בית פורומים היימישע קרעטשמע

פסק דין: פרויען ארבייטער אין אפיס'עס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/7/2005 00:42 לינק ישיר 
פסק דין: פרויען ארבייטער אין אפיס'עס

שוין לאנגע יארן וואס די רבנים ומחנכים פארפירן און דרייען איבער א וועלט אז מען זאל נישט לאזן אידישע טעכטער ארבייטן אין די אפיס'עס, אלע ערליי "רבים חללים היפולו'דיגע" לשונות ווערן גענוצט פארן קאמפיין, הילכיגע שרייענדע פארפירנדע ווילדע שארפע פלאקאטן מיט שרעקעדיגע שווארצע אותיות באצירן טעגליך די גאסן און בית המדרש ווענט, לעצטנס איז דער קאמפיין געגאנגען אביסל 'אוט אוו קאנטראל' און מען באנוצט זיך שוין מיט נאך שארפערע לשונות אזויווי 'רוצחים, רשעים, חוטא בנפשו, בן סורר ומורה, הארלעם שחורים, און וואס נישט'.

איך נעם נישט קיין שטעלונג אין די נושא פון רוחניות'דיגן שטאנדפונקט, איך לאז דאס איבער פאר די רבנים גאונים צדיקים תמימים ישרים וועלכע האבן אסאך מער צייט און סאך ווייניגער דאגות ווי איך, דעריבער זאלן זיי זיך פארען דערמיט און זאלן זיי דאס דורכטראכטן מיט זייער 'דעת תורה' וואס דער דין איז ביי דעם, זאלן זיי ארויסגעבן זייערע קול קורא'ס צו אליינס צו אינטערגעשריבן מיט אנדערע ס'איז פארהאן אסאך 'אפשענס', ווער עס וויל וועט זיי פאלגן און ווער נישט וועט נישט און עולם כמנהגו נוהג ווייטער ווי ביז היינט.

אבער אלץ 'ראש הקהל' וועל איך נעמען א שטעלונג פון 'דעת בעל הבית'דיגן' שטאנדפונקט, איך האלט אז פרויען זאלן זיך צונויפפאקן די פעקלעך אדער בעסער געזאגט די 'פאקעט בוקס' און זיך אפיאגן פון די אפיס'עס, אדער 'עטליעסט' זאלן זיי נישט ארבייטן אין איין אפיס מיט מענער, איך ווייס אז איך קען נישט טוישן די וועלט, מענטשן דארפן פרויען ארבייטערס פאר פארשידענע אורזאכן, בעלי בתים טענה'ן אז פרויען מאכן א בעסערן דזשאב, בקיצור 'וואט עווער דע ריזען איס' איז דער פאקט אז קיינער וועט מיך נישט פאלגן און יעדער וועט פארבלייבן מיט די פרויען ארבייטער'ס, אבער איך זאג אייך פארט טייערע בעלי בתים הערט צו די עצה פון א קלוגן איד (????!!!!!!), איר וועט זען אויב איר וועט האבן א 'פול מאן אפיס' וועט די ארבייט בעסער גיין, פארוואס?, פשוט ווייל א מאנספערזאן לשיטתי ווערט פשוט צעפלאצט פון זיצן אין איין פלאץ מיט די נשים פאר שעות אין א צי, די תשעה קבין'דיגע געפלוידעראכצץ קען דאך איינעם 'דרייווען קרעזי', איך זאג אייך איך פאר מיר האלט דאס נישט אויס!

קוקט אהער למשל היינט ס'איז א טאג נאך א לאנגן 'דזשוליי פאר וויקענד' מען קומט צוריק אין די ארבייט, איין מאן פרעגט דעם צווייטן 'וויאזוי איז געווען די וויקענד?' פיין. 'האסט ענדשויט? יא. 'ווי ביזטו געווען'? איך בין געאנגען דא געטראגן מיין ווייב דארט און שוין. פיניש, דער שמועס איז פערטיג אין ווינציגער ווי א מינוט.

יעצט די זעלבע געשפרעך צווישן פרויען געדויערט א האלבע שעה ווייניג גערעדט אויף די העכסטע טענער מיט די קוויטשעדיגסטע קעלער וועלכע פארן אריין אין אויער און פון דארט גלייך צו די נערוון.

ביילע:
אה העלאו דעבאשע! (הי הי) האו ארר יאא(עעע)? לאנג טיים נאו סי (הי הי הי מיט א ספעציעלן פרויענ'ישע נקודה) האו W-וואס יאר וועקעישאן?, דעבאשע: אה איט וואס טעריפיק איי העד סאטש עי גוד טיים איט וואס סא ענדזשויעבל איי וויש איט וואד לעסט לאנגער, ווי ווענט טא דע מאלל ענד איי באט סאם סקוירטס יו נאו דע בלו וויט דע גרין פאקעדאטס ענד עי לייט בלו שוירט איי באט איט פאר סא טשיפ ענד איי וואס............! ..............! ..........! ..............! ..............! ............! ...........! (זי איז נאכנישט פערטיג איך האב נאר נישט קיין געדולד איבערצוזאגן אלע שטותים).

ביילע:
'אה WOW טעריפיק סאו איט וואס גרעיט? (וואס פרעגסטו נאכאמאל איבער זי האט דאך שוין געענטפערט?).

דעבאשע:
אה שאר איי לאוו'ד איט (אה הייסט אז איך בין משוגע, גערעכט איז זי אז זי פרעגט קוק זי ענטפערט נאכאמאל) ווי העד עי באל וכו' וכו וכו'.............., יע דע קידס ווער עי לידל ביט טייערד (אה טאקע?!! וויאזוי קען זיין האסט דאך זיי 'נאר' ארומגעשלעפט פון צופרי ביז ביינאכט פון סטאר צו סטאר?!) סאו איי קאדנט ביי מאר טינגס איי וואנטעד טא ביי (וואס?!!! האסט נאך געוואלט קויפן נאך???!!!!!) ביילע: אה איי לעפט דעם וויט עי בעביסיטער...... (.......) ............ ........... ............ ........ ........ .... ........... ..........וכו' וכו וכו'

אזוי גייט די שמועס פאר ווייס עך ווי לאנג, און דאס איז יעדן טאג נישט דווקא נאך וויקעישאן זיי טרעפן יעדן טאג עפעס צו רעדן, למשל ווען א מאן האט געהאט א 'בר מצוה' איין נאכט רעדט מען ניטאמאל דערוועגן א טאג דערויף, די נשים, הוי פרוביר נישט פרעגן ביילע: האו וואס דע באר מיצווע? דעבאשע: או איט וואס סא נייס ענד בעיאטיפאל, שעינדי פריפערד איט סאו פערפעקט דע קידס ווער דרעסד בעיוטיפאל ............ ............ ............. ............ .............. ............... ............... ............ ............ ........... .... ................ ............... ............. וכו' וכו וכו' (און דאס איז ווען די בר מצווה איז געווען אין 'שמח תשמח' שטעל דיך פאר ווען עס איז אין א טייערן זאל, אה דעמאלטס פארגעס פון ארבעטן יענעם טאג).

דעריבער האלט איך אז ווער עס וויל די ביזנעס זאל וואקסן זאל ארויסריקן די פרויען.

ולהשומעים תבא עליהם ברכה, יוסף השם אלף פעמים ככה,בלא בלא בלא וכו'




תוקן על ידי - kraitchmer - 24/11/2005 2:56:47



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/7/2005 05:28 לינק ישיר 

יענטאאש דיין ארטיקל בנוגע נשים אין אפיס איז ביוטיפאל, אמת, און (אוי, איך שרייב שוין צופיל, באלד וועט איינער זאגען אז הוטקע איז גאר א פרוי...).

אבער באלד וועט גם-זו קומען און נאכאמאל מקבל נזיפה זיין און מתיר זיין די אלע חרמים וואס ער מיינט דו האסט געשריבן און פארדעקט מיט דעם ענגלישן אויסשפראך...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > פסק דין: פרויען ארבייטער אין אפיס'עס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext