שלום עליכם: א גריס פון די בערג
אהה, עס שרייבט זיך גאר אנדערש אין די פרישע לופט, איין מינוט, לאמיר גיין איינמאל פאר אלעמאל הרג'נען דעם מאסקיטא וואס נודזשעט מיר שוין די לעצטע צען מינוט...
אקעי, איך בין צוריק דא, יא, ווער האט זיך געגלייבט אז איך וועל אזוי שנעל צוריקקומען צו אונזער קהילה, איך האב געמיינט (האב איך דען באמת אזוי געמיינט?) אז איך וועל ארויספארן צו די פרישע לופט אויף די קאנטרי בערג און איבערלאזן אלע מיינע דמיונות און "שטותים" הונטער מיר, אלעס וועט פארשווינדן ווערן ביי די שטייער בודקעלעך אויפן וואשינגטאן בריק...
אבער... זעהט אויס אז איך בין מער צוגעבינדען צו אונזערע חברי הקהילה ווי איך וויל אליין אנערקענען און מודה זיין... און דא בין איך... די פעקלעך זענען קוים אויסגעפאקט, ווייט פון מסודר אין די שעלווס וועלכע מען ברויך נאך אויסשטויבן און אפווישן (אוי... שוין איז דא א צווייטער נודניק... קען מען נישט איינמאל פאר אלעמאל אויסטרעפן עפעס א אטאם באמבע וואס זאל פארניכטן אלע מאסקיטאס מיטאמאל???) און לייגן שעלוו פאפיר און נאר נאכדעם קען מען אריינלייגן די סוועטער וואס מען וועט נישט נוצען א גאנץ זומער, אבער מען האט דאס געמוזט ארויסברענגן, ווייל שטעל זיך פאר מען פארט ארויס אין קאנטרי אן א סוועטער??? עס איז פונקט ווי איינער גייט תשעה באב צופרי אין שוהל אנעם קינות...
אבער ווי זאגט די וועלט? ביזנעס איז פאר פלעזשור? דאס איז מיין ביזנעס! איך בין אין די ביזנעס פון געבן שטאף פארן עולם. איך גלייך דאס, און דאס וועל איך אי"ה ווייטער טאן ביי יעדע געלעגנהייט, און הגם איך האב גאר אן אנדערע סקעדזשול דא אין די בערג, איך בין נישט בנמצא במשך דעם גאנצן טאג, און נאר ביינאכט אדער אין די צייטן וואס זענען בין הזמנים, פרייטאג וכדומה, וועל איך קענען דאהי זיין, געב איך אייך א כמו גאראנטי: ווען איך וועל נאר האבן אן איבריגן מינוט, צווישן איין באל געים און די צווייטע, איין שווים און דאס אנדערע, וועל איך בלי נדר אריינווארפן א תגובה'לע דא דארט, שלא יבוש המעין ולא יקצץ האילן ח"ו.
איך האף אז איר וועט זיך פירן מיט מיר מדה כנגד מדה, און טראץ די פארנומענע זומער טעג וועט איר זיך מאכן צייט אין אייער 'טייט' [צוזאמגעצויגענע] סקעדזשול [סדר היום, טאג'ס ארדענונג] און אריינווארפן תגובה'לעך [מעסעדזשעס, פאוסט'ס, עס האט נישט קיין ווארט אויף אידיש...] אויפצופרישן דעם דורשטיגן עולם וואס שוויצט א גאנצן טאג און ווארט זיך אפצוקילן מיט א געשמאק ווארט וואס איז בבחינת מים קרים על נפש עייפה.
יעצט איז אזוי, איך ברויך גיין אין מקוה [הייבט נישט אן צו פרעגן וויאזוי די מקוה קוקט דא אויס... עס איז א פארזעהניש... דא איז נישטא קיין נסיון צו זיין צו לאנג אין די וואסער... מען קען זיך נעמען זעהן אזעלכע באשעפענישן וואס א ילוד אשה וויל נישט עס זאל אים אין חלום קומען...] לכבוד שבת, און איך ברויך נאך אפשטויבן די גאנצע באנגעלוי (איך שרייב אזוי כאילו עס האט מער ווי פיר סקווער פיס) פון די שפין-געוועב... א מצוה וואס מאכט זיך נישט אין ניו יארק סיטי, לאמיר עס טאקע גיין מקיים זיין בזריזות.
[בנוגע אויב עס איז דא א מצוה צו הרג'ן די שפינען, ספיידער'ס, איך מיין אז עס איז דא א שמועס דערוועגן אין דברי תורה פון מונקאטשער רב, איך האב עס נישט דא פאר מיר, און בכלל האב איך נישט קיין ספרים געהעריג דא, וועט איר זיך איבערצייגן אז איך בין א קנאפער יודע ספר... אלעס דארף איך נאכקוקען אינעווייניג, און אן א ספרים שראנק בין איך אויס קאפעלוטש מאכער].
איידער איך געזעגען זיך מיט אייך אויף שבת: יישר כח פאר די טייערע שרייבער וואס האבן אוועקגעגעבן פון זייער טייערע צייט די פארגאנגענע פאר טעג צו האלטן ווארעם די בענקל פאר מיר... בראש וראשון ר' יענטאאש, והשני בדומה לו ר' נחום'ל (איש גם זו), יבא הכותב השלישי מר. קרעמער, ואחרון אחרון חביב ר' יונגאטש שליט"א. זאלט איר אלע האבן א פרייליכן שבת און א געזונטן (מר. קרעמער: א "פרייליכן"!...) זוממער, גוט שבת!
אויף ווידערזעהן !!!
תוקן על ידי - kraitchmer - 28/11/2005 1:57:23
 |
|
|