בית פורומים היימישע קרעטשמע

די יצה"ר האט ...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/7/2005 05:19 לינק ישיר 
די יצה"ר האט ...

היינט איז פארגעקומען א מחלוקה צווישן די יצר טוב מיטן יצה"ר און יא נעבעך די יצה"ר האט געזיגט ...

אפשר קען מיר איינער ארויסהעלפען מיט א תיקון תשובה אדער א עצה אז דאס זאל ער נישט פארקומען אפשר הוטקע אדער א צווייטער נישט קיין נפקא מינא איך בין מוראדיג צובראכן

היינט ווען עס איז געקומען די צייט פון דאווענען מנחה האט זיך אנגעפאנגען די FIGHT, די יצה"ר זאגט עה! דאווען נישט, די יצר טוב זאגט דאווען יא, ני וואס טוט מען דא??

די יצר הרע זאגט וועסט דאווענען מארגן, האסט שוין געדאווענט היינט שחרית וכו', אבער די יצר טוב געט נישט אויף אזוי האבן זיי זיך ארומגעשלאגן ביז מ'האט שוין נישט געקענט דאווענען

(נ.ב. איך שרייב אלעס מט דעם לינק http://www.snunit.k12.il/english/virtual_keyboard.htmlבמילא דארט מיר א תגובה זייער לאנג אבער איך וועל קוקען וואסערע עצות / הדרכות איר געט אפילו איך וועל נישט צוריק ענטפערן)

החותם בכאב לב נפחא



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/7/2005 06:17 לינק ישיר 

נפחא;
עס טוט מיר זייער וויי צו הערן אז דער יצר הרע האט געזיגט, אבער די גמרא זאגט (ברכות ל"ד ע"ב) חציף עלי מאן דמגלי חטאיה, א מענטש זאל נישט דערציילן זיינע זינד, ווייל דאס ווייזט כאילו דער מענטש שעמט זיך נישט מיט די עבירה (הגם איך ווייס אז דו שעמסט זיך באמת יא, אבער תוס' שרייבט דארט אז "עס קוקט אויס" ווי ער שעמט זיך נישט).

איז אזוי, קודם כל, ברויכסטו איבערדאווענען נאך א שמונה עשרה ביי מעריב (הגם די גמרא זאגט אין ברכות דף כ"ו ע"א אז איבערדאווענען איז נאר שייך אויב מען האט פארגעסן, אבער אויב מען האט במזיד נישט געדאווענט, העלפט נישט דאס דאווענען נאך א שמונה עשרה, אבער עס שטייט אין שולחן ערוך או"ח סי' ק"ח סעיף ז' אז מען קען דאווענען א תפלת נדבה. איז אזוי: אויב דו דאווענסט עס נאך היינט נאכט ביי מעריב, ברויכסטו נישט מחדש זיין גארנישט, קענסט זאגען די נוסח שמונה עשרה און יוצא געווען, אבער אויב דו וועסט הערשט מארגן דאווענען דעם תפלת נדבה, ברויכסטו צולייגן עטליכע אייגענע ווערטער, צום ביישפיל ביי די ברכה פון שומע תפלה זאלסטו מתפלל זיין אז השי"ת זאל דיך ראטעווען פון דעם יצר הרע, אז דו זאלסט מער נישט נכשל ווערן אין פארפאסן א תפלה).

בכלל, איז תפלת מנחה אזא געהויבענע תפלה, די גמרא זאגט (ברכות ו' ע"ב) לעולם יהא אדם זהיר בתפלת המנחה, אפילו אליהו הנביא איז געענפערט געווארן פון הימל ביי די מעשה פון די נביאי הבעל אויך נאר בזכות תפלת מנחה ע"ש.

לאמיר האפן אז דאס זאל מער נישט פאסירן, און אונזערע תפילות זאלן אנגענומען ווערן לרחמים ולרצון.

(נעקסטע מאל דער יצר הרע קומט צו דיר, זאג אים אז מען מוז נישט גיין דוקא אין שוהל אריין, מען קען דאווענען אין שטוב אויך, אויב עס איז צו הייס אינדרויסן... מנין איז שוין א זייטיגע זאך, אבער מנחה איז זייער הארב!)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/7/2005 06:05 לינק ישיר 

א שאד אז בן הרחמן האט נישט ארויפגעלייגט דא זיין מעשה מיט די פאלם וואס מען קען שוין היינט ביעמען מנחה, אזוי וואלסטו נישט געדארפט איבערדאווענען. אבער זאג נאר, וואס האסטו למעשה געטאן, דער עולם איז נייגעריג צו הערן אן אפדעיט. דער עולם קען נישט עסן און נישט טרינקען און נישט שלאפן און נישט טאן אנדערע זאכען ווילאנג מען ווייסט אז דו ביסט מסודר, און אז דו האסט היינט יא געדאווענט מנחה און מעריב. גוטע נאכט.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-21/7/2005 15:31 לינק ישיר 

א נפחא דער.... יצר הרע יצר טוב געזיגט פארלוירן.... איך האב שוין אויך פארפאסט א מנחה, אבער ס'האט זיך נאר געמאכט.... איך האב מיך פארגעסן, פארטון, נישט אויסגעקומען..... אבער נישט א גאנצע פייט יצר הרע יצר טוב...... א נפחא.......



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/7/2005 22:04 לינק ישיר 

קודם א יישר כח פאר דיינע ווארעמע ווערטער ר' הוטקע. וועגן דעם וואס די ברענגסט אראפ די גמרא "חציף עליה מאן דמגלי חטאיה", איך מיין אז ווען איך פארצייל עס דא אויף די אינטערנעט מיט מיין ניק 'נפחא' שעם איך מיך נאך אלס זייער שטארק!ווען נישט זאג איך דיר ווען וויאזוי איך הייס

(עניוועיס ביי די מיטינג מיט די מנהלי 'היידפארק' אויב שרייבן אויף די נעט גייט אריין אין כלל פון רעדן קענסטו שוין איינוועגס פרעגן די קשיא אויכעט)

א יישר כח מר. קרעמער פארן זיך מאכן ווי ס'אינטערסירט דיך צו איך האב געדאווענט, איך וויל נישט ענטפערן דערויף ווילאנג איך באקום נישט קיין ענטפער פון 'הוטקע' אויב שרייבן דא גייט אויך אריין אין גדר פון די גמרא חציף עלי וכו'! והמבין יבין!!

און פאר דיר יענטאש ס'איז באקאנט די זוה"ק 'אית נפחא ואית נסחא' וגו'... ודי לחכימא ברמיזא....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/7/2005 00:10 לינק ישיר 

נפחא! ביזט מיר שוין געווארן א בעל מקובל אויכעט?
אויב אזוי ביסטו טאקע א נפחא אויב דער יצר הרע האט געוואונען



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/7/2005 00:36 לינק ישיר 

איך וועל יעצט צוענדיגן דעם זוהר וועסטו דיך אפשר בארואיגן (די ביסט דאך דער 'בן הרחמן').

אית נפחא ואית נסחא מה בין נפחא ונסחא אלא נפחא הוא יבש ונסחא הוא לח וכו'...
ובזה יצאתי ידי חובתי...





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/7/2005 07:46 לינק ישיר 

נפחא, וואס איז געבליבן, איך האב מורא אז איך בין א מבין, און איך האב מורא אז איך האב פארשטאנען דעם רמז, און איך וויל דיר זאגען אז לויט דעם געוואלדיגן בירור הלכה פון ר' הוטקע קענסטו נאך היינט מנדב זיין א תפלה. גוטע וואך. פארגעס נישט צו מאכן הבדלה, ווייל דאן וועסטו מוזען פאסטן די גאנצע וואך, און נישט נאר זונטאג.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-24/7/2005 18:57 לינק ישיר 

ביי דע וועי נפחא, דיין פארשפעטיגן מנחה האט עפעס געהאט צוטאן מיט דעם וואס דו ביזט געווען ביזי אנצושרייען דיין ארבעטער?.......



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/7/2005 07:54 לינק ישיר 

נפחא וואס איז געווארן מיט די מנחה?

טשעק דיין תיבה אישית, איך האב דיר געשריבן עפעס וויכטיג. (צו אייך אלע: אנטשולדיגט פארן נייגעריג מאכן... שרייבט מיר אין אישית, וועט איר אויך צוריק באקומען...).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/7/2005 01:35 לינק ישיר 

איך בין געווען היינט זייער פארנומען דאווענען מנחה... שחרית.....און תפלת נדבה....און אויך ........
איבערבעטן מיין ארבעטער!!!!

מיין תיבה אישית האב איך שוין געטשעקט (ס'איז נישט געווען אזוי וויכטיג אז די זאלסט דארפן מאכן יעדעם נייגעריג...)

און יעצט זיי מוחל, קוק וואס איך האב דיר ג'ענטפערט


הצלחה רבה!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/7/2005 01:38 לינק ישיר 

תיקוני תשובה זענען נישט וויכטיג???

אוי וויי, יעצט ווערט שוין יעדער מער נייגעריג...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/7/2005 03:16 לינק ישיר 

אקעי! גענוג! וויאזוי פלעגט מען זאגן אין חדר\סקול נאו סיקרעטס אין פאבליק, אדער פאקטס אלעס ארויס אויפן טיש און רופטס עס אויס הויך ביים באלעמער אדער הערטס שוין אויף צו שרייבן יעדע מינוט גו וואס איך האב געשריבען קוק וואס איך האב געענטפערט קוק נישט וואס איך האב נישט געענטפערט, לעטס טאלק סענסעבל, אקעי גייס



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/7/2005 05:38 לינק ישיר 

בן הרחמן, אנטשולדיגט פארן דיר מאכן נייגעריג... (קוק אין תיבה אישית... לאל).

דאס וואס דו שרייבסט "נאו סיקרעטס אין פאבליק סקול"... ברויך מען אריינלייגן ביי געבראטענע שטותים... ווייל "פארוואס דען נישט???". וואו דען זאל מען זאגען סיקרעטס?

ווען איך רעד מיט דיר פריוואט איז דאך נישט אינטערסאנט צו רעדן אין אויער אריין (געדענקסט ווען מען פלעגט לייגן די האנט און נאר איין האלב פון די חדר\סקול האט געקענט מיטהאלטן די סוד?) און בכלל, הייסט עס דען א סיקרעט ווען איך רעד מיט דיר אפן???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/7/2005 07:06 לינק ישיר 


א נפחא מינה צי ער האט יא געדאווענט נישט געדאווענט.....

ישראל אע"פ שחטא ישראל הוא...!

דער עיקר איז מען זאל אינזין האבן ביים דאווענען....

רחמנא ליבא בעי!!

==============================


אין ישיבה בין איך געווען א גרויסער פעיפער [בלעז PAYFER]
ענדליך בערך צוויי אזייגער זיך אריינגעכאפט אין די שלאף צימער פון די "זקנים" די געשמאקע אלטגעזעסענע חברה בחורים פון די ישיבה... איך פלעג הויך אויסרופן:

דערשרעקטס ענק נישט אויב מען זעהט ניין מלאכים אנקומען....

גלייבטס מיר זיי האבן זיך נישט דערשראקן...





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > די יצה"ר האט ...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext