קודם מיז איך מיך פארשטעלען פאר די היימישע עולם איך בין דער באוויסטער יאמאמיי זינגער ביי אלע חתונות איך זינג ווי מריפט מיך, ביי יעדע שמחה וואס מוויל הערען א געשמאקע יאמאמיי שטיקעלע בין איך עוועלעבעל . קיינמאל הייבט זיך נישט דע עולם ווי ווען איך זינג א יאמאמיי ווי יעדער קען עדות זאגען איז עס סאמטינג ספעשעל עס לוינט זיך צו פארען פון גאר ווייט מיך צו קומען הערען און טאקע ווען איינער וויל אז ביי זיין חתונה אדער קינדס חתונה זאל מען קומען און מען זאל טאנצען צו דע זאך אז מען זאל שמיסען איבעראל אז .......ס חתונה איז געווען א קנאקעדיגע זאך און סאיז געווען א HIT יעדער האט געהאפקעט....רופט מען מיך אריבער..
איך מיין אז שוין גענוג און יעדער ווייסט שוין ווער איך בין יעצט וועל איך שרייבען ווי שטארק מיך געפעלט דע פורום און זאל יעדער קראכען......
איך ליין זייער ווייניג וואס יעדער שרייבט דא און וואס יעדער גרעבעכצט ארויס ווייל סאיז דא אזויפיל פורוםס דא אז ווי האט מען אזויפיל צייט ? איך האב שוין ערגעץ אנדערש געשריבען אז אדער שרייבט מען אדער ליינט מען ביידע איז כמעט נישט מעגלעך....
אבער דע פורום האט עפעס א ספעשעל חן ווייל דא ..לאכט מען... דא געט מען זיך ארויס אלע HUMOR וואס זייער אסאך מענטשען האבען דא קען מען קימען ווען מאיז אנגעזעצט און מוויל זיך אביסעלע אפריען און געבען א גיטע שמייכעלע.....
אקעי איך מיז שוין לויפען מיין ווייב שרייט שוין אז די עסען ווערט קאלט (ווער סווייסט נישט איך האב ליב עסען אז פונעם טאפ מיז איך עס גלייך אראפשלינגען ווייל קאלטע עסען איז מיר גארנישט ווערט.....)
נשלח ב-26/7/2005 06:52
לאמיר אלע אינאיינעם זינגען לכבוד אונזער חשוב'ע גאסט, יאמאמיי, יאמאמיי, יאמאמיימיימיימיימיימיי.
לאמיר דיר נאר עפעס פרעגן, פארוואס ברענגסטו נישט מיט דיינע חברים און גוטע פריינד פון די אנדערע פארום'ס וואו דו שרייבסט? פארוואס באשרייבסטו די מעלות פון אונזער פארום דא וואו יעדער באזוכער ווייסט עס אליין. לאמיר זעהן אז דו זאלסט דארט אויף חדשות אנ"ש און אנדערע זייטלעך באשרייבן די געשמאקקייט פון היימישע שטותים, הא?
באמת האב איך גארנישט וואס צו שרייבן, איך שפיר נאר פאר מיין פליכט זיך נישט לאזן צוטרעטן מיט די פיס....
נשלח ב-27/7/2005 22:29
א מין בעל גאוה וואס איך בין...!!
פוי!! ............ א שטינקער א ראצער....!!
איך שעם מיך מיט מיין פריערדיגע תגובה...
ווועעעעעעעעעע.....כככככככעעע.....עע.... פוי...
נשלח ב-28/7/2005 00:23
און העי! געשמאקער!, ווען די לויפסט פון דא מאך זיכער אז עס פאלט גארנישט אראפ פון דיר אקעי!, איך וויל נישט גארנישט פון די מחלוקת אנגעשטעקטע באקטעריע זאל דא פארבלייבן!
(סארי אז מיר שרייען אזוי אויף דיר, אבער זאלסטו וויסן אז דאס איז אומטאלערירבאר דא. פינטל.)
יאמאמיי, איך בעט דיר א ביסעלע מחילה פארן דיך צעפען, איך האף האסט דעך ווייניג צוקראצט פון דעם, איך האב מיר איינגעהאנדלט לעצטענס א גוטן רוקן קראצן, אההם.. מ'קען עס נוצן נישט נאר אויף די רוקן. איך קען דיר עס בארגן אויף ס'פעלט זאך הויס.
האט אט דאס.
נשלח ב-29/7/2005 08:28
עד אחד נאמן באיסורים ועאכו"כ ווען עס איז נאך דא אויך א הודעת בעל דין וואס דאס איז כמאה עדים דמי.
איז ווער בין איך זאל זאגן אנדערשט...?!?...
גישמאקער, דארפסט מער אכטונג געבן וואס דו שרייבסט.
ווייל איך מיין אז דער עולם דא גלייך נישט קיין "שטינקערס" מיט "ראצערס"........
נשלח ב-29/7/2005 08:50
גם זו
נעם עס נישט אזוי ערנסט
דעס אלעס איז א חלק פון מיין הימל געשאנקענע "געשמאקייט"
נשלח ב-29/7/2005 20:34
געשמאק אהער געשמאק אהין! איך בעט דיך בכל לשון של בקשה, דו זאלסט זיך אבאכט געבן פון דיין פון הימל געשאנקענע געשמאקקייט, דא איז נישט דער פלאץ פאר דו זאכן, דא לאכט מען נאר אן דעם וואס איינער זאל ווערן דערפון פארשעמט.
נשלח ב-29/7/2005 21:00
יענטאאש;
גוט געזאגט אבער ווייניג לעבן זאלסטו.
אוי, איך האב פארגעסן אריינצולייגן א פינטעל [קאמע], וועסט נאך מיינען איך האב דיר דא באשאלטן ח"ו.
לאמיר עס איבערשרייבן:
גוט געזאגט אבער ווייניג, לעבן זאלסטו!
נשלח ב-30/7/2005 01:18
הוטקה , וואס זאגסטו צו יענטאאש?
איך מיין ער איז א גוטע ראש הקהל, ער טוט זיין פליכט ווי עס געברויך צו זיין , מיט א שלימות...
דו שרייבסט, ער האט געזאגט ווייניג, ביטע זיי משלים די איבריגע.
ער האט זיך געמאכט פאר א מנהג איבעראל לויפט ער אונטער מיר, ווי נאר איך בין מגיב איז ער אויך עפעס מגיב נאך מיר.
איך בין סתם נייגעריג וואס ער גייט יעצט האבן צו זאגן...דו אויך?
תוקן על ידי - gishmoker - 30/07/2005 1:24:22
נשלח ב-31/7/2005 07:44
אומגע'שמאק'ער (דאס איז נישט אייגנס, דאס האט מיר איינער פון די חשוב'ע שרייבער אויפן פורום אריינגעגעבן אין מויל);