נשלח ב-27/7/2005 01:47
דיסקרימינאציע קעגן אונזערע שרייבער!!!? אנומעלט באקומען מיר די שוידערליכע ידיעה פון איינעם פון די חשוב'ע שרייבער דא אויפן פורום, אז מען האט אים געסטראשעט און באדראעט מיטן ערגסטן, אלעס צוליב דעם 'חטא' פון שרייבן אויף 'היימישע שטותים'.
דער קאמעראד אונזערער האט זיך געוואגט אהערצוקומען מיט זיין אלגעמיינע ניק, און די בעלי בתים פון עטליכע כלומר'שט פרומע פורומים האבן אים אנגעסטראשעט אז זיי וועלן אים פארשפארן צוליב דעם!
שומו שמים!
צי דען זענען זיי פרומער פון כביכול וועלכער איז ידו פשוטה לקבל שבים?
ווייסן זיי דען נישט אז תשובה העלפט אפילו פאר איסורי כריתות, וכל שכן פאר א פורום וואס האט אמאל געשריבן שלא כהוגן אבער האט געמאכט א הונדערט אכציג דעגרי (אקעי נישט ממש הונדערט אכציג, אבער ניינציג איז אויך גענוג) און שרייבט בלויז שטותים להחיות בהם נפש כל חי?
אויב די סטראשונגען וועלן זיך נישט אויפהערן, וועלן מיר מוזען נעמען שריט...
אין עונשין אלא אם כן מזהירין...!
נשלח ב-27/7/2005 03:19
יא! יא! מיר ווארענען אייך מיר וועלן ענק פארשיקן צו אלדע בייזע רוחות צוזאמען מיט אלע אנדערע קאפיקעטערס
נשלח ב-27/7/2005 07:14
ברוכים הבאים אלע נייע שרייבער, ובראשם דער 'געשמאקער'!
יהא בואכם לברכה!
האט נישט מורא פאר קיין קאנסעקווענצן, מיר האבן די ריכטיגע קאנטאקטן מיט אלע מנהלים אויף היידפארק!
ווער עס טשעפעט איינעם פון מיינע שרייבערלעך, איז ווי גלייך ער טשעפעט מיט מיר אליין...
נשלח ב-27/7/2005 07:36
שכויעך הוטקע, יעצט פיהל איך שוין פארזיכערט אונטער דיינע פליגלעך פונקט ווי דאס קליינטשיגע אונטערן מאמעס פארטוך
נשלח ב-27/7/2005 13:34
מאמע'ס פארטוך?
איז דאס א טשעפע צוריק אויף דעם וואס איך האב ארויסגעברענגט א ספק אויף דיין גענדער?
נשלח ב-27/7/2005 14:08
אלס מנהל פון דעם סאטמארן אומפארטייאישן פורום "א בלוק אין סאטמאר" שריי איך דא אויס צו אונזערע ברודער.
כולנו בני איש אחד אנחנו! חזק ואמץ ואל תחת!
ביי מיר אין פארום זענט איר אייביג וועלקאם עס לאנג איר וועט שלעטן די ציונים אדער סיי וועמען אנדערשט.
לעבן זאל דער שיטה הק' און פייגערן זאל טעראר!
נשלח ב-27/7/2005 19:23
יישר כוח פאר די רב פון אונזער קהילה...
אזא ווארימע אויפנאמע האב איך אין ערגעץ נישט באקומען!
אפילו נישט פארגעסן צוצוגעבן אביסל קאלטס...[ער ווייסט וואס איך מיין....] אין אזא הייסן קאכעדיגן טאג....
נשלח ב-27/7/2005 22:46
גלייכצייטיג בעטן מיר אלע אונזערע שרייבער, נישט צו ענטפערן אויב מען כאפט זיי ביי די מעשה... ביי די חטא הידוע פון שרייבן דא אויף אונזער פורום....
אויב באקומט איינער אין אישית א סובפינא פארן שרייבן דא, דאן זאל מען דאס בשום אופן איבערנעמען... נישט אנרירן...!! אויב יא וועט זיין פרוף אנקעגן אים... נאר מען זאל דאס תיכף ארויסשליידערן פון קאמפיוטער... נישטאמאל אנקוקן....
דערנאך ווי גלייך איר האט דאס באקומען און דורכגעליינט ... שיקט עס אריבער דא אהער צו די מנהלים... זיי וועלן שוין קער נעמען על צד היותר טוב...צי אן אפיעל צי בזבלא... נישט געזארגט!
אפשר גאר וועט אפילו געלונגען מיט די נייע טאקטיק.... צו מאכן שלום צווישן די צדדים!!.....
ומכאן יוצאת התראה אל כל מנהלי פורומים נכריים!!
תפסיקו מלבטל מלהפסיק מלהתגודד.. מלחקור מלתבוע מלהפיר משטערן מלהפסיק מלבטל זיין.. מלקרוח.. מליישר.. מלעקם...מלשפוט מלפאדערן מלעורר מלהחליק מלפייטן..מלאריינרעדן...וכל שום וחניכא דאית להו...
הערטץ אויף!!
די נויטיגגע שריט וועלן מיר אנווענדן קעגן דעם!....
והכל על מקומו יבא בשלום...
נשלח ב-28/7/2005 13:17
נארוואס באקומען א שיינע בריוו פון איינע פון די חשוב'ע מנהלים אויף היידפארק. און מען זעצט זיך יעצט אראפ פארהאנדלן וואס עס זאל זיין דער סטאטוס פון אונזערע שרייבער.
ביזדערווייל זאל דער עולם ווייטער שרייבן דא מיט וועלכן ניק מען וויל...
נשלח ב-28/7/2005 19:16
חשובע מנהל שליטא
ביטע האלט אונז אינפארמירט מיט די באשליסונגען פון די זיצונגען.!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.