| נשלח ב-29/6/2005 07:28 |
|
| |
poems חרוזים פאועמ'ס
עס וואלט געווען אינטערסאנט צו מאכן דא אן אפטיילונג פאר חרוזים – פאומ'ס – און שיינע זאכען וואס איר האט אליין צוזאמגעשטעלט.
איך הייב דא אן מיט א סעמפל:
[די צוויי פאומ'ס האב איך מיר פארשריבן מיט יארן צוריק, יעדע איינע איז פארבונדן מיט א מעשה שהיה, ליינט און האט הנאה, און לייגט דא ארויף אייערע סחורה]:
גריסן
א גריס – לעבן אדער טויט,
ווענדט זיך מער אין דעם מוט.
א שאקל דעם קאפ – שאקעלט א וועלט,
שאקל און שאקל, ס'קאסט נישט קיין געלט.
די פונדאמענט פון פרידען – א וואקעלדיגער איז,
א בויג דעם קאפ, א ווארף די האנט, מ'מוז מ'מוז.
לאמיר זיך אין דעם הינזיכט פארנעמען,
אויב נישט, מיט איבערבעטן זיין פארנומען.
די קאפ א נויג,
די האנט א בויג,
א ווינק די אויג,
ס'טויג ס'טויג.
*
בריוו
מיטן געבויגענעם רוקען גייט זיך דער אלטער,
און אונטערן רוקען א פעקל בריוון האלט ער.
ער איילט זיך נישט דאס איבערצוקוקען,
נאר זיין פאנטאזיע צופירט אים איבער אלטע בריקען.
א אומשאצבארע אוצר האלט ער אין האנט,
איינער פון זיינע באקאנטע האט זיך אין אים דערמאנט.
ער דרוקט די קאנווערטן נאנט צום הארץ,
ער נעמט זיך עס עפענען עס ווערט אים שווארץ.
פונעם פלייש געשעפט א רעכענונג,
צו א סיום משניות א איינלאדענונג.
גארנישט אים מיינט,
ער וויינט, ער וויינט.
אביסל פרייד נישט באשערט,
זעהט אויס ער איז עס נישט ווערט.
היינט איז נישט געווען דער טאג,
פילייכט מארגן, גיט ער א זאג.
*
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2005 20:53 |
|
| |
פײן, זײער פײן.
Talking about mail, I don't remember the last time opening a letter excited me. Once upon a time, people used to write letters, now its only bills, tickets, past-due notices, shnoor brievlech and chasuneh brivlech. (Whether getting a chasuneh brievel is a good briev or not is a big topic in and of itself). I miss those days when I used to run to the mail box with excitement. Even Le'Shuneh Toiveh cards are a thing of the past.
Anyway reb Hutkh, keep the poems coming.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2005 22:16 |
|
| |
יונגאטש, היינט צוטאגס פרייסטו זיך ווען דו עפענסט דיין אימעיל אקאונט, אבער עס וועט נאך קומען א צייט וואס דארטן וועלן אויך אנקומען נאר שנאר בריוולעך...
וואס טוט זיך מיט דיינע פאומ'ס?
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2005 22:18 |
|
| |
יונגאטש:
היינט צוטאג פרייסטו זיך לכאורה ביים עפענען דעם אימעיל אקאונט, אבער כאפ אריין, ווייל בקרוב בימינו וועלן דארט אויך אנקומען נאר שנאר בריוולעך מיט אנדערע שטותים...
אגב, וואס טוט זיך מיט דיינע פאומ'ס?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/7/2005 19:59 |
|
| |
פאלגענד איז א נארישע פאום וואס איך האב געשריבן ווען איך האב געקויפט פאר איינעם א מתנה, נישט מער און נישט ווייניגער, נאר א דאקטוירישע וואגשאהל:
ווער בין איך?
אן ארויסרעדן א ווארט אדער ארויסלאזן א מאג,
קען איך צושטערן דעם פרייליכסטן טאג,
דאס פרייד קען פארוואנדעלט ווערן צו א קלאג,
ווען מען זעהט נישט די פירות פונעם גרויסן פלאג,
דאס בין איך: דער דאקטער וואג!
ווילסטו קענען אויף מיר שטיין,
און זעהן די נומערן אראפגיין,
די רעקל זאל נישט ענג זיין,
די קנעפלעך זאלן זיך האלטן שיין,
נעם זיך אין די הענט אריין,
דעם דאקטער'ס פארשריפטן האלט איין,
דאן וועלן מיינע נומערן ווערן קליין,
און די בלוט-דרוק וועט זיין פיין,
געדענק! עס איז נאר דיין טובה אליין!
|
|
|
|
| נשלח ב-1/7/2005 23:31 |
|
| |
כ
|
|
|
|
| נשלח ב-1/7/2005 23:49 |
|
| |
שלום עליכם !!!
אלץ אן אלטער ליינער (בעסער געזאגט בליקער) האב איך זייער
הנאה פין דעם פורום בכלל אין בפרט דעם נושא פין פאמס הארציגע ווארימע מיינע פרזענליכע איבערלעבנישן גיטע אין פארקערט האב איך א געוואלד אפאר ביכלעך וואס איך האב אפגעשריבן אין מיינע בחרישע יארן
אין די זומער וואכן ווען אין
ביזנעס וועט זיין אביסל שטילער וועל איך אביסל אריינפאסטן
|
|
|
|
| נשלח ב-6/7/2005 03:29 |
|
| |
ארויס נעמען"דיג מיין פאלדער וואס ליגט אזוי אריין געקוועטשט
אין די אינטירשטע שעלף פין מיין ספרים שאנק ווען פין איין
זייט ליגט אן אלט ציריסענע פאלדער וואס האט שוין געזען בעסערע צייטן אין דארט ליגן מיינע חידושים נאך פין ישיבה
אין פין די אנדערע זייט ליגט א..אהה.. מ,וועט נאך באלד כאפן
ווער איך בין...
אקעי לאמיר נישט פארקריכן
נעם איך ארויס דעם פאלדער-דיוויידער (בלע"ז???) איך נעם מיך אזוי נישטערן ווען אויפן פנים איז אויסגעצויגן א לייכטע שמייכל איך דערמאן מיר פין די גיטע צייטן... אין ישיבה
...אזוי קוקנדיג שמייכלט מיר איין צעטיל אריין.. אבער איך איגנאר אים פשוט .יסגייט נישט אדארך קיין מינוט אודך דאס
צעטעלע בעט זיך מיט בעטנדיגע אויגן קוק מיך אן דאס הארץ
איז מיר שוין ציגאנגען. נו איך שלעפ ארויס דעם צעטיל ווען פינעף אנדערע כאפען זיך מיט.מיט דעם גליקליכען פאפיר אין
ציפליען זיך אין אלע עקן איך הייב מיך אויף גראד זיך אויס די ביינער זעטץ זיך (ליין פאל) אריין אינעם סאפע אין איך
הייב אן צי ליינען איך רייב מיר די שטערן מיין זכרון קעמר"ל אין מח הייבט אן צי שוויצן ס"שווימן ארויף אלטע
זכרונות (נישט אזוי אלט ס"ה אפאר יאר...) איך באשליס יא
מיט דעם וועל איך אנפאנגן ... איך מאך שנעל דעם וועג צים קאפי מאשין (שריים) פין מיין אלטע אפיס דאס מאשין נעמט זיך גרעבצן ענדליך נאך לאנגע 60
סקונדעס האט עס אויסגעשפיגן דעם קאפי.איך קננייטש אים איין אין זעקס איך שטיף עם אריין טיף אין קעשענע טראכטנדיג מארגן וועט מען אריין פאסטן די מעטעמים אז מוועט זיך באלעקן
אקעי איך זע סהאט זיך מיר פארשלעפט לענגער ווי געפלאנט
פארגעס נישט איך דארף נאך צוריק פאקען אלע צעטלעך אין כלים
מ"כלים שונים... וואס האט זיך נעכטן מיטגעשלעפט
וועל איך דא מסיים זיין
המשך יבוא
בעזרת השם
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/7/2005 05:20 |
|
| |
הוד והוד (ביסטו א גלגול פון הוד שבהוד?):
דיינע הכנות נעמען לענגער ווי די מצוה אליין... לייג שוין ארויף דיינע צעטלעך דא, איך קאן נישט ווארטן אזוי לאנג...
|
|
|
|
| נשלח ב-7/7/2005 00:38 |
|
| |
איר זענט יעצט אויף הייד פארק יא? אט איז א פאועם וואס איך האב פארפאסט לכבוד דעם אופגעכאפטן זייטל.
"הייד פארק"
'הייד פארק', דער נאמען איז שוין היינט ברייט פארשפרייט,
ווי כלל ישראל וועלכע איז אויף אלע זייטן וועלט צעשפרייט און צעזייט,
טוט אויף איר א גאנצן טאג שטראמען מען קומט און מען גייט,
אין די פורמ'ס מען כאפט א בליק אין די ליידיגע צייט,
אין אמת'ן איז דער פלאץ גאר א וועפיגער,
ארבעטסלאזע לייט טוען זיך אין איר רייסן איבער אהרן זאלי בנציון און אונגער,
שייגעץ רשע אכזר גנב מסור טוט איינער אויפן צווייטן שרייען,
אמת'ע און נישט געשטויגענע לשון הרע'ס טוט מען כסדר איבערקייען,
יעדער פאר זיך איז גערעכט און דער צווייטער פשוט'ע ליגנט ער זאגט דאך,
ער זאגט דאך אנדערש ווי איך 'וויאזוי גלייבסטו אים נאך?',
יענעמס רבי איז אן אויסווארף נישטא אפילו וואס צו דעבאטירן,
איי די חסידים וואס ער האט? דו זענען סתם שטירן,
יענער איז א פראסטער פאפער היינט זאגט ער אנדערש ווי נעכטן,
ער טוט היינט פארדארבן וואס ער האט נעכטן געטון פאררעכטן,
און דאס וואס איך טו די זעלבע דאס איז קיין פראבלעם נישט עכט,
וויל איך האלט דאך פון 'מיין' רבי איך בין דאך אייביג גערעכט,
אין אנדערע פורם'ס טוט מען פון סעקס שמועסן,
און פון נאקעטע בילדער טוט מען געניסן,
נארישע וויצן און איבעלדיגע מאסעס אנע איטערעסאנטקייט א טראפ,
זענען דא אויף די פורם'ס צו ליינען ביז איבערן קאפ,
איין פלאץ איז פארבליבן פון ווי מען קען געניסן,
מען קען באהבה ואחוה ב'טעמ'טערהייט שמועסן,
אז איר ווילט לאכן און שמייכלען און זיך ענדזשויען,
'היימישע שטותים' קענט איר געטרויען,
הוטקע, יענטאאש, בןגאלד, און בן בלי שם,
איך ווייס נישט וויאזוי איר קענט לעבן אן דעם,
א זייטל א געשמאקער פיל מיט טעם,
וועלכע איז אין 'הייד פארק' באמת אן אויסנאם.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/7/2005 05:28 |
|
| |
יענטאאש, מי יבא אחרי המלך, ווער בין איך דיר צו קאמפלימענטירן אויף דיין זעלטן געראטענעם שיין צוזאמגעשטעלטן חרוז, וועלכער איז אויסגעהאלטן מיט אלע כללים, גראמאטיק און פאועטיש, און אפילו אויסגעהאלטן לויט די חוקי הפורום, עכ"פ ביז דער מנהל קומט צוריק, און איך גלייב שווער אז ער וועט זיך איינרייסן מיט דיר, ווייל אויב יא וועט ער ברויכן זוכן א פערטן מנהל משנה אין א קורצע תקופה פון עטליכע מאנאטן. איך וויל נאר וויסן מיט וועלכן ניגון מען זינגט דאס, איך וואלט פארגעשלאגן אז לכבוד יאמאמיי וועלכער האט געמאכט דעם געוואגטן נחשון בן עמינדב שריט און געקומען שרייבן דא מיט זיין חדשות אנ"ש נאמען, זאלן מיר פרובירן זינגען דיין חרוז מיט דעם ניגון הידוע פון יאמאמיי יאמאמיי יאמאמיימיימיימיימיי, זינגט אלע צוזאמען.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-8/7/2005 05:58 |
|
| |
מוצא שפתי אשמור!!!
אויף די פרזענליכע בקשה פין כ"ק אדמו"ר(מהוטקע) שליט"א
האב איך דוחק געווען את הקץ.....
מיט די ערשטע האלב(פארזעצינג...) בריוו.
געשריבן ביים געבן א מתנה פאר מיין געשווירענע חבר
ביי זיין בורסדעי.
אור ליום ....לסדר...תש...
......................................................
משה חיים א מתנה איך שענק דיר צי
לכבוד פירום הגורל הוא הפיר
ווילאנג איך האלט נאכנישט ביי עד דלא ידע
וועל איך דיר זאגן א שטיקל הגדה
אין דעם חודש אדר ביזטו געבוירן
ביי דריי יאר אלט אין דעם חודש געשוירן
בר מצוה געווארן ביזטו נאכדעם א טאג
ברוך שפטרנו האט דיין טאטע געגעבן א זאג
דער קדושת לוי ברענגט אז אין פירום אין דעם חודש
קען מען זיך אויסבעטן אלץ וואס אשר לנו קודש
ווייל מיט שמחה "מיט א שמייכל" קען מען אויפטון גאר אסאך
ובפרט יום כיפורים וואס איז מוכשר לכך
מקען בעטן פאר זיך אין פאר א נאנטן א תפילה
המתפלל בעד חבירו... היא נענה תחלה
איז בעט דיר אויס א זווג הגון
ביי דיר אין שטוב זאל אלץ ליכטיג זיין סזאל טאגן
בעט דיך אויס אויף דיין ריכטיגע לעבן פאר דיין עתיד
שטענדיג זאלסטו זיין קשה לכעוס ונח לרצות חסיד
אליין מתפלל זיין מיט א אייגענע פעולה
זאגט מען נאך פין צדיקים איז די גרעסטע סגולה
אויסזאגען גאנץ תהילים בעצם יום הפורים אזוי
מי ימלל גבורות ה" ישמיע כל תהלתו
ווער רעדט נאך ווען סקומט מיט א קרעכץ פין הארצן טיפן
קען אויפטון דאס גאנץ לעבן מאכן א זיסן
מיט הייסע טרערן קען מען זיך אויסבעטן אלצדינג ממש
ווי דוד המלך זאגט א-ל דמעתי א-ל תחרוש
.....................................................
עד כאן חצי ה...בריוו
(פארזעצונג קומט)
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-8/7/2005 06:06 |
|
| |
הוד והוד:
יישר כח פארן מקיים זיין מוצא שפתיך. און יישר כח פאר די געלונגענע פאום (עכ"פ די ערשטע האלב דערפון איז זייער שיין, לאמיר זעהן וואס טוט זיך מיט די צווייטע האלב)!
מעג איך דיר אויסבעסערן אביסל "ספעלינג"?
"פורים" נישט "פירום"
"פור" נישט "פיר"
ועוד ועוד,
אבער ווילאנג דאס גראם טוט שטימען
מעג דער הוטקע שטיין און ברימען
ער מוז נישט צו אלעס צושטימען
לאמיר אים מיט די נאז קרימען
|
|
|
|
| נשלח ב-8/7/2005 06:16 |
|
| |
יישר כח כאמה"ש פארן מיך אויסבעסרן
פורום איז נישט מעלה אין נישט מוריד (גיט געספעלט...)
פור האסטו מיר יעטץ דערמאנט מיי מיסטעק
|
|
|
|
| נשלח ב-8/7/2005 06:21 |
|
| |
וואס מיינט כאמה"ש?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/7/2005 06:30 |
|
| |
כ"ק אדמו"ר מהוטקע שליט"א
נישט קיצור דברי יואל...
|
|
|
|
|