(נאטיץ: איך האב נישט געלאזט ברענגען קיין מוזיק וועגן עין הרע....)
נשלח ב-30/6/2005 19:17
לחיים לחיים
האלט דיך נישט אזוי קליין אלע מיינע שכינים ביי די לחיים האבן געשמוסט אז די בוסט די פאסיגסטע מענטש דערפאר
ביי דע וועי איך האב בטעות געגעבן א שאקעל בן הרחמן'ס טוש פאר דעם איז אלע קאפס אראפ געפאלן
נשלח ב-30/6/2005 19:27
מזל טוב יענטאאש, איך וויל דיר נאר פרעגן עטליכע קורצע נקודות, עטליכע אלס ראש הקהל, און די אנדערע אלס מנהל משנה, דו פארמאגסט אודאי אין דיר די אלע פארשידענארטיגע טאלאנטן וואס פעלן זיך אויס פאר א מושלמ'דיגער מענטש צו קענען פירען אזא חשובע קהילה אויף אלע פראנטן, האף איך אז דו וועסט מיר שענקן די אויפמערקזאמקייט דיינע צו געפונען פאר וויכטיג מיר צו ענטפערן אויף מיינע שאלות וועלכע זענען אגב נישט פאליטיש פארבינדן, אנדערש ווי דו שטעלסט זיך פאר און האסט אלע רעכטן צו קלערן אזוי צוליב מיינע אנאליזן וואס איך האב ארויפגעשטעלט אויף דעם פורום, אבער איך בין אריינגעטאן אין פארשידענע טעמעס נישט נאר אמעריקאנע פאליטיק, פערצופאל קענסטו מיר פרעגן א דבר תורה אויף די סדרה אויך, אבער לאמיר נישט אריינגיין דערין, דער גרויסער תנא קמא רב הוטקע וועט זיך נאך באלד אויפרעגן אז א צווייטער קען עטוואס מער לערנען פון אים, הגם איך האלט אז יעצט איז די פאסיגסטע צייט זיך דורכצושמועסן ווען דער מנהל איז פארנומען מיט די גאנצע געמופעכץ זיינע צו די דרויסענדיגע בערג, אבער ווי איך וועל בקרוב שרייבן בין איך נישט פון די גליקליכע וועלכע האבן די זכיה ארויסצופארן, און דערפאר האב איך איבריגע צייט צו שרייבן, און איך האף בקרוב ארויפצולייגן דא מיינע טרויעריגע געפילן וואס באנעמען מיר אינעם היינטיגן טאג צוזעענדיג ווי דער עולם ציהט זיך צוביסלעך ארויס פון די שטאט און לאזן מיר איבער דא איינזאם אליין.
לאמיר נישט פארקריכן און צוגיין גלייך צום ענין, דו שרייבסט אין דיין איינצוג'ס רעדע אז דו ווייסט נישט פארוואס מען האט דיר אויפגענומען אלס מנהל משנה, אויב דו ווייסט באמת נישט וויל איך דיר מודיע זיין, בשם כל ישראל, אז דאס קומט זיך דיר בנאמנות צוליב דעם וואס דו האסט אויפגעלעבט דעם פורום ווען דער מנהל האט געהאלטן ביים שליסן, דער מנהל זעט אויס איז מיעד געווארן אנצופירן דעם פורום אדער האט ער געהאט אנדערע פערזענליכע סיבות דערצו, און דאן ביסטו דא אריינגעשפרינגען מיט אייפער און האסט אנגעהויבן מיט א הספד אזאנס און אזעלעכס וואס דער עולם האט באמת געלאכט, און דאס איז געווען די ערשטע לויה וואס איך האב באמת הנאה געהאט צו זיין דארט, מ'קען זאגען אז עס איז נישט געווען קיין טרוקן אויג, ווייל ווען מען לאכט קען אויך קומען טרערן פון פרייד כידוע, דאן האט דער מנהל איינגעזען אז יש דברים בגו, עס איז דא מיט וועמען צו גיין צום טיש, און האט באשלאסן ווייטער אנצוגיין מיטן פורום, קומט דאך אויס לויט דעם אז נאר אדאנק דיר האט דער פורום א קיום באקומען, נו, זאג דו אליינס, קומט זיך דיר דען נישט די בכורה.
נאך א זאך, איך וויל וויסן סתם פאר נייגעריגקייט, אפשר אלס קלוגער איד וואלסטו מיר געקענט ענטפערן, וואו איז דער אב הרחמן, וואו איז דער בן הרחמן, וואו זענען נאמענלאז און שעפעלעזיסע און בענגאלד און די אלע אנדערע געראטענע געלונגענע און טאלאנפולע שרייבער, ווילסטו מיר זאגען אז אלע זענען פארנומען מיטן ארויספארן אין די קאנטרי, ווילסט מיר טאקע זאגען אז איך בלייב דא ווירקליך אליין, ניין טוה דאס נישט פאר מיר, איך וועל דאס נישט אויסהאלטן, קענסט מיר מחזק זיין מיטן זאגען אז דו בלייבסט כאטש דא, אזוי וועל איך האבן איין ידיד מיט וועמען צו פארברענגען דא אין די הייסע זומער טעג.
וואס איך פארשטיי נאך אלץ נישט איז וויאזוי מען האט געקענט מאכן אן הכתרה אין אזא פארנומענע פאר קאנטרי סעזאן ווען דער עולם איז זייער פארנומען מיט די לעצט מינוטיגע הכנות צום פארן, האט דען דער עולם געהאט אפילו איין איבריגע מינוט זיך צו זעצן צו די טישן, אדער אפשר טאקע דאס איז די סיבה פארוואס עס זענען נישט פארגעקומען קיין לאנגע דרשות און קיין מוזיק, איך בין נישט דארט געווען, איך האב געדאווענט מיט די נעקסטע מנין, זאג מיר טאקע אויב עס זענען יא געווען אנדערע דרשות, און געב מיר א אויסצוג פון זיי, ווייל איך בין צובראכן אז איך האב פארפאסט די שיינע מסיבה שתלמידי חכמים מסובין בה, א דאנק.
האבער העפעס פארט דארפמען דאך יא זאגן.....וועל איך זאגן...
""" כל תואר לא יוכל להשיג את עומק המושג """
גיוואלדיג ! ! !
און לאמיר טאקע דיר אונווינצן טייהערער ראש הקהל אויף דיין נייע שטעלע "מנהל משנה" בברכת עד בלי די , אז מ'זאל אייך נישט אויפערן בענצן און ווינצן לעולמי עד...
שכוייח שכוייח.
נשלח ב-1/7/2005 19:03
לכבוד הכותבים החשובים;
איך וויל בעטן מען זאל אויפהערן צו רודפ'ן דעם "ממילא2", פשוט עס פאסט נישט פאר אזא קהילה נאה וחסידה אז מען זאל זיך קריגן צווישן זיך.
דאס אז ער האט א שוואכקייט צו שחורים, איז נאך נישט קיין שום היתר אים צו אויס'רודפ'ן במדה גדושה.
ער קען זיך מסתמא נישט אליינס העלפן אין דעם געביט, אזוי ווי עס שטייט אין איוב: היהפוך כושי עורו?
בכלל זאגט דאך רש"י אין פרשת בהעלותך ביי "כי אשה כושית לקח" אז עס איז גאר א מעלה צו זאגען אויף איינעם כושי, ווייל כשם שהכל מודים כו' כך כו'.
על כן, בעט איך אייך מעומק הלב, אויפהערן מיט די בייסערייען דא, אבער שוין!
ידידכם,מריחוק מקום וקירוב הלב
הוטקע
נשלח ב-1/7/2005 19:09
שוין אז דער רעבע הייסט מוז מען פאלגן כאטשיג עס איז מיר א גרויסער נסיון ווייל נעכטן ווען האב איבערגעקוקט קהל'ס ווידיאו טעיפס (וועלכע קהל האט אינסטאלירט אין פארשידענע מקומות אויפן פארלאנג פון די ועד הצניעות ד'חברה וקהילה') האב איך מיך באגעגנט מיט א שטיקל ווי מען הערט א שמועס צווישן 'ממילא2' מיטן שחור וועלכער קלינט די הוטקע שול.....
דער שמועס איז פארגעקומען לעבן די קאווע שטיבל דארט ווי עס הענגט די צעטלעך, עס איז זייער איטערעסאנט דער שמועס אבער אז דער רעבע הייסט ניין איז ניין.....
נשלח ב-17/7/2005 08:04
א גוטע וואך און מזל טוב.
צוליב די ליידיגקייט און אנגעזעצטקייט וואס הערשט ביי כלל ישראל בכלל און ביי אונז אויפן פורום בפרט, האב איך געשפירט פאר נויטיג אויפצונעמען נאך א מנהל משנה, און דאס איז נישט קיין אנדערער ווי אונזער ידיד ר' בן הרחמן, וועלכער איז איינשטימיג אויסגעקליבן געווארן ארויסצוהעלפן מיט די שווערע ארבעט פון אנפירן דעם אינטערסאנטסן פורום אויף גאנץ היידפארק (איינער איז נישט מסכים???) וואו מען פארברענגט אזוי ברודערליך און מען ווארפט נישט קיין זאמד אין די אויגן איינער אויפן צווייטן.
זאל ער טאקע מצליח זיין בכל אשר יפנה, און צוזאמען מיט דעם ראש הקהל און מנהל משנה א' הרב ר' יענטאאש זאלן מיר קענען צושטעלן היימישע און פרישע און געשמאקע שטאף פארן חשוב'ן עולם, עד ביאת גואל צדק במהרה בימינו אמן.
^^
היות אז לפי די געזעצן פון היידפארק קען א פורום האבן דריי מנהלי משנה, וויל איך הערן אייער מיינונג:
ווער זאל זיין דער דריטער און לעצטער מנהל משנה???
שיקט אריין אייער אפליקאציע דא אויפן אשכול (אדער אין תיבה אישית) און אי"ה סוף וואך וועלן פארקומען די וואלן.
איך נעם די געלעגנהייט צן באגריסן מיין טייערן ידיד הרה"ח ר' 'בןהרחמן' שליט"א דער נייער 'מנהל משנה עלעקט', מיט א הארציגן מזל טוב פאר די עלי-ה לגדולה זיינע, זאל דער אייבערשטער אים העלפן ער זאל זיך גרינגערהייט קענען אויסמישן דא ביי אונז אינעם 'טשולענט' טאפ, ער זאל קענען אויפטוען גדולות ונצורות להרמות קרן 'היימישע שטותים' ולהאדירה.
באזונדער וויל איך איבערגעבן א הארציגן מזל טוב פון טיפן הארצן מריחוק מקום ומקירוב הלב פאר זיין חשובן טאטן הרה"ח הישיש ר' 'אב הרחמן' וועלכער ווי עס קוקט אויס איז ליידער נישט אומבעסטן געזונט און קען נישט קומען אין שול יעדן טאג, זאל דער אייבירשטער העלפן ער זאל זען אסאך נחת פון זיין בן'אק און פון אלע קינדער ביז משיח'ס טאג.
מזל טוב!
[\-/]
תוקן על ידי - יענטאאש - 17/07/2005 19:00:42
נשלח ב-17/7/2005 20:20
קודם האב איך געוואלט אנווינטשן בן הרחמן דער אייבישטער זאל העלן זאלסט קענען ארויס העלפן hutkh און יענטאאש גרינגערהייט לאורך ימים ושנים
שנית צו יענטאאש
איך האב שוין אמאל געשריבן דרוועגען אב הרחמן איז דער זיידע פון בן הרחמן
נשלח ב-3/8/2005 06:31
גרויסער מעמד הכתרה געפלאנט אין די נאנטע טעג פארן דריטן מנהל משנה!
פרטים יבואו
נשלח ב-12/5/2006 09:00
און אזוי ווי איך בלעטער שוין דא אין די ארכיוון האב איך באשלאסן ארויפצוברענגען נאך אן אשכול פון די הכתרה פון הויכגעשעצטען ראשהאקאהעל ערעב יענטאאש מיטן באטייליגונג פון הרב גם_זו,
ליינט און האט הנאה
נשלח ב-12/5/2006 16:28
בעני;
כ'קלער אז דו מיינסט גארנישט די הגדה, דו מיינסט די קניידלעך... דו ווילסט מען זאל זען דיין אויפנאמע.
אגב, איך ווארט נאך אויף די דריטע הכתרה דא... אוי, געט מיר א טישו, איך דערמאן זיך מיט נאסטאלאגיע די אלטע טעג... וואס איז געווען איז מער ניטא... לאמיר זיך טרייסטן אז די אלטגעזעסענע חברה האלטן אין איין צוריקשפרייזן אהער, אנגעהויבן מיט זארעכפעפער, נאכגעפאלגט דורך יין שרף, און צולעצט (זאל עס טאקע נישט זיין לעצט, ממנו ילמדו וכן יעשו) הרב גם-זו, לאמיר האפן אז עס וועט טאקע זיין חדש ימינו כקדם.
נשלח ב-15/5/2006 01:29
איך ווייס נישט אויב דער אשכול פאר זיך אליין איז טעקע אזוי פאני אבער דאס איז זיכער אז צוזאמען מיטן אטמאספער וואס ס'האט דעמאלס דא גערשט, איז דאס געוואלדיג. גלויבט מיר אז איך קען נישט אויפערן צו לאכן יעדנס מאל פון ניי ווען איך ליין איבער האט דעם אשכול פלאץ איך אויס אין יארמעליכן געלכטער..
אוי איז דאס גוט. .
אוי אוי באשעפער, ווען איך וואלט געווען יענטאש און יענטאש וואלט געווען גם_זו ווי אזוי וואלט איך אויס געקוקט.