|
|
| נשלח ב-24/8/2005 02:11 |
|
| |
פיין און גוט און וואויל, אזוי זאגס'טו'.... מיין באסס לאזט אבער נישט זיך דרייען אויף די אינטערנעט נאר אין די ליידיגע צייט ווצב"ש ביי פרישטאג. זייט נאטורליך האט אנגעהויבן שרייבן עס איך מיט צוויי סענדוויטשעס מער....., איך ווער שוין באלד ווי דער דיקליכער שכן......
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2005 02:14 |
|
| |
טערסאנט, ווייל 'איך' האב אנגעהויבן עסן ווייניגער זייט דעמאלטס... איך האב געכאפט דעם פליק ווען ער האט מיר באשריבן דארט ביי די סווימינג פול...
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2005 02:43 |
|
| |
נאטורלעך
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2005 03:07 |
|
| |
א דאנק אייך, מיינע ליבע פריינד, זייט נישט געזארגט אויף די קאמפלימענטען, עס האט נאך קיינמאל נישט געשפעטיגט צו קומען.
פאר יעדע דזשאכע אינדערהיים פאר'ן ארויס געבען סודות, באקום איך דערקעגען אין רוקען 5 ווארימע קלאפעס אין תיבה אישית אדער דשי-מעיל.
נישט דאגה'ן פאר נאך די קאנטרי, איר וועט זיך באלעקען מיט די קרישקעלעך ווי דער עולם לויפט כאפען אייסעס ביי די חתונות נאך די סעודה.
איך וועל אייך בלי"נ לאזען מיטהאלטען מיינע בין הזמנים ומועדים הבאים לקראתינו לשלום, עס זאל פאריבער גיין די הייליגע טעג מיט שמחה. און נאר בשמחה האט רבי נחמן געלערענט.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2005 07:27 |
|
| |
7:00 'פארטאגס' ערב יו"כ תשס"ו....
האסט נאך עפעס א כפרה פאר מיר יוצא צו זיין?
.. וואס יעצט נאך זיבענע א כפרה?! ביסט אויפן קאפ געפאלן? זעקס אזייגער נאך פאר זעקסע האב איך שוין נישט געהאט קיין איין טשיקן!
געמיר עפעס וואס האסטו נאך דארטן? עפעס רירט זיך דארט..!
ניין דאס איז א קראנקע. נעם א געשלאגענע ס'יז שוין used אבער כאפ אריין פאר מ'שחט עס אוועק. ..
בלית ברירה יוצא צו זיין די מצוה... מוז איך מיך באנוצן מיט א געשלאגענע . נא נאטורליך...
מען נעמט אוועק אלע פליסיגקייטן וואס ליגן ארום אין די ד' אמות (זיי זאלן זיך נישט בטעות אומקערן).
או אז; הערשט דאן קען מען זיך נעמען ליינען דעם געשמאקסטן טאגבוך אויף די וועלט!
גארנישט קיין וויץ... אזוי האב איך אויסגעקוקט פארגאנגענעם ערב יו"כ....
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2005 13:51 |
|
| |
נחמתני נאטורליך בני נחמתני, יעצט בין איך שוין רואיג... אז איך ווייס אז איר וועט אונז נישט פארלאזן, און מיטטיילן מיט אונז הימים הבאים לקראתינו לשלום!
אגב, מאך טאקע אן אשכול וואו דו טיילסט מיט מיט אונז קאמפלימענטארן פון דיין רוקן אדער תיבה אישית אדער דזשי-מעיל... למה נגרע? מיר ווילן זעהן וואס די וועלט זאגט דערצו...
אויך קענסטו אריינלייגן דארט די דזשאכעס וואס דו באקומסט אין שטוב... זאל כאטש דער עולם זעהן וויפיל מסירת נפש דו האסט און וויפיל דו ביסט מסכים אדורכצוגיין אבי "להחיות בהם נפש כל חי", אידעלעך זאלן זיך מחיה זיין מיט עטוואס אויפגעהייטערטס, קילע ווינטלעך אין די שטיקיגע גלות טעג.
==
געשמאקער; איך מיין מיר האבן זיך געטראפן ערב יום כיפור... א גאנץ יאר פראקטיציר איך אויפצושטיין פרי (קענסט נאכלויפן מיינע תגובות וועסטו זעהן אז היינט בין איך שוין אויפגעווען קוואדער צו זעקס בערך) בכדי נישט צו פארשפעטיגן די כפרות... עס איז בזיונות ממש!
|
|
|
|
| נשלח ב-26/8/2005 05:25 |
|
| |
טאליבאנער שרייבט:
נאטורליך שרייבט
היינט האלט עס ביי א בלויע געבלימטע בעקיטשע, א גרויסען פעלץ מיט ווייסע הויזען טרעגער אפילו אינדערוואכן.
איך האב געהערט אמאל א גיט ווארט פארוואס די רבנים גייען מיט אן עטרה אויפן ריקען איינער וויס געדענקט זאל ביטע פאסטען.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/8/2005 06:43 |
|
| |
למיטב זכרוני האט יארמער רב געזאגט אמאל
די רעבעס גייען א מיטל אטורע ווייל זיי ווייסן נישט וואו זייער קאפ איז....
|
|
|
|
|
| נשלח ב-26/8/2005 16:52 |
|
| |
לאמיר שרייבן שנעל, איך באנוץ זיך דא מיט וויי-פיי (שא.........................................) און ס'קען זיך אפהאקן יעדע סעקונדע.
נאטורליך: א גריס פון דיין טאגבוך!
איך קען נישט יעצט מאריך זיין, אי"ה נאך שבת וועל איך דיר געבן א אינטערסאנטע באריכט דערוועגן.
גוט שבת, קרעמער
|
|
|
|
| נשלח ב-26/8/2005 17:10 |
|
| |
איך זעה אז דער קאנעקשען איז גאנץ גוט (באלד קומט מען מיר ארעסטירן אזוי ווי יענעם, קוק נאך אינעם אשכול: נוץ נישט מיין אינטערנעט סיגנאל), לאמיר מאריך זיין:
היינט אינדערפרי אין שוהל (די עכטע) קומט א יונגערמאן צו מיר מיט א פעקל צוזאמגע'סטעיפל'טע פאפירן, ער זאגט מיר: ליין דאס, וועסט הנאה האבן!
איך כאפ א בליק אויף די ערשטע שורות, איך זעה באקאנטע ווערטער: דריי קינדערלעך בלַא בלַא בלַא.. רוף איך זיך אן צו אים מיט ביטול: עהההה דאס........ איך האב דאס שוין לאנג געליינט.
איך כאפ א בליק צום לעצטן בלעטל, איך זעה עס ענדיגט זיך מיט סקאנק, רוים איך אים אריין אין אויער: עס האט שוין נאך פארזעצונגען.
עטליכע מינוט שפעטער געב איך א פרעג דעם אינגערמאן: זאג נאר, דו האסט עס דורכגעליינט אינגאנצן? יא! זאגט ער מיר, פרעג איך אים ווידער: וואס זאגסטו דערצו? זאגט ער מיר: עס איז אינטערסאנט, מען קען לאכן דערביי, און ער שרייבט אמת'ע זאכען.
פרעג איך אים מיין אלטע שאלה וואס איך פרעג שוין עטליכע וואכן: איז דא דארט עפעס וואס איז נישט אויסגעהאלטן?
איר וועט נישט גלייבן וואס ער האט מיר געענטפערט: ניין!
דאן הייבט ער אן קווענקעלן: איך ווייס? אפשר דאס אז יענעם'ס ווייב האט געפרעגט די מעקלערין אויב זי האט דיווידי'ס... אפשר דאס אז ער ווייסט וועלכע פארב טורבאן יעדע פרוי גייט... אפשר אז ער האט געגעסן אן אייזקרעים אויפן פארטש?
מער האב איך נישט געדארפט הערן... אויב דאס איז די גרעסטע "סחורה" פונעם גאנצן טאגבוך, שטייען מיר גוט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/8/2005 05:15 |
|
| |
נאטורליך;
אויב ביז יעצט גיט, דאן היינט גאר גיט.
אויב ביז יעצט צו לאכן, דאן היינט צו שמייכלען און צו לאכן.
אויב ביז יעצט צו שפייען טונא סענדוויטשעס, דאן היינט וויל איך נישט זאגן וואס.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2005 05:00 |
|
| |
נאטורליך, איך וועל זיך נישט באגעניגן מיט די קליינע פראש-אויסקוקנדע מענטשעלעך וואס יעדער ווארפט דיך צו, איך וועל אויסשרייען קלאר און הויעך:
'נאטורליך יור דע מען'!!!!!!!!!!!!!!!....
און אבער נאך ווי 'דע מען'.....
תוקן על ידי - יענטאאש - 31/08/2005 5:03:45
|
|
|
|
|