|
|
| נשלח ב-8/7/2005 07:29 |
|
| |
איך ווארט נאך צו הערן ווער עס האט מיר געקרוינט אלס רבי, און וויאזוי די הכתרה איז צוגעגאנגען... הגם עס שמעקט מיר זייער דעם טיטל, אבער אודה ולא אבוש אז איך האב נישט קיין הוראה (און אפשר טאקע דערפאר בין איך דאס מערסטע געאייגנט צו זיין אן אדמו"ר...). יצאתי בזה ידי חובת מחאה, כמבואר בגמ' שאם חושדין אותו בדבר שאין בו שצריך להודיע, ואם מכבדין אותו שיודע שתי מסכתות ואינו יודע אלא אחת צריך להודיע.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2005 19:35 |
|
| |
ארויפגעברענגט לכבוד "נאטורליך".
ליינט און האט הנאה, לייגט צו אייערע סחורה.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2005 07:02 |
|
| |
אויפן באס
זיצן ענג אונטער איין דאך
מענטשן פארשידנארטיג; דעות אסאך
איינער אין די קליינע גמרא איינגעטונקען
דער צווייטער אין א שלאף איינגעזינקען
דאס קעפל ווארפט זיך אים אהין און אהער
ביים דריטן דרייט זיך די צינג; רעדט אן אויפהער
איטליכער פארנומען מיט זיין באשעפטיגונג
א סידור, תהלים, להבדיל א צייטונג
אויסער איך; גארנישט מיטגענומען
מיט 'מחשבה' בין איך פארנומען
קלער איבער דאס אלטע, פלאניר אויף ווייטער
וואו האלט מען אויפן לעבנס לייטער
די פאנאראמע הערליך שיין, וועלדלעך ארום
די וואונדערליכע ווערק פון באשעפער אומעטום
פארשידענע מאדנע פירונגען; כ'מוז געבן א לאך
איינער פון די רייזענדע זאגט דינסטאג פ' וישלח
דער אנדערער האט א פרומע משוגעת
גיסט זיך נעגל וואסער; די גאנצע באס ווערט נאס
פארשידנארטיגע פנימ'ער און געדאנקן גענג
כשם שאין פרצופיהן שוות, כך אין דיעותיהן; געדענק!
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2005 07:03 |
|
| |
נאטורליך; וואו זענען דיינע פאומ'ס?
יונגאטש; כ'מיין אז דו האסט אויך עפעס ערווענט אמאל פון אייגענע פאומ'ס, וואו זענען זיי?
בין איך דער איינציגער 'שעיקספיער' אויפן פלאנעט?
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2005 09:00 |
|
| |
קרעמער; עס קוקט אויס ווי דעם פאועם האסטו פאבריצירט ווען דו ביזט געזיצן און פאטאגריפירט די פייגעלעך,
אידער וועי א שכח פאר די הארציגע שורות
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2005 16:46 |
|
| |
בן;
פיר טעותים טעה בן הרחמן באותה שעה...
1. די פייגלעך האב איך פאטאגראפירט שטייענדיג, נישט זיצענדיג.
2. איך קען נישט שרייבן בשעת איך האלט א קעמרע און פרוביר זיך קאנצעטרירן אויף פייגלעך.
3. האסט פארזעהן דעם קעפל "אויפן באס".
4. עס האט גארנישט מיט הארץ צוטאן.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2005 20:49 |
|
| |
קרעמער איך זעה דו האסט דיך גענומען היינט אויף מיינע ביינער,
ביי די וועי ביי טעות נומער דריי האסטו אויך עפעס פארזעהן ווייל איך האב נישט געשריבן אז דו האסט 'געשריבן' דעם פאועם בשעת'ן פאטאגריפירן, איך האב געשריבן אז דו האסט עס דעמאלס 'פאבריצירט' דאס מיינט אינעם מוח, וואס דאס האב געמיינט אז דו קענסט יא מיט דיין שארפן מוח
|
|
|
|
| נשלח ב-14/9/2005 02:34 |
|
| |
רעד ווייניגער. שרייב מער פאום'ס...
|
|
|
|
|