א פארשפעטיגטער באריכט פון מיין שבת
אוי ווי שטארק איך בענק זיך צו אייך... איך קען אייך גארנישט אנהייבן מסביר זיין ווי שווער עס איז מיר צו זיין אן אייך - חשוב'ע ליינער און שרייבער. עס איז דאך "יותר ממה שהעגל רוצה לינק הפרה רוצה להניק" [פיהל מער ווי איר ווילט ליינען מיינע געשרייבעכצער, וויל איך דאס מיטטיילן מיט אייך אלעמען]...
איין רגע נאר... "הער נאר, קענסט אפשר אריינשיקן א טישו מיט איינעם פון די חברה"? "הא? פארוואס? נע... עס האט זיך עפעס אויסגעגאסן דא"... (גיי זיי איר מסביר אז איך בין זייער עמאציאנעל און איבערגענומען נעמענדיג מיין פענע אין די האנט צו שרייבן צו אייך מיינע געטרייע ידידים דא אויפן פורום... אקעי, די טישו'ס זענען דא... א מינוט נאר... כליפ...).
אקעי... איך בין משלים מיט די מצב... איך ווייס אז כך גזרה חכמתו יתברך שמו, אזוי איז באשערט פון אויבן, אז איך זאל דא זיצן און פארברענגן איינער אליין, און עס זאלן פארביי גיין עטליכע טעג אין א ציה וואס איך האב קיין צוטריט צו "היימישע שטותים"... זאל דאס טאקע זיין כפרת עוונות... ראה עניי ועמלי ושא לכל חטאתי.
**
די וועלט זאגט: בעסער שפעטער ווי קיינמאל! על כן קום איך דא - טראץ די גרויסע פארשפעטיגונג - מיטצוטיילן מיטן חשוב'ן עולם דעם געהויבענע שבת פרשת קרח העעל"ט וואס איז געפראוועט געווארן ברוב פאר והדר במחיצתי, פה קעטסקילס יע"א
לאמיר טאקע אנהייבן פון וואו מיר זענען שטעקן געבליבן פרייטאג נאכמיטאג (עס קוקט אויס ווי אן אייביגקייט – אפשר א יאר צוריק – לויט ווי שנעל זאכען קומען היינט פאר אויף די וועלט)... וואו האבן מיר געהאלטן? אה יא, איך בין געגאנגען אין מקוה אין א גוטע שעה...
נאך איין מזל אז מיין זכרון האט מיר גוט געדינט, האב איך געוואוסט מיטצוברענגן א קליין זייפל (וואס איך האב מיר אראפ גענומען פונעם עראפלאן ביי מיין לעצטע נסיעה צו רורעל-אמעריקע) און א בראנפן קאפ מיט שאמפו (יא, אזויפיל איז מיר גענוג, איך בין א קליינקעפיגער...), און א האנטוך (קרעמער: קענסט זיך אויך מיטנעמען א פריוואטע האנטוך אין דיין שטאטישע מקוה, איך מיין אז דו וועסט נישט חרטה האבן... בכלל פארמאגן די שטאטישע מקוה האנטוכער מער לאָך ווי האנטוך... איבערדעם אין אן אנדערע אשכול כשירחיב).
איך בין געגאנגען גענוג פרי, ווען עס איז נאך דא ווארעמע וואסער אין די שאוערן, און ווי זאגט די וועלט? "אם הסוף טוב הכל טוב"... די פיינע הייסע מקוה וואסער האבן מיר אריינגעדרינגען אין אלע ביינער ביז עס האט זיך ווי פון זיך אליין ארויסגעלאזט א צופרידענער קרעכץ פון הארצן טיפן.........אההההההההההההההההההההההההההההה
אהיימקומענדיג איז שוין די זילבער-פלעיטעד לייכטער געשטאנען גרייט אנגעפולט צו ווערן מיט די טרעוול-ליכט, א קיל ווינטל האט געבלאזן אויף מיין פריש אפגעוואשענעם צורה בעת איך האב זיך ארויסגעזעצט אויפן פארטש [אכסדרה] מיט די פרישע טועמיה וואס איז באשטאנען פון צוויי סלייסעס טשאלענט קוגעל, א טעלער פערפל, און א קאלט פלעשל סעלצער (... איימסארי [אנטשולדיגט]).
ארום דריי-פערטל שטונדע נאך די קוגעל בין איך געגאנגען אין שול'כל אריין, וואו דער גבאי איז צוגעקומען מיט זיין האלבן שמייכל וואס איך קען שוין פון אלע יארן: "נו, רעב........... אפשר גייט איר צו צום עמוד"? פארשטייט זיך אז איך האב כמו אפגעזאגט אין אנהייב אבער מיינע פיס האבן שוין געוויזן פארן גבאי'ן אז ער האט נישט דא קיין שווער פעלד...
איך האב זיך אויסגעטאן די שטריימל, אנגעטאן קהל'ס טלית וועלכע איז געווען פארשטויבט נאך פון פאראיאהר זומער... מיטן גרעסטן קאך און ברען האב איך צוגעטרעטן צום עמוד כזקן ורגיל, און די גאנצע בית המדרש איז זיך פונאנדערגעגאנגען ווי אין א כאר נאך מיין אויסרוף: "הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו"!
די מחשבות נעמען זיך לויפן ווי א טראמוועי... אז מ'טראכט טאקע אריין אין אט די ווערטער: "הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו"! עס זאגט דאך א געוואלד! "לויבט השי"ת ווייל ער איז גוט! ער טוט שטענדיג גענאדע"! ווי אנדערש זאגען זיך די ווערטער ווען מען איז אפגעזונדערט פון די רוישיגע שטאט מיט אירע הבלי העולם הזה, ווען מען דערזעט זיך צווישן אידן און נאר אידן, ווען מען זעהט באשיינפערליך דעם מה רבו מעשיך ה', דער וואונדערליכער נאטור פון די בריאה, מען זעהט די זון אויפשיין, איר אונטערגאנג, מען זעט שטערן... עס זאגט זיך גאר אנדערש דעם "יודו לה' חסדו ונפלאותיו לבני אדם", די וואונדערליכע זאכן וואס השי"ת האט צוגעשטעלט אין זיין וועלטל פאר אונז קליינע מענטשעלעך...
דאס שטומע ווערט העכער און העכער, און די געפילן שטארקן זיך און נעמען איבער דעם מענטש, ער פארגעסט שוין די שווערע הארעוואניע וואס עס האט אים געקאסט כדי אנצוקומען צו דעם געהויבענעם מאמענט, די הכנות און טירדות וואס ער האט געהאט ספעציעל די וואך, ווען ער האט זיך געדארפט גרייטן ארויסצופארן צו די בערג, ער האט ממש נישט געהאט דעם קאפ אויפן פלאץ די גאנצע וואך, נישט געלערנט געהעריג זיינע שיעורים, נישט געדאווענט ווי עס באדארף צו זיין, אבער יעצט שטייט ער דא און שפירט די קדושת שבת וועלכע האלט אט אט ביים אריינקומען און אים אינגאנצן איבערנעמען...
ער פאנגט אן מיט א זיס קול'כל: ידיד נפש אב הרחמן!!!! טייערער לעכטיגער טאטע אין הימל, משוך עבדך אל רצונך! דו קענסט דאך אלעס, אפשר שלעפסטו מיר צו דיין ווילן... אז איך קען נישט אליין גיין, איך האב פראבלעמען און נסיונות און שטאלפער זיך אן אויף טריט און שריט, טוה מיט מיר וואס מען טוט מיט א קליין קינד וואס פאלט אנידער ביי יעדן טרעפל... מען הייבט אים אויף און מען טראגט אים אויף די לענדן!
הדור נאה זיו העולם "נפשי חולת אהבתך"... אוי לעכטיגער טאטע קרוין! מיין זעהל איז קראנק פאר ליבשאפט צו דיר פאטער אין הימעל!!! אנא קל נא רפא נא לה! הייל איר אויס... און זי וועט נישט אויסגעהיילט ווערן מיט גארנישט נאר "בהראות לה נועם זיוך", צייג איר ארויס דיין זיסקייט, דיין שיין! אז תתחזק ותתרפא! דאן וועט מיין נפש זיך שטארקן און זי וועט האבן א גאנצע רפואה פון אירע קרענק.
"כי זה כמה נכסוף נכספתי" וויי געוואלד – טאטע טייערער – דו ווייסט דאך יא אז בפנימיות טיף אינעווייניג וויל יעדער איד זיין גוט, מען לעכצט און מען דורשטעט צו גיין אויף די רעכטפארטיגע וועגן, טוהן דעם רצון ה', און נישט ח"ו אים דערצערענען, נאר וואס דען? מיר לעבן אין אזא שפלות'דיגן דור, צווישן לייבן און וועלף, וועלכע ווילן אונז פארציקן דורך די אלע פארשידענע טעכנאלאגיע וואס קומען ארויס טאג טעגליך און די נסיונות וואס זיי ברענגן מיט...
דער עולם איז שוין א קאפ העכער, מען האט שוין אוועקגעווארפן די גאנצע וואכן'דיגקייט הונטער זיך, מען איז א ברי' חדשה, א נייע באשעפעניש אינגאנצן. נישט "דער" מענטש איז געזעסן טאג און נאכט מיט קאסטומער'ס און זיך געדרייט אין די טריפה'נע גאסן. דאס איז גאר א צווייטער מענטש, א שבת'דיגער איד! א קאפ העכער!
**
דער גאנצער עולם שטייט און ווארט אז איך זאל אויסלאזן "תהלת ה' ידבר פי"... און איך שטיי נאך אלץ פאר'דמיון'ט און פארקלערט אין מיין אייגן וועלטל... כאילו גארנישט עקזיסטירט אויף דער וועלט נאר איך מיט מיינע פראבלעמען... איך כאפ זיך אויף פון דעם טיפן חלום און פאנג אן מיט א הויך קול: "יתגדל ויתקדש שמיה רבא"!
נאך מנחה. איך טוה אויס דעם טלית, און מיט א פאררויטלטן געזיכט כאפ איך מיין שטריימל און גיי מיר צוריק צו מיין באשטימט פלעצל ווי כאילו נישט מיר מיינט מען דא...
דער בעל תפלה (יענער איז שוין יא געווען א "בעל תפלה" מיט אלע מפרשים) הייבט אן מיט זיין באסאווע שטימע: "לכו נרננה לה' נריעה לצור ישענו"! דער עולם מישט אויף די סידור'לעך און מען פאנגט זיך אן אריינשאקלן דערין מיט אייפער און כוונה.
"שירו לה' שיר חדש"! פארפאסט א נייעם זמר'ל פארן הייליגן באשעפער! יעדן טאג ברויך מען דאך דאנקען אויף עפעס פריש, קיין טאג איז נישט דער זעלבער ווי דער נעכטיגער, אלץ איז דא א פרישער חסד וואס מען האט צו דאנקען השי"ת דערפאר. מען איז ב"ה געזונט. מען איז געבענטשט מיט קינדערלעך. דאס שלום בית איז אויפן העכסטן פארנעם. וואס נאך קען זיך א מענטש וואונטשן???
דער עולם שטעלט זיך שוין אויף צו בואי בשלום, מען זאגט דעם פסוק "בואו ונצא לקראת כלה לקראת שבת מלכתא דחקל תפוחין קדישין", מען דערמאנט זיך אז דער הייליגער אר"י הקדוש פלעגט מיט זיינע תלמידים ארויסגיין און מקבל שבת זיין אויפן פרייען פעלד. דא זענען מיר אויך ארויס פון די ישיבת כרכים קשה, פון די שטאט מיט אירע פארדארבענע לופט, און מיר געפונען זיך אין א "חקל תפוחין קדישין", א הייליגע פעלד פון עפל. ממש א גן עדן אויף דער וועלט.
מען איז מקבל שבת ביים קאפיטל "מזמור שיר ליום השבת" טוב להודות לה'... עס איז גוט צו לויבן און דאנקן השי"ת! מען האלט שוין ביי "ברכו". מען קען שוין טאפן די הייליגקייט מיט די הענט. מען איז מקבל עול מלכות שמים ביי קריאת שמע, און דאן קומט דער קלימאקס: "ושמרו בני ישראל את השבת וכו', אוי בייייייייני ובייין בנייייייי ישראל, אוווווווווות היא לעולם"! דאס הארץ וויל זיך צוגארגלן וואס העכער און שענער, אבער עס ווערט געשטערט דורך א שישקע וואס ווערט ארויסגעלאזט פון די מיילער פון די ארומיגע ווען דער חזן נעמט איבער דאס ווארט: "ושמרו וגו'"...
**
נאכן דאווענען, דער עולם באגריסט זיך איינער דעם צווייטן מיט א הערצליכן שלום עליכם, א קלייניגקייט? מען האט זיך שוין נישט געטראפן כמעט א קיילעכדיג יאר, די איינוואוינער דא קומען זיך צוזאם פון פארשידענע געגנטער אין ניו יארק, און אפילו די וואס וואוינען געווענליך אינגאנצן איין בלאק אוועק איינער פונעם צווייטן טרעפן זיך אויך נישט במשך דעם יאר... אבער דא אין קאנטרי – צי מען וויל צי נישט – איז מען "גוט" מיט יעדן... מען האלט מיט יעדן'ס שלום בית (אדער: אומ-שלום בית ל"ע), חינוך פראבלעמען, און וואס נישט?
איך האב גענישטערט אין די אויגן פונעם עולם אויב איינער איז נישט חלילה "קלוג" געווארן במשך דעם לאנגן ווינטער און אויסגעפונען ווער "איך" בין... אויב איינער פון מיינע פיהלצאליגע ידידים דא אין דעם קאנטרי זענען נישט פערצופאל געקומען אויף מיינע שפורן אדאנק די צענדליגער ארטיקלן וואס איך האב דא ארויפגעלייגט, וואס טייל פון זיי האב איך געהערט פאראיאר אדער פאר צוויי יאר טאקע אין אט דעם זעלביגן קאנטרי זיצנדיג בשבת אחים גם יחד אונטערן בוים מוצאי שבת נאנט צום עלות...
פונדערווייטענס האב איך שוין באמערקט ווי איינער וואס איז גראדע א פריש פנים דא אין שטעטל באטראכט מיר מיט עוג מלך הבשן אויגן... איך האב שוין אנגעהויבן טראכטן "מי יודע, ווער ווייסט וואס עס לויפן אדורך אין זיינע מחשבות"? אבער מיינע פארדאכטן האבן נישט לאנג אנגעהאלטן, ווייל נאך עטליכע מינוט - ווען יענער איז צוגעקומען צו מיר און געגריסט א פריינטליכן גוט שבת - האב איך באמערקט אז יענער קארגט נישט קיין בליקן בכלל, און אויף פרישע זאכען וואס קומען אים אונטער די אויגן ברעמען בפרט [איך וועל אייך קענען ביז סוף זוממער מודיע זיין אויב איך בין גערעכט געווען מיט מיין השערה, אדער איז "יענער" גאר "יענטאאש" אדער ווער פון אייך...].
איך מאך מיר מיין שטרעזל אהיים אין דער טונקל, אונטערברימענדיג א ווארימע זמר'ל ווי מיין געווענליכע שטייגער... אנקומענדיג צו מיין כאטקע [באנגעלוי] האב איך שוין דערשפירט פונדערווייטענס די נארהאפטיגע ריח פון די פרישע מאכלים וואס מען האט נארוואס פארפארטיגט אפקאכן לכבוד שבת קודש. איך זינג אפ די זמירות מיט א העכער קול ווי געווענליך (פארוואס פרעגט איר? ווייל דער שכן מיינער ווארט שוין דערויף א גאנץ יאר... אפשר נישט?), מאך קידוש (וועלכע סארט וויין? גרעיפ דזשוס? איבערדעם אן אנדער מאל בלי נדר), און וואש זיך צו די סעודה'ניו...
וואס זאל איך אייך זאגען? איך וואלט געוואלט שרייבן אז די קאטשיניא פון די פיש איז געווען אזוי פארגליווערט אזש מען האט דאס נישט געקענט אפילו צושניידן מיט א פלעסטיג מעסער, און די סעלמאן פילעי פיש האט נישט געהאט קיין ביינדל אין זיך, אזוי אויך די געפילטע פיש... אבער דאס וואלט אלעס געווען א ליגנט! [למען האמת וויל איך זאגען אז מען האט דאס נישט געקאכט ביי מיר אין שטוב, ממילא האט נישט מורא פאר מיין שלום בית...] עס קען גאר זיין אז דער פראבלעם פון די זאפט קען מען אנלייגן אויף דעם איבערגעשטרענגן 1950 פרידזשידער וואס מיין קאנטרי מענעדזשער האט מיר געשאנקן (נאכן ארויסווארפן די אלטע וואס איז געווען נאך עלטער).
די זופ איז גראדע גאנץ געשמאק געווען, עס האט צוגעגעבן צום געשמאק די נישט-שטארק באפעפערטע בעבאלעך אויף וועלכע מען האט נישט געדארפט צופיל ארבעטן ביז זיי האבן זיך צולאזט איינס נאך איינס און זיך אראפגעשלינגן צונעזאם מיט די לאקשן און מייערן... די פלייש און צימעס זענען געווען מלא טעם, אויך איז בכלל נישט אוועקצומאכן די פיינע בארן קאמפויט.
נאך די סעודה געדענק איך שוין נישט וואס עס איז געווען, ווייל ווען איך האב זיך אויפגעוועקט אריינצוגיין אין בעט איז שוין געווען הגיע זמן קריאת שמע של שחרית...
**
ווען דער בעל תפילה האט צוגעטרעטן צו "שוכן עד" האב איך נאך געהאלטן אינמיטן מקיים זיין דעם "שוכן עד"... איך האב זיך אויפגעכאפט און מיט איין אטעם געלאפן אין מקוה אריין (פארגעסן די האנטוך אין שטוב... שוין, שאדט נישט זיך צו דערמאנען די בחור'ישע יארן מיט אירע משוגעת'ן... בכלל איז אן ענין נישט אפצו-ווישן די הייליגע מקוה וואסער... בפרט שבת קודש ווען עס איז א חשש פון סחיטה), און די קאווע וועט מען שוין מוזען משלים זיין די קומענדיגע וואך (ווען מיר האפן אויפצושטיין פריער).
די שבת צופרי סעודה איז איבריג צו באשרייבן, איר קענט אייך אלע פארשטעלן אז די פיש איז נישט בעסער געווארן איבערנאכט (גראדע האט די יוך דערפון זיך יא עטוואס "געזעצט" אדאנק די קאלטע וועטער אינדרויסן), און די גאלערעטע איז גאר נישט מעגליך צו באשרייבן... האט איר שוין פרובירט זיך אויס'משל'ן דעם גן עדן??? עס איז אומבאשרייבבאר.. לאמיר דאס לאזן פאר אייער כח הדמיון... די אייער מיט צוויבל האט געהאט כמעט אלע טעמים (חוץ פון צוויבל...) און די טשאלענט איז צי א האקעלע טעמע וואס איך וועל נישט בארירן אויפן יעצטיגן מאמענט...
וואס קומט נאך א שבת צופרי סעודה אין קאנטרי? איר האט געטראפן! א שפאציר... מען נעמט צוזאם די בני בית, און מען לאזט זיך ארויס פון די פאדערשטע טויערן פונעם קאנטרי, מען גייט וואו די פיס טראגן...
אויפן וועג רעדט מען געווענליך צו די קינדער, מען הייבט אן מיט די וואכעדיגע סדרה אבער עס פארט שנעל אוועק אויף אנדערע ליניעס, בפרט ווען מען שפאצירט צווישן ביימער און גראז, און מען האט די געלעגענהייט איבערצושמועסן מיט די צאן קדשים די וואונדערליכקייט פון השם'ס בריאה וואס זיי האבן נישט די געלעגנהייט צו זען א גאנץ יאר.
מען קומט אן צו א לעיק, מען זעצט זיך אראפ אויף א שטיינדל אין דער זייט, מען הייבט אן א חסידיש זמר'ל, און מען נעמט אויף מיט א פרייליכע שטימונג די קילע ווינטלעך וואס השי"ת ווארפט צו פון צייט צו צייט להחיות בהם נפש כל חי... פרעג איך אייך: איז דאס נישט "מעין עולם הבא"???
דאן קומט די לאנג ערווארטעטע שבת נאכמיטאג דרימל וואס איז ווערט כל הון דעלמא [די וועלטס געלט], בפרט ווען די שטוב איז קיל, און די קינדער טומלען נישט צופיל... נאך איידער דער קאפ איז געהעריג אנגעלענט אויפן קושן איז שוין דער מח אינעם זיבעטן הימל און די אייגעלעך הערמעטיש פארשלאסן אויף א צירקע פינעף שעה...
די קאלטע מעלאנע [אן די קערלעך] וואס מען עסט נאכן אויפשטיין פון דעם דרימל [ליין: נאכטשלאף], איז ווי די טשערי אויף א פיינע טשיז קעיק פיי... ווי א אייז-קאלט פלעשל ביר נאכן הייסן טעלער טשאלענט... און ווי ליינען די געשמאקע ארטיקלן אויף היימישע שטותים נאכן אפוועזענד זיין א לאנגע צייט...
[דאס שלש סעודות, און מלוה מלכה, און בכלל דער גאנצער הלוך ילך דא אין קאנטרי וועל איך מוזען איבערלאזן אויף אן אנדער געלעגענהייט, בלי נדר].
בלייבט מיר געזונט, און האט מיר אלע א געזונטן זוממער!!!
 |
|
|