האלאו! האט יוסי אריינגעשריגן שטרענגערהייט אין טעלעפאן, אבער זיין שטייפע שטימע איז גאר שנעל ווייך געווארן, יוסי האט זיך שטילערהייט איינגעהערט וואס יענער האט געהאט צו זאגן, זיין פנים איז געווארן בלייכער און בלייכער, עס האט אויסגעקוקט ווי ער פאלט אט חלשות....., ווען יענער האט געענדיגט רעדן האט יוסי בלויז געענטפערט 'גוט' און ארפגעלייגט דעם טרייבל, ער האט איבערגעלאזט דעם קאמפיוטער אנגעצינדן און ארויס פון אפיס, פארשלאסן די טיר, און אריבערשפאצירט די לאנגע האל-וועי ביז צום עלאוועיטאר.
א קליינע אויג האט ארויסגעקוקט פון א זייטיגן טיר, אין הארץ האט ער געשמייכלט מיט א רשעות'דיגן שמייכל נאכקוקנדיג זיין צעשראקענעם קרבן.....
(פארזעצונג קומט אי"ה)
תוקן על ידי - יענטאאש - 22/07/2005 2:44:31
נשלח ב-22/7/2005 18:07
יענטאאש
עס זעט אויס זייער א איטערעסאנטע מעשה
נשלח ב-22/7/2005 19:59
האלאו איך ווייס אז דו האסט אביסל איבעריגע צייט און די ביזט 'נאט טו ביזי' אבער ווער נישט אזוי עקסייטעט, איך האב געווארנט פריער, די מעשה גייט נישט האבן קיין הענט און קיין פוס, ס'איז א שאד צו האלטן קאפ.
בדרך אגב: איך נעם נישט קיין אחריות אז די מעשה גייט זיך אמאל ענדיגן.
נשלח ב-24/7/2005 07:39
אויפן אנדערן עק אמעריקע, אין דעם שטאט סאן פראנציסקאו, גערופן דורך אנדערע סאן פראנפריקא, זיצט זיך מייקעל ביי זיין קאמפיוטער און טראכט וועלכע זאך ער זאל ערשט טאן.
מייקל איז געווען א געלונגענער און טויגליכער מענטש, דערפאר האט אים זיין באסס ערהויבן צו זיין יעצטיגן פאזיציע פון וויצע מענעדזשער פונעם גאנצן פלענט, ער איז געווען אחריות אויף די גאנצע אומפארט און עקספארט פון די ריזיגע טעכנאלאגישע קאמפאני, וואס האט נארוואס אנגעהויבן שלאגן ווארצלן מיט די אויפבליה פון די אינטערנעט עפאכע.
מייקל כאפט א בליק אויפן זייגער, עס שלאגט שוין פיר אזייגער נאכמיטאג, זיין ווייב מאניקע האט אים געבעטן ער זאל זיך נישט פארשפעטיגן היינט, ווייל זיי גייען האבן וויכטיגע געסט אויף דינער.
ווייניג האט מייקעל געוואוסט אז די חשוב'ע גאסט זענען גאר געווען געלאדענט דורך מאניקע, מיטן ציהל אים אריינצוכאפן אין פאסטקע...
פארזעצונג קומט אי"ה, עס קען גאר זיין אז מיין מעשה מיט יענטאאש'עס מעשה וועלן זיך אמאל צוזאמטרעפן, אבער קיין גאראנטי.
אינגאנצן פארשוויצט און פארשטורעמט מיט א רויטן געזיכט איז חיים זלמן געשטאנען ביים 'שאסיי 6 ' אינמיטן פון א גאנצע גרופע טיילנדיג דירעקציעס רעכטס און לינקס, ס'איז געווען ביי די מלחמת קודש קעגן די אויסגראבונג פון די קברים, חיים זלמן איז געווען פון די היץ קעפ וועלכע זענען געשטאנען בראש המערכה, זיינע לאנגע פיאות פון וועלכע עס האט געטראפט שווייץ זענען געפלויגן אין אלע ריכטונגען ארומדרייענדיג זיין קערפער ווי א שלאנג ארום זיין קרבן, זיין ירושלימ'דיגער קאפטן איז געווען אינגאנצן פארשטויבט און זאמדיג נאך פון נעכטן ווען ער איז אראפגעווארפן געווארן דורך די וועכטער און די פאליציי, און מען האט טאקע אויך געקענט זען צייכנס פון בלוט אויף זיין קנעפל-לאזן העמעד וועלכע ער האט שוין נישט געהאט געטוישט פאר איבער א וואך.
חיים זלמן איז געווען אנגעשטרענגט, זיין מח האט געארבעט פיבערהאפטיג, ער האט פרובירט אויסצורעכענען פון ווי די שומרים וועלן איצטערט קומען אנצוגרייפן די מוחים, ווען פלוצלינג האט זיך זיין פעלעפאון צעקלונגען........
(פארזעצונג קומט אי"ה)
תוקן על ידי - יענטאאש - 24/07/2005 20:08:25
נשלח ב-26/7/2005 23:09
לאמיר פרובירן וואס איך קען... (הגם - יענטאאש - איך מוז דיר זאגען, אז איך בין נתפעל פון דיין סטיל אין שרייבעריי, וועלכע פון די דיקע ביכער איז ארויסגעגעבן געווארן דורך דיר??).
++
מערי עלעס יאנג איז א מיטליעריגע פרוי וועלכע וואוינט אויף א בלאק צוזאמען מיט אירע שכנ'טעס, אלע פון זיי אין די זעלבע יארגאנג - בערך.
מערי עלעס'עס טאג האט זיך אנגעפאנגען גאנץ רוטין. זי האט אויפגערוימט דאס שטוב. אויפגעפיקט די וועש פון קלינער'ס. גענומען די פאסט. אבער דאן האט זי צוגעשפרייזט צום קלאזעט, ארויסגענומען פון א קליין שאכטל א אנגעלאדענטן רעוואלווער, און...
קראך...
זי האט זיך אריינגעשאסן אין מח (ל"ע).
פארוואס???
ליינט אין קומענדיגן ארטיקל (אדער וואטשט די דעספערעט האוזווייפס...)
דאס בריוול האט אריינגעווארפן די חבר'טעס אין נאך מער א גרעסערן חשד און נאכמער געצויגן די נייגעריגקייט צו וויסן וואס איז דא די איינגעהילטע מיסטעריע, ווער האט פרובירט צו בלעקמעילען זייער באליבטע חבר'טע מערי עלעס וואס האט געהאט אזא שיין לעבן, אדער אפשר איז גאר געווען באהאלטן ביי איר א סוד די אלע יארן וואס אפילו אירע נאענטסטע חבר'טעס האבן נישט געוואוסט?
נשלח ב-27/7/2005 05:31
בן הרחמן, דו כאפסט זייער שנעל אויף א זאך... איך האב איבערגעקוקט עטליכע מאל די ערשטע עפיזאד (איך האב נישט די אנדערע ביזדערווייל) און איך האב נאכנישט עספיעט אויפצוכאפן די נאמען פון די גאס וואו זיי האבן געוואוינט און די פונקטליכע נעמען פון אלע שיקסעס...
**
אנדערש ווי בן הרחמן האט געשריבן - איז די צעטעלע פון זיך אליין ארויסגעפלויגן פון א קליידער שאכטל וואס זיי האבן געעפענט אויפן גאס, ווען איינע פון זיי רופט זיך אן מיט סארקאזם: מערי עלעס איז געווען א סייז צוועלף (נישט ווי זי האט אונז איינגערעדט אלע יארן אז זי איז א צען... מען האט געטראפן א סקעלעטאן אין איר קלאזעט? הא?).
ווען דאס בריוועלע איז ארויסגעפלויגן האבן זיי מיט שוידער באמערקט אז דאס דאטום אויפן ענוועלאופ איז געווען טאקע אט דעם גרויזאמן טאג וואס זי האט געמאכט א סוף צו איר יונג לעבן...
**
בן הרחמן ביסט מכבד צו גיין ווייטער (פאר איך פארגעס, די פרוי גאבריעלע איז "איווא לענגאריע" וועלכע האט היי יאר געוואונען דעם פארמעסט פון ...'י פרויען, זי איז געווען די ערשטע אויף די ליסט פון הונדערט!)
נשלח ב-27/7/2005 07:29
...ער קוקט אויף די רויך וואס ער האט נארוואס ארויסגעבלאזן פון זיין ברוינע לולקע, ווי א קנייל פון א פייער אפפער האט זיך דאס פארשפרייט אין דעם צימער און אנגעפילט דעם הוילקייט ביז עס האט זיך אויסגעמישט מיט די דיקע פירהענג וואס האבן מאיעסטעשיש באצירט דעם אויסגעפוצטן צימער.
ער האט נאך געהאלטן דעם טויטן טרייבל אין זיין לינקע האנט, איבערטראכטענדיק די פרייליכע נייעס וואס ער האט נארוואס עספיעהט צו הערן. אינסטינקטיוו האט ער ארויפגעלייגט זיין פיס אויף דעם שאכטל אונטערן טיש... זיכער צו מאכן אז אלעס איז גרייט פאר די לעצטע מינוט.
יענטאאש. די מעשה ווערט שוין צו שרעקעדיג... מיינע שוואכע נערוון באסטן שוין... איך האלט אז דו מוזט ווארענען די ליינער אז מען מוז האבן א שטארקע כאראקטער מיטצוהאלטן די שוידערליכע גרויזאמע מעשה...
נשלח ב-29/7/2005 02:41
אין אזױ
מיט א שמײס אױפן פערד איז ער אװעקגעפארן איבערלאזנדיג דעם קלײנעם הײזקעלע אין א װאלקן פון שטױב.
(פארזעצונג קומט אי"ה)
נשלח ב-4/8/2005 00:34
'געדענק גוט וואס איך זאג דיר, ס'זאל דיר זיין קלאר! איך נעם נישט קיין אחריות אויף קיין איבעריגע צען סקונדעס!, דער מענטש קעגן וועם די גייסט יעצט אויספירן די מיסיע איז גאר כיטרע און געפארפול, איין איבעריגע מינוט! און די ביזט פערטיג! יא פערטיג!'
די שארפע ווערטער האבן גוט געקלונגען ביי גרשון ברוך אין אויער בעת ער איז געזיצן אין זיין קאר אין פארקינג לאט אונטער די ריזיגע וואלקנקראצער געביידע אינמיטן די רוישיגע מאנהעטן, דער פארקינג לאט האט אויסגעזען גאנץ שטיל און רואיג, גרשון ברוך האט געקוקט אויף זיין זייגער, עס איז געווען 4:17 מיט דריי און פערציג סעקונדען....
לאז אונז נישט ווארטן נאך א וואך פאר די המשך פון די פארזעצונג, עס איז פיקוח נפש ממש, איך האב זיך שוין אויסגעדרייט צען מאל אין די לעצטע מינוט זיכער צו מאכען אז דו רעדסט נישט פון מיר.