יענטאאש ווערט איינשטימיג אויפגענומען....
בשורה טובה תדשן עצם!!!!!!!!!!!
היינט פארמיטאג - פונקט אינמיטן די גרויסע הכנות און די שאכטלעך וואס ווארטן אנגעפולט צו ווערן מיט די קאנטרי געצייג - איז אנגעקומען די בשורה טובה צום צענטראלן אפיס פון קהל היימישע שטותים, אז אונזער וואויל באקאנטער ר' יענטאאש נ"י איז נעתר געווארן לבקשתינו, און נאך צענדליגער הפצרות פון די טובי הקהילה בכלל מיטן מרא דאתרא בפרט, האט ער זיך געבראכן און אנגענומען די נזר "מנהל משנה", לאמיר אלע אויסשרייען בקול רם ונשא:
מזל טוב!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
יחי אדונינו מורינו ר' יענטאאש יחי!!!!!!!
ווי עס ווערט איבערגעגעבן פון קהל'ס אפיס וועט ער ווייטער שטיין צו הילף פארן חשובן ציבור כשור לעול וכחמור למשא אויפצוהייבן דעם געמיט פונעם עולם מבירא עמיקתא ומעומקא דתהום רבא ביז שמי קורה און איגרא רמא, וואס ווי עס איז שוין היינט ברייט באקאנט בכל רחבי תבל, ובכל מקום שדבר היידפארק מגיע, איז יענטאאש מקובל ומרוצה ביים פובליקום, מענטשן פאסמאקעווען זיך מיט זיינע זיסע רייד, ער איז דאך ממש מלא חריין.
זאל טאקע השי"ת העלפן, אז ער זאל זעהן אסאך נחת ביי זיך און ביי אלע יענטאאשלעך זיינע, אזש עס זאל זיך גיסען שפע ברכה והצלחה מיט רוב נחת דקדושה עד ביאת גואל צדק בב"א.
== דער עולם ווערט געבעטן אפצוגעבן ברכת מזל טוב כראוי וכנכון ==
אויך ווערט איבערגעגעבן בשם די הנהלת הקהילה, אז היות רבינו שליט"א (הגה: די גבאים שרייבן דא אויף דעם רב'ס לעדערהעד...) וועט נישט זיין בנמצא דא ווי געהעריג אין די זוממער וואכן, וועט ער איבערגעבן א טייל פונקציעס פאר די משמשים בקודש, און מיר האפן אויפצונעמען נאך איינס אדער צוויי מנהלי משנה בקרוב בימינו (אדרבה, זאגט אייער מיינונג, ווער איז פאסיג דערצו).
 |
|
|