בית פורומים היימישע קרעטשמע

איך בלייב אין שטאט פאר מיין מאן!!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/8/2005 23:21 לינק ישיר 

קרעמער נאטורליך
איך האב עכט מיטלייד מיט ענק

קרעמער
איך קוק שוין נאך איינעם א לאנגע צייט און איך האב שוין געממינט אז איך ווייס ווער די ביסט איך האב געמיינט אז די וואינסט אויףAVENUE…. יעצט זעה איך אז די שרייבסט "אין א מזל'דיגע שעה זענען מיר אויסגעשטיגען פון די דירה'לע אויף ... סטריט" ווער איך אינגאנצן צומישט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/8/2005 23:32 לינק ישיר 

not2bz;

קענסט נאך אלץ טראכטן אז 'איך' בין 'יענער' ווייל בשעת די טאגבוך איז געשריבן געווארן - שיינע פאר יאר צוריק - האב איך טאקע געוואוינט אויף ... סטריט, אבער איך האב זיך שוין לאנג אוועקגעצויגן פון דארטן...

go figure



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-11/8/2005 07:24 לינק ישיר 

all5in1 שרייבט פאר נאטורליך:



[א דערמאנונג, דא אין דעם אשכול שרייבט מען אריין אלע קאמפלימענטס און קריטיק (ח"ו), יענע אשכול איז געווידמעט פאר נאטורליך אליין, עס איז אייער טובה און די טובה פון אלע באזוכער צו קענען ליינען די מעשה רואיג אומגעשטערט].



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-11/8/2005 22:04 לינק ישיר 

אנטשולדיגט ר' נאטורליך, אבער איך האב דאס געטארפן, איך מיין ס'איז אייך אראפגעפאלן אפאר פון אייערע פארגעשריבענע צעטלעך, לויט ווי ס'קוקט אויס איז דאס אייערס, אויב נישט איז דאס מסתמא... וועמענ'ס דען נישט יעדער איז דאך בערך און זעלבן פעקל...
בעפאר איך שרייב דאס אפ (אנשטאט איר זאלט דאס טאן) וויל איך אייך באדאנקען און אפלאדירן בשם כל הקהל הקודש, סיי פון אונזער קהלה און סיי פון דרויסנדיגע, פאר אייער אויסערגעווענדליכע טאג בוך וואס איר טיילט אונז דא מיט.
אייער רעטינג איז 100

**
שוין, ס'איז זונטאג צופרי "שיוואסערבעטאמעז" (רעבע קרעמער ס'גוט אויסגעלייגט לויט די יודישע כללים? אויב נישט פאררעכט מיר) איך פרוביר מיך מסדר צו זיין דעם לאנגן תענית טאג. כ'על גיין דאווענען, דאס דאווענען נעמט דאך אביסל לענגער היינט מ'זאגט קינות, מ'לייענט, נאכן דאווענען וועל איך אזוי אויסציען ביז איינס האלב צוויי, דערנאך כאפן א גיטן דרימל ביז זעקסע זיבענע און אזוי וועט דער לאנגער תענית אריבער גיין אביסל גרינגער. אומר ועושה, געזאגט און געטון, ס'איז צען אזייגער איך פאר דאווענען.

ב"ה ס'איז אלעס אזוי ווי געפלאנט. איך קום צוריק אין באנגעלא צען נאך איינס, איך וויל זיך גרייטן צום שינת היום, זאגט מיר די רבנית תחי' הער: די קינדער זענען שוין אהיים פון חדר [כ'מיין מ'פאסט דאך, און מיין ווייב לכאורה האט דאך מער כח ווי דער שתי שערות מלמד...], זיי טאנצן מיר שוין ארום דא אויפן קאפ, לאמיר ציפארן דא אין טאון צי די בעקעריי איינקויפן עפעס גוטס אויף אויסצופאסטן. איר ווייסט דאך די סוגיא פון 'אין ברירה', נישטא קיין צוויי וועגן, מ'פעקלט אריין דאס געזונדל אין די קאר אין מ'פארט. אין בעקעריי איז געגאנגען א רויעך פאר א נחת פון די פרישע ראלאשעס און קופעלעך, אך א מחיה, מ'דרייט זיך צווישן די פילע געבעקסן קעיקס, קופעלעך, קאקיס, און מען פילט זיך אן א ברייטן וואגן פון כל טוב וכל טוב. מיין קליינער שרייט, אָ טאטי איך דארף דעי קאקי, און מיין צווייטער שרייט איך אויך, מיין רבנית זאגט - אויף מיין חשבון - נא דא האסטע שעפעלע מאך שיין הויעך א ברכה. שוין ענדלעך מ'גייט צום רעכענען און איך געב אזא פרעג מיין ווייב: אייגנטלעך וואס דארף מען אזויפיל צום אויספאסטן? כ'על דאך סייווי נאך די מזונות עסן עפעס א געהעריגן סאפער?, זאג זי מיר: " איך מיין אז מ'קויפט שוין... ווייסטעך... קויפט מען שוין אזוי אז 'ס'זאל זיין' ", שוין מסכים 'ס'זאל זיין', פארוועם?, בקיצור ענדלעך מ'רעכנט און ווי באקאנט אז א ארדער אויפן הונגעריגן מאגן קאסט צוויי, אויב נישט דריי, מאל אזויפיל, און וכך הוה, ס'האט ארויפגעצויגן אן אפותקי אזוי אזש ביז היינט האב איך נאך פון דעם 'ס'זאל זיין'.

האלב פיר ענדליך צוריק אין די קאלעני, איך חלום שוין פון מיין מיטאג שלאף, איך בעט די קינדער זאלן ארויסגיין שפילן אינדרויסן מיט אלע קינדער איך זאל קענען אביסל שלאפן. איך ליג שוין אזוי אין בעט קומט אריין צו לויפן דער קליינער מוישי, טאטי עפעס א טאטע איז דא אינדרויסן ער וויל עפעס רעדן מיט דיר, זאג אים אז דיין טאטע האט זיך אראפגעלייגט יעצט און ער קען נישט ציקומען, ער גייט ארויס און איך הער ווי ער זאגט "מיין טאטע זאגט... איך זאל זאגן... אז ער האט זיך יעצט אראפגעלייגט. איך לאך אזוי צי מיר, יענער וועט נאך מיינען איך בין עפעס ווייסעך וואס א שקרן. בלית ברירה, איך שלעפ זיך ארויס פון בעט, שטופ אריין מיינע פוס אין די שיך, איך לויף ארויס מיט איין אטעם, יא יא ווער איז? וואס ווילט איר?, א אאאנטשולדיגט דו האסט זיך אראפגעלייגט, שוין ס'נישט אזוי וויכטיג - זאגט מיר מיין נייער חבר... דער קליינע דיקער (איר קענט אים שוין...) – נא נא... זאג שוין וואס דו ווילסט?, נאַ כאדער נאָר געוואלט זאגן אז מיין ווייב האט צוגעגרייט פיינע גוטע קעיקס אויף צום אויספאסטן, ווייסטעך שוין מיין ווייב איז א גוטע קעכערין, ס'נישט טייער, ס'לוינט זעך, דארפסט עס נאר איינמאל קאסטן וועסטו שוין אליין זאגן, אזוי ווי ביי דע קיגל. אוי באשעפער, כ'קום דאך יעצט פון בעקערי וואס דארף איך נאך מזונות?, שוין, אז "ס'זאל זיין... זאל שוין טאקע זיין"..., לאמיך עפעס נעמען פון אים און לאז ער שוין גיין, איך וויל דאך דרימלען אביסל. נא וויפיל קאסט ער?, נישט קיין סאך, קום אריבער צו מיר אין באנגעלא כ'על דער ווייזן, ס'דא אסאך מינע קעיקס, קוקיס, קום איך זאג דער ס'לוינטסעך, העסט נישט חרטה האבן. ס'ווערט מיר גוט פאר די אויגן, וואס טוט מען דא, נא א יוד גיט זיך אלעמאל א עצה. איך זאג אים, דא האסטו א צוואנציגער און ברענג אריבער פאר צוואנציג דאלער סחורה נישט קיין חילוק פון וואס.

דער זייגער איז שוין ענדלעך ניינע, מ'גייט שוין אין שול צו מנחה-מעריב, מיין נייער חבר ווארט מיר שוין אפ, "נא האסט געזען וואס כאדער ציגעשטעלט?". יא יא שעקויעך, זאג איך אים. צווישן מנחה-מעריב גיט ער מיר א קלאפ און זאגט מיר "הא, אויסגעשלאפן ביסטעך, סאָ נאכן אויספאסטן עמער אביסל ארויסגיין כאפן א שפאציר אויפן ראוד, כאב שוין אפגערעדט מיט כעסקלע'ן אויך. איך זאג אים, גוט מ'וועט זען, יעצט ווייס איך נאכנישט. אנדערש ווי שבת איז דער נייער חבר מיינער דאסמאל אליין צו געגאנגען צום עמוד פאר מעריב, ער האט קיינעם נישט געטרויעט, ער האט אליין געוואלט מאכן דעם דזשאב, איך טראכט אזוי צי מיר, אבי נישט שבת, שטעל זיך פאר ווען ער וויל ווען שבת ציגיין צום עמוד...
נאך מעריב געט ער מיר אזוי א זאג: "שוין אקעי, בערך עלעווע צייט וועל איך דיך קומען אויפפיקן פון דיין באנגעלא, וועסט שוין זיין גרייט דעמאלט? זאג איך אים, איך ווייס נאך נישט לאמיך קודם עפעס טועם זיין, אויספאסטן, דערנאך וועט מען זען.

הלואי יעצט זאל מיין ווייב וועלן גיין קיין וואל מארט, איך בין שוין מסכים צי דעם אויך, ווי איידער דער שפאציר וואס ווארט מיך אפ. לאז זיין אזוי, ראה עניי ועמלי. מיין יודענע זאגט מיר נאכן אויספארסטן, זי האט נישט קיין כח זי גייט זיך שוין לייגן פאר עי טשעידזש, פונקט היינט...
פינעף נאך עלעף, דער קליינער נייער חבר מיינער איז א פונקטליכער, ער שרייט שוין אריין: נא ווי האלטסטע?... קומסט? כעסקל קומט שוין אויך אויך...

**
ר' נאטורלעך וויאזוי דער שפאציר איז אריבער געגאנגען לאז איך שוין פאר דיר, טייל אונז מיט... ווייל דעם אנדערן צעטל האב איך אויך פארלוירן...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/8/2005 23:31 לינק ישיר 

נישט שלעכט, כ'מיין די ביזט עס דער שכן אקייגען איבער וואס קוקט אריין אין מיין באנגעלוי טאג אין נאכט.. איא?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/8/2005 23:56 לינק ישיר 

איך ווייס נישט צי דו אין מיין צי איך אין דיין, ווייל אויף דיין טאג בוך זאגן אלע ווי אייניג אז ס'איז גענוי ביי יעדן די זעלבע...

באגב, איך שטעל מיך שוין פאר וויאזוי דיין שפאציר אויפן ראוד איז געווען, ווי דער קליינער דארט האט דיך אויסגעפרעגט וויאזוי דו האסט געפאסט? וויאזוי זיין ווייב'ס קעיק איז געווען? א.א.וו.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/8/2005 05:53 לינק ישיר 

נאטורליך, וויפיל אזעלכע מענטשעלעך איך וועל ארויפלייגן פאר דיין היינטיגע באשרייבונג וועט נישט זיין גענוג, טא נאדיר איינס וואס איז כולל א גאנץ מנין

דו ווייסט אפילו נישט ווי גוט דו שרייבסט (און אפשר ווייסטו יא), מענטשן קומען צו מיר רעכטס און לינקס און הערן נישט אויף צו בארימען דעם נאטורליכן טאגבוך!!! (פארוואס קומען זיי צו מיר? ווילן זיי מיר טרעטן אויף די הינער אויג, לאמור-אזוי צו זאגן, נאטורליך שרייבט בעסער ווי דיר?).

איך וואלט זיך ערלויבט צו בעטן פון די מעמבער'ס דא צו לינקען דעם אשכול ביי אנדערע היימישע פורומים, פשוט אלס "אל תמנע טוב מבעליו", אנדערע מעגן און וועלן זיכער הנאה האבן!

יישר כח למפרע



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/8/2005 12:51 לינק ישיר 

נאר צוויי זאכען קלאר מאכן אויף די היינטיגע פארזעצונג:

1) האסטו נישט געוואלט שרייבן די גרעסערע העלפט?

2) כינע'ס פרעזידענט איז נישט קום דזשאנג איל (ער איז פון צפון קארעא). דזשיאנג זעמין איז געווען דער פרעזידענט, אבער כ'מיין אז היינט איז שוין דא א צווייטער.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/8/2005 16:09 לינק ישיר 

די וואס זענען נאך אין אמט האבען אפגעזאגט די איינלאדענונג צוליב סעקיורעטי אישא'ס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/8/2005 18:18 לינק ישיר 

צוויי קלייניגקייטן (אזוי ווי אייביג):

1) היינט אין גראסערי זעה איך א יונגערמאן אין די רייע, א אנגעפילט קערבל אין די האנט, איך כאפ א בליק אריין (מעג מען דען נישט?) זעה איך אזוי: א פעקל פאום קאפס, פלעסטיג קאפס, ראגעלעך, לעפלעך, קיפעלעך, גאפלעך, שמאלע טעלער'ס, ברייטע טעלער'ס, פעמפער'ס, און א סענדוויטש.

כ'האב אים נאר געוואלט פרעגן אויב ער איז נאטורליך...

2) א יונגערמאן וואס דאווענט אויף מיין טישל אין ס'מעדריש רעדט זיך מיר אפ אז ער האט ארויסגעפרינט די גאנצע טאגבוך, געוויזן פאר זיין ווייב, ער וויל אז זי זאל עס פארליינען פאר די פרויען ביי די מוצאי שבת נחמו פאדי (פארטי אין אידיש). אבער ער מיינט אז ער ברויך פריער ארויסנעמען געציילטע ציילן (שורות) פון דארטן...

וואס זאגט איר?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/8/2005 18:26 לינק ישיר 

קרעמער אויב ווילסטו וויסן אויב מען מעג קוקן אין יענעמס שאפינג וועגעלע הער דעס אויס
http://www.channel955.com/mojo_grocery_shopping.html



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/8/2005 18:59 לינק ישיר 

באקומען אין תיבה אישית פון איינעם (הרוצה בעילום שמו?), תשואת חן חן לו.

I dont see any parts that are not good in the country diary, can you tell me what paragraphs pepole complained about

maybe that he came out on tuesday, to surprise her, and every one was on his porch

or when he writes that he came late thursday night and his wige was tired, and a half smile

btw krammer you should get credit for this diary because you are the one who encourage and created a good envirment of creative writing and you raised the bar on jewish writings

keep it up

מיין ענטפער:

איך האב נישט געהערט קיין ספעציפישע פאראגראפן וואס האט נישט געפאלן פאר יענע אדער אנדערע. GO FIGURE



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-24/8/2005 01:56 לינק ישיר 

שיער נישט פארגעסן צו באדאנקן נאטורליך פאר די לעצטע אפדעיט... איך האב עס געליינט ווען איך האב נאך געהאט פארקלעפטע אויגן פון מיין זעכצען שעה'יגע נאכט שלאף (ווער עס געדענקט נישט: איך האב נישט גוט געפילט...) האב איך נישט געדענקט צוריקצושרייבן א קאמפלימענט!

אבער די קשיא ווערט שווער אויף אייך אלע - ליינער און שרייבער צוגלייך - פארוואס שפארט איר לויב ווערטער אויף 'נאטורליך'? האט איר אייך שוין ווי צוגעוואוינט אז יעדן צווייטן טאג קענט איר הנאה האבן פון זיינע הערליכע באשרייבונגען און גארנישט... איר דארפט גארנישט טאן דערצו? איר מיינט אודאי אז ער ארבעט אויף לופט? אויף וואסער? אויף גאזאלין? יעדער מענטש קען נוצען א קלאפ אין רוקען: GOOD JOB!!!

אגב, איך הייב שוין אן ציטערן וואס וועט זיין נאכן זוממער, ווען נאטורליך וועט זיין צוריק מיט אונז דא אין שטאט, פון וואנעט וועלן מיר נעמען די ביסל הומאר זיך צו דערהייטערן אין די אנגעצויגענע מאמענטן???

נאטורליך; כ'מיין אז איך רעד אין נאמען פונעם גאנצן עולם: שרייב א גאנץ יעריגע טאגבוך!!!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-24/8/2005 02:05 לינק ישיר 

קאמפלימענט??????.......

איך ווייס נישט אויב עס איז א קאמפלימענט אדער קריטיק, אבער איך קען דיר איין זאך פארציילן נאטורליך, אז מיין קאמפיוטער סקרין אין אפיס איז נאך אלץ פארשמירט מיט טונא וועלכע איז ארויסגעפלויגן מיט פאוער פון מיין מויל ווען איך האב אויסגעבומט אין א געלעכטער היינט צופרי ליינענדיג דיין טאגבוך אינמיטן קייען מיין סענדוויטש....., אפשר קען דיין ווייב אריבערשיקן די גויטע פון די קאנטרי, די באנגעלוי? סעט שוין גוט זיין....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/8/2005 02:08 לינק ישיר 

זעהסטו - יענטאאש - האסט זיך נאכנישט אויסגעלערנט וויאזוי מען ליינט דעם טאגבוך...

צוערשט רייניגט מען אויס די מויל, מען שלונגט אראפ אלע איבריגע שפייעכץ, דאן לייגט מען דעם פאסיק אויפן לעצטן לאך (און אויב איז עס שוין דארט פון פריער, מאכט מען אים אינגאנצן אויף).

מען נעמט אוועק אלע פליסיגקייטן וואס ליגן ארום אין די ד' אמות (זיי זאלן זיך נישט בטעות אומקערן).

או אז; הערשט דאן קען מען זיך נעמען ליינען דעם געשמאקסטן טאגבוך אויף די וועלט!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > איך בלייב אין שטאט פאר מיין מאן!!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 לדף הבא סך הכל 6 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.