בית פורומים היימישע קרעטשמע

שפאנענדע מעשה אין פארזעצונגען......

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/8/2005 02:10 לינק ישיר 

די מעשה דערמאנט מיר אין ר׳ יו״ט ערליך׳ס ניגון

"א געפאנצערטע קאר פארט אין די גאסן געשװינד"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/8/2005 05:42 לינק ישיר 

יונגאטש! איך האב גארנישט געוואוסט אז דו טויגסט אויך צו פארזעצונגען.

(שטילערהייט - קיינער זאל זיך נישט צוהערן דא - מיר קענען ארויסגעבן א ביכל מיט א ווייכע דעקל... קינד און קייט וועלן דאס קויפן, עס וועט זיין אזא "היט" און ראן אז עס וועט האבן אן אפקלאנג אין די גאנצע וועלט, און יעדער וועט נאר וועלן וויסן "וואו האבן זיך די אלע שרייבער געטראפן די ערשטע מאל"?

אבער ווילאנג די דעטאלן פונעם פלאן זענען נאכנישט אויסגעארבעט, ווי למשל: וויאזוי זאל דער ביכל הייסן? ווער זאל מאכן די געלט דערפון, די קהילה אדער די שרייבער? וועלן מיר ווייטער אנגיין מיטן שרייבן).

קיעפ איט אפ!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/8/2005 20:37 לינק ישיר 

Reb Hutkh,

Believe me, it's not something that comes natural to me, I have to work hard especially when writing Yiddish. But the atmosphere in the forum is very conducive and teaches the involved reader a lot about writers and writing in general.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/8/2005 20:58 לינק ישיר 

......וויאיעאו!!!!!!!!!!!!!!........ לעאו!!!!..... לעאו!!!!..... לעאו!!!!..... לעאו!!!!..... לעאו!!!!..... לו!!! לע!!!! לו!!! לע!!!! לו!!! לע!!!! לו!!! לע!!!! לו!!! לע!!!!......... וויאיעאו!!!!!!!!!!!!!!........ לעאו!!!!..... לעאו!!!!..... לעאו!!!!..... לעאו!!!!..... לעאו!!!!.....

הילכיגע סירענעס האבן געקוויטשעט אויפן העכסטן קול אויף די גאסן פון מאנסי, צענדליגער יונגלעך האבן זיך אנגעשלאסן אין א געמיינזאמען נאכגעלויף צו דערכאפן די פליענדע פאליסלייט וועלכע האבן זיך אלע געיאוועט אין זייערע בלויע קארס מיט די לענגלעכדיגע בליטש-לעמפלעך, די פאליסלייט האבן זיך אלע אפגעשטעלט פארנט פונעם בנין פון די 'ישיבה חצר ענים', מיט אויסגעשטרעקטע געווער זענען זיי אריינגעלאפן אין די געביידע פאר די אויגן פון צענדליגער שכינות'דיגע פרויען וועלכע האבן זיך אינאיינעם דארט פארזאמלט צוזאמען זיך צו פארקלאפן די הענט און נאכער עס ארויפלייגן לעבן מויל מיט א טישו צווישן די פינגער אויסשרייענדיג פארצווייפלטע 'נעבעך' רופן און יאמערליכע 'יוי' געשרייען.

אין די געביידע זענען די פאליציי אריין אין א כיתה ווי זיי האבן מיט א שנעלקייט אויפגעהאקט דעם וואנט מיט זייערע כלי מכשירים און מיט א בהלה אריינגעשפרינגען אינעם באהאלטענעם קעללער שרייענדיג מיט באסאווע שטימעס 'הענדס אפ!' 'הענדס אפ!' 'הענדס אפ!'.......

פון א דענעבנדיגן געסל האט זיך א רויטער מאליבו אנגעפאקט מיט זיבן צוזאמענגעדריקטע נפשות ארויסגעשלייכט פון פארקינג לאט און געצילט אירע רעדער מיט א שנעלקייט גלייך צום 'רוט סעווענטין'......



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/8/2005 00:03 לינק ישיר 


נו ווען פלאנסטו אריבערצוקומען?

- נישט פאר א שעה.

- האב איך מורא ס'וועט שוין זיין צו שפעט. אפשר קען מען עס יעצט ארלעדיגן?

- גוט, איך גיי יעצט אריבער, ביז א פינף מינוט קען איך דארט זיין, אן א טראפיק.

דער הויכער קלינג פון דעם טויטן טרייבל האט אים דערמאנט ער זאל צוריק אויפהענגען דעם טעלעפאן. ער איז נאך אלץ געווען אין שאק ווי גוט ס'יז אים געלונגען אריינצונארן זיין "חבר" אלעקס ער זאל שוין אריבערקומען צו אים. אזוי איז ער געווען זיכער אז זיין פלאן וועט אויסגעפירט ווערן ווי אמבעסטן.

אלעקס האט שנעל דורכגעטראכט וועלכע גאס איז די בעסטע יעצט צו נעמען ער זאל אנקומען די שנעלסטע אין די יעצטיגע נאכמיטאג ראש-האוער שטונדן, זיין ערשטע געדאנק איז אים געקומען צו נעמען פינפטע עוו. ביז די 87 סטע גאס און דארט זאל ער מאכן א שארפן לינקס ביז די מעדיסאן עוו. און נאכדעם א לינקס אריין אין 88 סט. ער האט פארזיכטיג ארויסגעקוקט פון זיין פענסטער אין זיין אפיס זיכער צו מאכן אז אלעס איז גלאטיג, זיין בליק איז געפאלן אויף א פענסטער פון די געביידע אנטקעגן איבער, ווי נאר ער האט ארויסגעקוקט האבן זיך צוויי שאטן אנגעזען ווי זיי רוקן זיך אוועק פונעם פענסטער.... ער האט אוועקגעמאכט דעם געדאנק, נעה.. בלויז דמיונות... זיי האבן נאכנישט געהאט קיין געלעגנהייט געוואור צו ווערן דערפון...

אינסטינקטיוו האט ער באטאפט זיין לינקע זייט פאסיק... ער האט אנגעהויבן אראפצוגיין די איינע שטאק אראפ מיט די שטיגן. ווי פארגליווערט איז ער געווארן זעענדיג ווי צוויי פארשוינען קומען ארויס אין די זעלבע סעקונדע פון די געביידע און אן שענקען א בליק צו זיין ריכטונג האבן זיך ביידער אריינגעזעצט אין א טונקעלען אימפאלא, מיט א קוויטש פון די רעדער האט זיך דער קאר ארויסגעגליטש און געפארן מיט א אימפעט ביז די 87 סטע גאס..

ער האט אויסגעווארט ביז ער האט זיי געקענט זען דערנאך האט ער זיך שנעל אריינגעזעצט אין זיין רויטן ביואיק, און אנשטאט איז ער געפארן ביז די 85 סטע גאס און דארט געמאכט א לינקס. ער האט אפגעאטעמט ווען ער האט געזען בליטשעדיגע לעמפלעך פון א פאליציי קאר וואס האט זיך געשטעלט אונטערן אימפאלא, פארן דורכפארן א רויטע טראפיק ליכט. דאס האט געמיינט נאך אפאר מינוט פאר זיין זייט. ... ער האט אבער נישט באמערקט ווי די צוויי חברה פון די אימפאלא האבן זיך אין א אויגנבליק געטוישט קארס מיט די צוויי פאליסלייט...





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/8/2005 22:29 לינק ישיר 

'פארוואס חלומ'סטו אזוי' האט זי געפרעגט שוין צום וויפלטן מאל פון יוסי וועלכער איז געזעצן פארן טעללער טשאלענט פון ווי עס איז געגאנגען א רויך און אין וועלכן עס איז געלעגן שיין אויסגעלייגט כל ערליי קוגלען פון אלע סארטן און כל'מינים פליישן מיט אלע טעמים, 'וואס? עה גארנישט איך בין אביסל מיד' האט ער פרובירט איינצורעדן זיין פיפיגע פרוי וועלכע האט פונקטליך געוואוסט וואס עס גייט פאר אונטער די קוליסן זינט זי האלט שוין אן א לאנגע פארבינדונג מיט די מרס. פייגלבוים די שכינה מיט די גראבע פיס און לענגלעכיגע נאז פון די אנדערע זייט בלאק וואס אויך פארמאגט זי דעם פאסטן אלס פערזענליכע סעקרעטארין פון 'געציל מאיר דער נגיד' וועלכער איז א שותף מיט יוסי'ן אין פארשידענע געשעפטן.

יוסי האט צושטיילטעך געשלינגען א בונדל נאך א בונדל וועלכע זענען אבער אלע שטעקן געבליבן אינעם אויבערשטן טייל פונעם עסן רער פאראורזאכנדיג נאך א אנלייגעניש ביי יוסי'ן אין צוגאב צו די דאגות וואס ער האט שוין אזוי אויך געהאט.

'איך גיי מיך לייגן' האט ער אויסגערופן צו מלכה מירל נאכן עסן די קאמפאוט און בענטשן, 'רו זיך גוט אויס' האט זי אים געענטפערט נאכקוקנדיג אים און מאכנדיג זיכער אז ער גייט אריין אין בעט און פארמאכט די טיר אונטער זיך, יעצט האט זי אפאר איבעריגע שעה'ן פאר זיך וועט זי קענען ארלעדיגן וואס זי דארף......

*******

גדלי' מאיר האט נישט געקענט גלייבן וואס ער זעט, זיין לאנגע רויטע בארד איז אים שטייף געווארן פון אויפרעגעניש און זיינע געלע ציין האבן זיך ווילד פארקלאפט איינער אינעם צווייטן פאר אויפברויז, גדלי' מאיר איז געוען פון די 'ועד הצניעות', און לכאורה האט ער שוין געדארפט הערן זען און מיטהאלטן גענוג האר אויפשטעלנדע געשיכטעס פאקטן און פאסירונגען אז דאס וואס ער האט איצט געזען זאל אים נישט אזוי פארכאפן אין שוידער, אבער פארט איז דאס געווען דאס ערשטע מאל וואס ער האט געזען אזא זאך פאר זיינע אויגן בריש גלי אן קיין שום בושה, גדלי' מאיר האט באשלאסן אז ער מוז זיך אננעמען פארן באשעפער, ער האט אריינגעריקט דעם שיפט אין דרייוו און אראפדריקנדיג דעם פעדעל אזש שיעור ארפברעכנדיג איר איז ער מיט א ווילדע שנעלקייט ארויסגעפארן אינעם ריכטונג פון דעם קליינעם זילבערנעם טאיאטא קעמרי אין וועלכן ער האט הערשט ממש איצט געזען א פרעמדע פרוי זיך אריינזעצן מיט א פרעמדן מאן.

ווילאנג מען איז געפארן אויפן גרויסן ברייטן שאסיי מיט די הונדערטער קארס איז נישט געווען אזוי שווער פאר גדלי' מאיר'ן סיי זיך צו האלטן גענוג נאנט מיט דעם פארנדיגן שייגעץ אויטא און סיי איר נאכצופארן אויף אן אופן אז די פרעכע לייט פון דארט אינעווייניג זאלן אים נישט באמערקן, וויבאלד אבער מען איז ארויסגעפארן ביים עקזיט און מען האט אנגעהויבן זיך צו דרייען אין די קליינע שמאלע געסלאך איז גדלי' מאיר'ן געווארן די לשם שמים'דיגע אקציע אסאך שווערער און פיל מער ריזיקאליש, ער האט זיך אבער נישט געשראקן און מיט א פייערדיגע עקשנות איז ער דעם געמיינעם אויטא ווייטער נאכגעפארן מיט אן אויף ווי ווייט מעגליך'דיגע פארזיכטיגקייט.

דער קאפ און קערפער האט אים אויף פריש אויפגעפלאקערט ווען ער האט געזען ווי דער אויטא בלינקט מיט די בלינקערס אויף אריינצופארן אינעם פאקינג לאט פונעם 'שעריטאן האטעל', ער האט נישט געגלייבט וואס ער זעט, אבער ער האט ווייטער אנגעהאלטן קאנטראלירנדיג זיין מוח זי זאל נישט אוועקוואנדערן אין אנדערע ערטער נאר זיך קאנצענטרירן אויף די אקציע און וואס זי איז איצט אקטיוו.

דער געמיינער אויטא האט זיך אפגעשטעלט און אזוי אויך גדלי' מאיר'ס, אבער ווי געשאקט איז ער געווארן ווען ער האט גאר געזען צווי גוי'אישע יונגע מענער ארויסקומען פון די טירן ......., גדלי' מאיר איז געווען פארלוירן און פארשעמט פון זיך אליין, אזא דורכפאל....., אבער ער האט נאכנישט פונקטליך פארשטאנען וואס דא גייט פאר, ער האט דאך פארט געזען ווי די צוויי אידישע שקצים גייען אריין אין דעם אויטא...., איצט האט ער צוויי פראבלעמען, איינס אז ער איז דא סתם פארפארן א אנדערהאלב שעה'דיגן וועג פאר גארנישט, און צווייטנס, ווי זענען איצט די צוויי אויסווארפן, גדלי' מאיר איז געווען באמת פארצווייפלט און צעמישט....

דער מאן אינעם גרינעם לע סעברע מיט די טינקעלע ווינדאו איז אבער גארנישט געווען צומישט, ער האט פונקטליך פארשטאנען אלצדינג, און בעת ער האט אריינגערעדט מיט אונפארשטענדליכע ווערטער אין זיין שמאלן אפאראט האט ער זיך אריינגעדרייט אינעם אינטערשטן פארקינג לאט ווועלכע געפינט זיך אין די בעק פונעם בילדינג, און זיך אפגעשטעלט אונטערן פענסטער פון רום 108.......

(פארזעצונג קומט אי"ה)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/8/2005 23:02 לינק ישיר 

נאַ... שוין ווידער... שוין נאכאמאל....
- "וואס גייט שוין פאר?" - פרעגן אלע פארוואונדערט
- "ניין... ניין... גארנישט... גארנישט..."
- "נאָ עפעס דאך?" - פרעגן אלע צוריק
- "גארנישט קיין באזונדער'ס"
- "נא וואס דען?"
אלע מאל פאסירן די אלע שיינע פארזעצונג מעשה'ס מיט אזעלכע ווי געציל, גימפל, צדוק, זעמל, גרשון, קהת און מררי, אה יא שיר פארגעסן און פארשטייט זיך "זארעכ". פארוואס פאסירט דאס נישט אמאל אויך מיט יאנקלע'ן, אברהמען משה, דוד?

שוין אלעס איז מן השמים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/8/2005 22:08 לינק ישיר 

איך האב געטראפן א שטיקל פון יענטאאש'ס פארזעצונג, עס גייט בקרוב ארויסקומען די גאנצע מעשה.

דא האט איר די לינק

http://brightscreenproductions.com/client/trailer001.wmv



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > שפאנענדע מעשה אין פארזעצונגען......
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.