט פון די גערויך וואס הייסט קלינינג לעדי, יא איידער איך פארגעס, מען מיז איר געבען פרישטאג, לאנטש און סאפער, א שעה לאנטש. דאס איז א שפיל פון הינדערט און פיפציג דאללאר און מזומנים.
אויפגעקלינט, אויסגעשטויבט, ארויסגעווארפען די חפצים, די פאריעריגע האבען איבער געלאזט א הויפען שמאטעס, געגעסען געטרינקען, זיך ארום געקוקט אויף דעם קליינעם נעבאכדיגע כאטקע וואס מיין סוכה אין שטאט איז גרעסער פון אים אבער וואס טוט מען נישט פאר די קינדער.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2005 03:59 |
|
| |
נאטורלך
זייער גיט שרייב ווייטער כ'האב שטארק הנאה
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2005 04:01 |
|
| |
פארזעצונג קומט אי"ה, איך ווארט די רבנית זאל עס זעהן זי וויל עס צענזורורען. זאל איך איר לאזען?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2005 04:28 |
|
| |
קענסט איר לאזן, אבער צייכן אן וואו זי האט צענזורירט.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2005 05:39 |
|
| |
פארוואס צענזורירן?
זאל די נאטורליכע רעבעצין עפענען אן אייגענעם ניק און זאל זי זיך טענה'ן מיט דיר דא אויפן פארום... וועלן מיר זעהן ווער איז מער נאטורליך גערעכט.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/8/2005 03:15 |
|
| |
א גאנצער וועג אהיים האט מען פלאנירט, געטראכט הויעך, געשריבען נאטיצען. קודם דארף מען צוריק טראגען די שאויער קוירטענ'ס עס מעטשט נישט מיט'ן ביה"כ, אויך דארף מען א נייעם לאמפ אין שלאף צימער, א בעסערען מאטראץ וכו', א קליינעם פירהאנג פאר די שויבען. לכה"פ נאך פינעף שמעקער'ס. און נאך אפאר שאר ירקות. נאכען דזשארש וואשינגטען ברידזש האט שוין די ליסטע געהאט קנאפע 16 נייע "קלייניקייטען" , ווי למשל עס לוינט זיך צו אינוועסטירען אין א גיטען וואש מאשין אויך א דרייער מען קויפט עס איינמאל און מען האט עס ביז משיח קומט און דאס איז אלעס אויסער די עכטע קלייניקייטען ווי למשל נייע ביליגע טעפ נאר פאר זימער נאר פאר פליישיג נאר פאר שלוש סעודות. אויך מיז מען האבען זימערדיגע טישטיכער "ענד די ליסט גויעס אן ענד אן".
עס טוט זיך עס לעבט זיך, די קינדער שפירען די מאמע איז אויפגעלייגט. מען גייט איעדע נאכט שלאפען אין צוואנציג אזייגער. דאס הויז איז פיל מיט באקסעס קליינע מיט גרויסע. אלעס פארט אויף רעדער, מיט א גרויסען שהחיינו קלייבט מען זיך צו גיין אין קאנטרי פון היינט איבער אכט טאג. איי עס איז נאך דא א גאנצער וואך? ווי קען מען שוין איינפאקען די געשיר, די שלאף זאכען? די שב"ק זאכען? נו סעט שוין גיט זיין אזוי די קומענדיגע טעג אבי מען זאל גארנישט פארגעסען דא.
דאס הארץ צאפעלט. עס ווערט נענטער צום יום הגדול, איך דערמאן זיך אין די האני-מאאן ווען מיר זענען געפארען קיין לאנדאן צום זיידען עס איז געווען דאס ערשטע מאל אויף א פליגער. מען האט געפלאנט ענדלאזע נעכט. גענוי אזוי פיהלען מיר אין די טעג. הייטער און האפענדיג אויף די מינוט ווען מיר וועלען זוכה זיין צו זיצען אינטערען באנגעלוי ביים עק וואלד אינטער דעם גערויש פון די קריקעט'ס אויף דעם גרויסען בענקעל וואס נאר אין די קאנטרי איז מותר אויף איר צו זיצען איש ואשתו אין רשות הרבים. א טייל זענען אפילו מקיל צו עסען אייז קריעם אזוי בפני כל עם ועדה. מיר האבען געקויפט איין גרויסע נאגיאד וואס מען קען אויסצוען אלל דע וועי און איינס א געהעריג צוזאם-לייג בענקעל. זי זאגט אז שבת וועל איך קענען נעמען דאס גרויסע. א שיינעם דאנק פון פאראויס.
א רחמנות אויף אונזער ווען דרייווער מען האט אים שוין באשטעלט פאר דריי וואכען צוריק אבער מען קאלט אים יעדע צוויי טאג צו מאכען זיכער אז ער האט נישט פארגעסען אונזער אדרעסס און קיינער כאפט אים חלילה נישט צו, און אז ער זאל זיין פאר'ן הויז אים דאנערשטאג קרח דריי אזייגער נאכמיטאג פונקטליך. וואס עפעס אזוי פרי? פארוואס נישט? ווען דען זאל מען פארען? זעקס אזייגער אין טראפיק? אנקומען מיעד? עסט אהיים קומען איינמאל אביסעלע פריער אין זאל זיך עס אנהייבען מיטען רעכטען פיס.
אלע פעקלעך זענען שוין גרייט 9 אזייגער צופרי די קינדער גייען היינט לעבעדיג אין חדר ווייל מע פארט היינט אין קאנטרי, משה'לע קומט אהיים פארציילענדיג אז נאר 15 אינגלעך פון די גאנצע חדר בלייבען אין שטאט, נעבעך, די איבעריג 10 גייען יא ב"ה אין קאנטרי זענען מיר נישט לאקי?
דער דרייווער ווערט נערוועז האלב פון די פעקלעך זענען נישט פארמאכט ווייל טאמער מען האט עפעס פארגעסען אין די לעצטע מוניט, ער ווינדערט זיך פארוואס מען דארף מיטשלעפען אלע 3 עיר קאנדישע'ן האט איר דען דריי צימערען אין דע קאנטרי? דער ווען דרייווער שטעלט אלע פראגעס וואס ליגט מיר אויפען צינג, זעהנדיג מיט וועם ער האט צוטוען איז ער געגאנגען אנפילען מיט געז און געפרעגט מיט א ציניש שמייכעל, קען איך צוריקומען אין א שעה? גיט רופט מעך ווען איר זענט איינגעפאקט כעל צוריק קומען.
מיט א רחמנות'דיגע בליק אויף די אינטער געבליבענע אין שטאט זעצען מיר זיך אריין אין די קאר בשעה טובה ומוצלחת, איין מינוט, וואס איז? מען כאפט נאך אריין צו קאלען נאך אפאר גיטע פארבליבענע פריינד, זיך צו געזעגענען פאר מע פארט אוועק אויף אזוי ווייט, אלע געפעק איז אין דער ווען, נאך איין מוניט, איעדער זאל שוין ארויס גיין אין ביה"כ, אקעי יעצט קען מען פארען. מיר פארען ארויס אין דער זעלבע צייט ווי די פעקלעך, די קינדער אנגעטון חתונה'דיג איינגעפאקט סענדוויטש מיט דרינק'ס, געימ'ס און מוזיק טעיפס וואס מען האט ספעציעל געקויפט פאר די רייזע. עס איז נאך זיבען אין אווענט ווען איך דערזעה מיך אויפען 17 מיט נאך אנדערע לאקי קאנטרי רייזענדע. אהה זעהסט דאס איז דאך די גרינפעלד'ס פון דיין מאמע'ס בלאק ער איז א כולל אינגערמאן און זיי האבען נאר צוויי קינדער און גייען אויך אין קאנטרי, וואס האב איך דיר געזאגט מען קען נישט אנדערש.
די קליינע זינגען אין וויינען, נודזשען און טאנצען, שוין אויפגעגעסען אלע נאש מיט דרינק'ס. שלאפט דאס גאנצער געזינדעל ווי ביי די נסיעה קיין קאנאדא פאראיאר. שוין אפגעשטלעט צו כאפען א מנחה, גענומען געז און כזקן ורגיל געקויפט דארט עפעס ניסלעך מיט א קאפי. מיר זענען שוין אין קאנטרי.
נאכע'ן זיך אויס פאקען, איך האב אליין נישט געגלייבט וואסארא גרויס פארמעגען עס פיט אריין אין א 16 פעסענדזשער ווען, עס איז געווען פיל מיט באקסעס, עיר קאנדישען'ס, אלע שפיעלצייג און וואס נישט. דער ווען דרייוער האט מיט א זויער פנים אריין געטראגן די פאר בעג'ס דאכענעס און מיך מכבד געווען אריין צו שלעפען אלע באקסעס זאגענדיג ער גייט כאפען א ציגרעטעל, א שעה דערויף קומט ער צוריק פארציילענדיג אז ער איז געגאנגען כאפען א שווים מיט נאך אפאר זריזין מקדימין אינגעלייט. נישט וויסענדיג אז מען מיז אנצייכענען איעדען באקס וואס עס ליגט אינעווייניג, האט זיך ערשט אנגעהויבען א געזיכעניש די ערשטע האט מען פארשטייט זיך געדארפט די פידזשאמעס זאלען די קינדער גיין שלאפען, איי עס איז נאך נישט אזוי שפעט? זיי ווילען זיך אומקוקען. אבער וואס טיט מען נישט פאר די קינדער? די גאנצער קאנטרי איז נאר פאר זיי.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/8/2005 14:07 |
|
| |
נאטורליך;
איך האב הערשט יעצט דורכגעליינט דיין לעצטע פארזעצונג, איך מוז דיר זאגען אז איך הייב ערנסט אן ציטערן פון קאמפעטישן... דו ביסט א מעכטיגער שרייבער, דיינע ווערטער ליינען זיך געשמאק און ארגינעל, מען שפירט ווי מען איז ממש דארט!
געבט אונז נאך פון די געשמאקע ארטיקלן! ווי וואנט מאר!
|
|
|
|
| נשלח ב-4/8/2005 16:15 |
|
| |
קאמפעטישען איז גיט פאר אלעמען. די שרייבסט זייער פיין קרעמער. זאלען אלע שרייבערלעך קומען אהער און זיך לאזען הערען.
|
|
|
|
|