| נשלח ב-1/7/2005 01:47 |
|
| |
אנגעזעצט
איך וועל זיך אביסל אויסשמועסן מיט מיר אליין, ווייל עס איז מיר קאלעמוטנע אויפן הארצן, און איך האף אז די ידידים דא וועלן מיר קענען מחזק זיין און ארויסהעלפן פון מיין פראבלעם וועלכע איז בעצם א צרת רבים אבער עס אפעקטירט יעדן איינעם אנדערש, איינעם מער און איינעם ווייניגער, און פערצופאל פאל איך אריין אין די ערשטע קאטעגאריע.
ביי מיר איז היינט דער אנגעזעצסטער טאג פונעם יאר, נישט ווייל עס איז פארוואלקענט אדער עס רעגנט, אדער ווייל עס איז חלילה עפעס געשען, ניין עס איז פשוט דער טאג וואס איך מוז זיך צושיידן פון אלע מיינע גוטע פריינד פאר ניין וואכען, זיי פארן אלע אין די קאנטרי'ס אריין און איך בלייב דא אין שטאט צו שוויצן און צו זיין איינזאם אליין אן קיין מענטש מיט וועמען צו רעדן.
איך האב נישט חלילה קיין טענות אויף קיינעם, איך ווייס אז אלעס איז באשערט, און אזוי איז אנגעשריבן פון אויבן, מיין מזל האט מיר באשטימט צו וויילן אין די הייסע שטאט אויפן זוממער און נישט אין די בערגיגע געגענטער וואו די לופט איז לויטערער און פרישער און די וואסער איז קלארער און ריינער, איך שפיר אבער זייער שטארק דעם חילוק פון ווינטער און זומער ווען איך גיי אריין אין בית המדרש אדער אפילו אין גראסערי, קיינער איז נישט דא, איך בין איינער אליין, עס איז שווער מסביר צו זיין פאר איינער וואס האט דאס נאכנישט בייגעוואוינט אבער דאס איז א שווערע מציאות מיט וואס איך פלאג זיך שוין יארן לאנג און האב נאכנישט געפונען קיין עצה אדער לעזונג, אפשר וועט איר מיר קענען ארויסהעלפן.
ביי מיר איז היינט א געווענליכער טאג מה היום מיומיים, איך שטיי אויף און גיי אין שוהל אריין צו טרעפן א באלאגאן, קינדער פון יעדן עלטער שטופן זיך ביי די קאווע, גיסן און שמועסן און מאכן א לעבן, איך פארשטיי זיי זייער גוט, היינט מארגן פארן זיי אין קאנטרי, קיין חדר איז נישטא שוין זייט נעכטן, און ביז קומענדיגן מאנטאג וועט מען נישט דארפן וויסן וועלכע סדרה ס'גייט די וואך אפילו, פארוואס זאלן זיי נישט זיין ווילד און שטופעריש און מיר קריכן אויף די געהירן ביז איך גיי אינגאנצן ארויס פון די צובראכענע כלים מיינע.
דער זון ברענט איבערן קאפ און איך ברויך שפאצירן מאיזה סיבה שהוא איבער די לענג און ברייט פון מיין געגנט און נאר זעהן ווי אויפן יעדן געסל פאר יעדע הויז שטייען גרייט א הויפן מיט שאכטלעך גרייט ארויסגעפירט צו ווערן צו די מקומות הקדושים וואס רופן זיך קאנטרי און איך בלייב דא איינער אליין צוזאמען מיטן ברענעדיגן זון וועלכער האט מיר שוין אפגעבראטן אין די קורצע מינוטן וואס איך האב געוויילט אויף די גאס נישט אויף מיין אייגענעם ווילן, ווייל אלץ מיר אויס שפּאַר איך זיך איין אין א צימערל עד יעבור זעם ביז אלע מיינע חברים זענען אפגעפארן אין די מאונטענס אריין, אזוי ארום שפּאָר איך זיך צו דארפן באקומען פון זיי די רחמנות בליקן, אה דא גייט דער אפגעפליקטער שוטה וואס בלייבט שוויצן אין די היצן פונעם שטאט.
גיי זיי זיי מסביר אז איך האב נישט די איבריגע פאר טויזענט דאלער וואס עס קאסט אפ צו קענען דינגען א באנגעלוי אדער קויפן עסן אדער דינגען א קאר ארויסצופארן און א ווען וואס זאל שלעפן די פעקלעך, זיי קענען נישט פארשטיין אז איך פארשטיי נישט וויאזוי א מענטש קען נעמען דרייסיג גרינע הונדערטערס און עס כמעט ווי צורייסן אין א קורצע תקופה פון ניין וואכן, אלעס פאר אביסל קילערע לופט און אפאר מאסקיטא ביסן.
די תירוצים זענען פיין, איך שפיר זיך גוט ביי מיר פון פורים ביז שבועות מיט מיין החלטה צו פארבלייבן אין שטאט און זיך אנזאמלן געלט אונטערן מאטראץ, אבער די יעצטיגע תקופה איז פאר מיר זייער שווער, ווען איך זעה די מענטשן שטייען גרייט זיך אריינצוזעצן אינעם ווען וואס נעמט זיי ארויס צו די געשמאקערע געגנטער ווער איך אינגאנצן אויס מענטש, איך ברויך חיזוק פון אייך מיינע טייערע ברודער, העלפט מיר ארויס אין מיין אנזעץ דא, יישר כח, א דאנק.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/7/2005 19:47 |
|
| |
קרעמיש'ל טייערער,
וואס ביזטו אזוי צובראכן?, איך וועל דיר פרובירן מחזק זיין נאך שבת יעצט האב איך נישט קיין סאך צייט, איין זאך יא, מיינע זיצן אין שול קענסטו רואיג נוצן אבער לאז איבער די זאכן אין מיין קעסטל אויפן פלאץ, אויב דו טרעפסט נישט קיין אנדערע קענסטו נוצן די סידורים אבער זיי עס צוריק מסדר אזוי ווי עס איז געווען, די קאווע קענסטו נעמען וויפיל דו ווילסט איך פלאן סייווי צו קויפן א נייע נאך זומער, מיינע ברילן טו מיר א טובה ריר נישט, לאז עס אזוי ווי עס איז, עניוועי איך דארף דא צוגיין קויפן חלות, זיי מיר געזונט.... העמיר רעדן נאך שבת.
א גוט שבת.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/7/2005 20:04 |
|
| |
יענטאאש, האסט אודאי געמיינט אז דו וועסט מיר מחזק זיין מיט דיינע ווערטער, דו האסט געהאט א גוטע כוונה דערביי, אבער ליידער האסטו נאר ערגער געמאכט דעם מצב, ווייל ביז יעצט האב איך זיך איינגערעדט אז כאטשיג דו ביסט דא געבליבן מיט אונז, אבער יעצט דערזעה איך זיך מיטן ביטערן פאקט און די רעאליטעט שלאגט מיר אין פנים אריין אז איך בין טאקע דא דער איינציגער פארבליבענער אויפן פלאנעט, אוי וויי געוואלד, וויאזוי וועל איך אריבערטראגן די ניין שווערע זומער וואכן, עס איז דא איין וועג וויאזוי דו קענסט מיר מחזק זיין, שרייב מיר וואספארא טעם די חלות האבן געהאט, איך גלייב אז דא אין שטאט זענען זיי בעסער, פארוואס איך האלט אזוי ווייסט איין באשעפער, אבער איך האב נאך איין טרייסט, די טשאלענט, אה, אפשר וועלן מיר זעהן א נקמה אין אלע קאנטרי איינוואוינער ווען די עלעקטריציטעט וועט ח"ו קראכן כדרכו בקודש יעדן פרייטאג נאכמיטאג, ווען איר נוצט אים אויס צום מאקסימום, אה יא, נאך איין טרייסט, די קאלטע שאוערס אין די מקוה פארגין איך אייך מיטן גאנצן לייב און לעבן, איידער איר קומט צוריק אין שטאט, ביטע שווענקט אייך איבער פון די שמעקעדיגע קאנטרי וואסער, גוט שבת.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/7/2005 20:26 |
|
| |
גוט קרעמיש, איך וועל דיר דאס נאכגעבן, אבער רעכן נישט דער גאנצער שבת אויפן 'טשולענט' און 'שויער' ווייל טשולענט האט א טבע אז זי ווערט שנעל צוגעברענט און די מקואות האבן נישט דעם בעסטן רעקארד לגבי הייסע שויער'ס, טא הענג נישט דעם סוקסעס פון דיין אזוי אויך דערביטערטן שבת אויף די צוויי שוואכע העקעלעך....
|
|
|
|
| נשלח ב-25/7/2005 03:29 |
|
| |
איך ברענג ארויף נאכאמאל דעם אשכול צום אויבערפלאך, ווייל יעצט איז א תענית און איך בין ווידער אנגעזעצט. די איינציגע טרייסט וואס איך האב איז, אז אין א שעה ארום וועט מען שוין זיצען איבער די רינעדיגע קאקאש קעיק און די ווארימע קאווע, מיט די קאלטע אייסעס וואס ווארט שוין אין פריזער. גרינגן תענית, און גרינגן אויספאסטן.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/7/2005 03:32 |
|
| |
זיי נישט אזוי אנגעזעצט
טעיק איט איזי. רייכערן קען מען אין א טאנעס אויך
תוקן על ידי - זארעכפעפער - 25/07/2005 3:32:58
תוקן על ידי - זארעכפעפער - 25/07/2005 3:33:25
|
|
|
|
| נשלח ב-22/8/2005 02:07 |
|
| |
איך ברענג ארויף דעם אשכול ווייל איך בין אנגעזעצט.
זינטאג, שבעה עשר בתמוז, זיץ איך דא אין קרעמעל, און גארנישט ס'איז טויט ווי אלע טויטע, {נאר קרעמער האט זיך גענמען די מיה צו שרייבן אז ער איז אנגעזעצט} א וואך נאכדעם בין איך נישט דא געווען א גאנצע זינטאג, איך קום ביינאכט, איך זעה ס'האט זיך דא געווירבלט מיט מענטשן.
היינט, אודך, איך זיץ דא איך ווארט צו זעהן איין היימישע פנים, און גארנישט, ס'קוקט אויס ווי מ'עקלט זיך פון מיר.... איך ווייס נישט פארוואס, איך האב שוין אראפגענומען מיין לאזונג פון 'תמיד הנפחא' וכו'.
פאר כעס לייג איך עס יעצט צוריק, דא האסטו.
תמיד ה''נפחא'' מציל בשעות הקשות
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/8/2005 02:29 |
|
| |
אוי נפחא'לע טייערער
קיינער האט זיך נישט געעקלט פון דיר חס ושלו'.
מיך וואונדערט פארוואס דו ביסט יא דא, דו ווייסט דאך היינט איז זונטאג... אלעמאל זונטאג ריקסטו דיך אהן דא אהער....
go figure!
|
|
|
|
| נשלח ב-22/8/2005 04:04 |
|
| |
גלייב מיר נפחא'לע ווען איך ווייס דיין טעלעפאן נומער... רוף איך דיר אפ... וואס טויג צו זיין אומעטיג? מיר האלטן דאך קוים א טאג נאך דעם גרעסטן יום טוב ביי אידן, לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב ויום הכפורים.
זעץ זיך לערנען א בלאט גמרא, פקודי ה' ישרים משמחי לב, בדוק ומנוסה!
|
|
|
|
| נשלח ב-2/2/2006 23:20 |
|
| |
איך ברענג ארויף דעם אשכול ווייל איך בין אנגעזעצט.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/2/2006 23:31 |
|
| |
3X0;
יישר כח פארן מודיע זיין פארן עולם אין וועלכן צייט פונעם חודש דו האלטסט...
אגב, האסט מצליח געווען אויך מיר אנצוזעצן, ווייל איבערליינענדיג דעם אשכול האב איך זיך באגעגנט מיט א תגובה פון מיין געוועזענעם גוטן פריינט הרב זרח פעפער וועלכער האט אונז ליידער איבערגעלאזט אליין אויפן וואסער שוין זינט חנוכה בערך, חבל על דאבדין ולא משתכחין.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/5/2006 03:22 |
|
| |
איך ברענג ארויף דעם אשכול ווייל איך בין נישט אנגעזעצט.
און אויך ווייל זארעך איז צוריק.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/5/2006 05:35 |
|
| |
איך בין אויך נישט אנגעזעצט יעצט, וויל איך האב נארוואס געענדיגט א געשמאקע שמעוס מיט א נייע חבר אויף גוגעל טאלק.
עס האט זיך געצוגען צו 296Lines, ביי מיר איז עס די מערסטע ביזדערווייל.
א גוטע נאכט.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/5/2006 05:53 |
|
| |
איר האט מצליח געווען מיר אנצוזעצן מיטן ארויפברענגן דעם אשכול.. (כמעט) ווייל איך האב זיך דערזען זיצן אין קרעטשמע אזוי - נישט מיר נישט דיר - 10 חדשים!!! יא, 10 חדשים!!! פרעג איך אייך: וואלט איר נישט געווארן אנגעזעצט אין אזא פאל? מען זיצט 10 חדשים אויפן זעלבן בענקל, זעלבן טישל, זעלבע ברוינפן, חברים קומען און גייען און איך, איין איך, זיץ דא ווי א קלאץ..........
|
|
|
|
| נשלח ב-9/5/2006 09:13 |
|
| |
קענסט דיך גיין פון דא געזונטערהייט.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/5/2006 15:09 |
|
| |
יו קנוי וואט? דעטס עקזעקטלי וואט איים פלענינג טו דו!
|
|
|
|
|