| נשלח ב-27/7/2005 19:38 |
|
| |
"יארמור רב"... ... זאגט:
דא ווער געגעבן די געלעגענהייט פאר אלע שרייבערלאך וואס פאסקמאטעווען זיך מיטן שרייבן, זיי קענען נעבעך נישט אליין בדחנ'ן צי נפחא'נן צי סתם זענען פוילע יונגאטשעס... אדער פוסטע בעלי גאה, וואס עס פאסט נישט פאר זיי צו מאכן תגובות... ... ...
דעריבער האט איך געזעהן פאר וויכטיג צו עפענען אן אשכול ווי יעדער זאל קענען שרייבן קיינער זאל זיך נישט פיהלן בא'עוול'ט, אדער זיך דארפן שעמען מיט זיין נישט געלונגענע וויצלאך, דא קען מען אלע וויצלאך אנלייגן אויף אונזער אלעמען באקאנטן רב ראש וראשון לכל דבר של קדישה...הרב הגעון מאור הגולה המאור הגדול (יא, ביי די ספרדישע תמימים ווערט ער באטיטלט המאור הגדול..! אוי לאותה בושה...] מורה מורינו הרב רבי ר' יענקל מילער-שליטא....
ביטע נאר שרייבן אמת'ע זאכן וואס ער האט (קיינמאל...) נישט געזאגט....
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2005 22:52 |
|
| |
עס שיינט מיר, ווי קיינער דא האט נאכנישט געהערט פון דעם גרויסן רב....
כדי נישט צו בלייבן חוזק .. מיט מיין זיסע אשכול'עלע וועל איך מיר מוזן אליין נעבעך מגיב זיין.... איך בעט ענק לאזט מיך נישט אויפן וואסער דא...!! העלפטס מיר ארויס אין מיין הייליגע ארבייט פון ברענגען די גאולה...יא איר קענט לאכן... האומר דבר בשם אומרו.... מביא גאולה לעולם...!!
|
|
|
|
| נשלח ב-29/7/2005 04:37 |
|
| |
גישמאקער שלום..
המתחיל במצווה אומרים לו גמור.
מ'בעט אייך נישט הענדיגן... האבער לפחות האנהייבן...!!!

|
|
|
|
| נשלח ב-29/7/2005 05:02 |
|
| |
הע..איך גלויב האס נישט !!!
וויסטע דען מיר זאגן אז יארמער רב ווייסט נישט א מפורש'ע הלכה...
היתכן ???
תוקן על ידי - גם_זו - 29/07/2005 5:02:34
|
|
|
|
| נשלח ב-29/7/2005 06:40 |
|
| |
געשמאקער;
איך האב דא אויסגעמעקט דיין נארישע תגובה, איך צייל ביז דריי, דאס איז די ערשטע זאך וואס איך האב געמעקט, אויב איך קום אן ביז דריי, ווערסטו גע'אסר'ט דריסת הרגל אין דעם שוהל!
אין עונשין אלא אם כן מזהירין!
|
|
|
|
| נשלח ב-29/7/2005 07:35 |
|
| |
איך וועל קענען דאן אריינשיקן איינעם אנשטאט מיר?..
מוזט מיר מוחל זיין יעצט, איך האב עס געטון פאר יאוש..
אין מארץ 3 האב איך באקומען א פארקינג טיקעט פארן פארקן אויף א סיידוואלק, אזאך וואס איך קיינמאל נישט געטון נאר איך בין געווען אויף א דרייוו וועי און אזוי ווי מיין קאר האט א לאנגע נאז.. האט סעך עס אריינגעשטעקט.. אין די סייד.. וואלק,
שוין גאנצע פיר יא ... פיהר! חדשים וואס איך בין ביזי דארמיט עס פייטן... היינט ערהאלטן דעם בריוו גילטי וויט רעדוקציע..... א מין ליצנות... די צען דאלאר פענעלטי איז אראפ און בין "שולדיג" בלויז.... $115 ... ווי צו זאגן כאילו... כאילו.... כאילו כ'אב עפעס איינעם געטון!..
יא דער קאמפלעינענט הייסט , א רגע לאמיר נאכקוקן....
יא ער הייסט. דעפפי סאראווענט... קענסט אים אפשר?
וואס האלטסו מען קען טון צו די פארקינג טיקעטס?
איך האלט מען זאל אנפרעגן יארמער רוב אזוי וועל איך כאטש האבן וואס צו שרייבן אין דעם אשכול...
|
|
|
|
| נשלח ב-29/7/2005 07:50 |
|
| |
יא, דאס איז מעיאר בלומבערג.
פרעג קרעמער וואס ער זאגט דערצו, איך מיין אז עס איז שוין העכסט צייט מיר זאלן אנהויבן דעבאטירן פאר וועמען צו שטימן אין די מאיאר וואלן.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/7/2005 09:28 |
|
| |
איינער איז אמאל אריין צום רב אל הקודש פנימה, בעטנדיג א ברכה פאר פרנסה, האט ער גע'עצה'ט עך זאל ווערן א בדחן, איך? בדחן? איך קע...קעקע....קעקעץ דאך??
נו איז וואס? וועט מען דיר צאלן צוויי מאל פארן צוויי מאל הערן!....
אבער איך קען נישט קיין זשאויקס?
גוט. כ'על דיר זאגן אפאר.
מענטשן פרעגן מיר יענקל וואס נעמסטו אזוי טייער צו בדחן'ען ביי חתונות? 3000 דולר?! אזוי סך?!
נאר, מיין ארבייט הייבט זיך אן נאך פון סך פריער, קודם ווער איך געוואור צי דער חתן קען לערנען, אזוי ווייס איך וואסערע מין זשאוקס צו מאכן דברי תורה אדער היימישע שטותים. נישט לאנג צוריק רוף איך אן א עלטערע ראש ישיבה אין א"י , האלאו! דא רעדט יארמור רב!.
איך הער ניט אזעי גוד, וואס זאגט איר?
יארמער רב!!
און וואס ווילט איר?
איך וויל פרעגן צי דער בחור קען לערנען?!
וועם ווילט איר דערצערענען?
ניין! צי ער קען לערנען?!
לויט ווי איך הער קען ער לערנען.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/8/2005 21:10 |
|
| |
כ'האב אמאל געהערט, מיפעי קאדשוי פונעם יארמער ראוו שעליטע א טייער ווארט, וואס אויב מ'זאל אננעמען אז ער איז גערעכט, קען מען מיט דעם ווארט פארענטפערן זייער אסאך קאשעס.
דער ראוו האט געטייטשט:
מ'זאגט ביי א ברית, "כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים". האט דער ראוו געפרעגט, לכאורה, וויאזוי קען מען וואונטשן פארן קינד כ"שם" שנכנס לברית = אזוי ווי "שם" (בן נח) איז אריין צום ברית בשעטומ"צ און איז אויסגעוואקסן דער גרויסער צדיק שם, אזוי אויך כן יכנס לתורה וכו' = זאל דאס קינד אויך אזוי אויפוואקסן, לכאורה מיר ווייסן דאך בשם המדרש אז שם נולד מהול, טא אויב אזוי איז דאך שם קיינמאל נישט געווען נכנס לברית?. האט דער ראוו שיין פארענטפערט - צוגעבנדיג פון פארדעם אז דאס איז נאר בדרך אפשר - אז היות ע' פנים לתורה, קען אפשר זיין דער פשט, אז דאס ווארט כ"שם" איז נישט דער פשט אזוי ווי "שם" איז אריין צום ברית וכו', נאר דער "כשם" קען צומאל אויך טייטש זיין, אין חז"ל, "אזוי-ווי", ווי למשל מ'געפון מיר אין חז"ל כשם שמצוה לומר דבר הנשמע וכו' און אזוי אויך אין נאך אסאך ערטער, במילא לויט דעם קען זיין דער פשט אזוי: אז מען וואונטשט דעס קינד, "כשם" שנכנס לברית אזוי-ווי ער איז בשעטומ"צ אריין צום ברית כן יכנס לתורה וכו'. דער ראוו האט דאן אויסגעפירט אז ער האט פארגעלייגט זיין פעשאט פאר רוב רבנים, און אלע האבן קילוי קעפע עחאד מאסקים געווען צי זיין פעשאט און האבן געזאגט אז ס'קוקט אויס צו זיין קארעוו לע-עמעס.
***
אויב מ'זאל מער אננעמען דעם פשט, ווערט מיר פארענטפערט זייער אסאך קשיות ווי למשל איינס:
(ביטע האט געדולד, לייענט דארעך די קאשעס מיט דע טיריצעם, אפילע איר האט א געמארע קאפ אין איר כאפט שוין אליין דעם טערעץ, ווייל צו געבן א שמייכל אין מעישעך פון ליינען דעם גאנצן פילפעל לוינט זיך נאך אלס...)
חזל זאגן במקום שאין איש וכו', האב איך געזען א פשט אין הייד פארק אז ס'מיינט, במקום שאין איש איז הערינג אויך פיש, (כאכעם איינער איך ווייס שוין דע קאשע מיטן טערעץ..., האלט האלט, האלט מיט דעם גאנצן דריש). לכאורה ברויך מען דא צו פארשטיין עטליכע זאכן, פשטות פשט איז דאך אז אויף א פלאץ ווי ס'נישט דא קיין מענשט איז הערינג אויך פיש.
א) קוידעם קאל איז שווער פאשעט, האט דען איינער אמאל אריין געווארפן א סאפעק אין העירינג צו דאס איז פיש צו נישט, וואס דען איז דאס אויב נישט א מין פיש?
ב) נאכדעם איז שווער וואס איז דער "אויך", ער וואלט געקענט זאגן במקום שאין איש איז העירינג פיש?
ג) אין בעאיקער וואס ס'איז מיר שווער מה ענין שמיטה אצל הר סיני, ווייל עס איז א ליידיג אין עס איז נישט דא קיין מענטש איז הערינג אויך פיש?, און וויאזוי וועט זיין למשל אויף א פלאץ ווי ס'איז יא דא מענטשן איז דען דארט הערינג נישט פיש, (הא אבער נאך ווי, אדרבה הערשט דעמאלט, גלייך ביי קוה, נאך פאר אנעים זמירות, ווי נאר מ'ברענגט אריין דעם הערינג, כאפט זיך יעדע איש צו צי דעם פיש, און מע'באלעקט זיך דערמיט אזש אז ס'גייט א רויעך עד לעוו האשאמאים)
מתחלה האב איך געטראכט צו פארענטפערן די קאשעס, אז ער וויל בעיקר דער גראם זאל שטימען, דהיינו, עס לייגט זייער גוט אין גראם:
במקום שאין איש,
איז העירינג אויך פיש,
אבער אויף דעם איז אויך זייער שווער, ווייל וואס עפעס כאפט ער פונקט אן הערינג וואס איז ממין הפיש? עס וואלט דאך פונקט אזוי גע'גראמ'ט ווען ער זאגט למשל:
במקום שאין איש,
איז לאקס אויך פיש,
(דאס פארוואס ער כאפט נישט אן טאנא-פיש איז עפשער נישט קיין קאשע, ווייל לויט טייל פאסקעם איז די טאנא'ס וואס מ'פארקויפט קיינמאל נישט געשטאנען לעבן פיש).
אויב אבער כ'על אננענמען דעם יארמער ראוו'ס מהלך, קען מען בעדעירעך עפשער אויך פארענטפערן אונזערע קאשעס, אז באמת שטייט "במקום שאין איש ישתדל להיות איש", במילא איז שוין נישט שווער מה ענין שמיטה אצל הר סיני, ווייל ס'האט זייער א גוטן שייכות, (אפילו דער גראם שטימט אפשר נישט אזוי שטארק, אבער בדויכעק קען מען זאגן אז די צוויי "איש" = במקום שאין איש מיט דעם ישתדל להיות איש, רעדט פון צוויי אנדערע מענטשן, ואכמ"ל).
איי לכאורה וואס דען זאגט מען אין הייד פארק במקום שאין איש איז הערינג אויך פיש? און נאך מער די ערשטע צוויי קאשעס זענען נאך אלס נישט פארענטפערט?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/8/2005 03:59 |
|
| |
שכוייח ר' זרח
די תירוץ איז תיקו תיקו...
אז מען רעדט שוין פון קאשעס מיט טעריצעם, וועל איך פארציילן וואס איך האב אמאל געהאט מיט ר' יונתן אייבשיץ. ער איז אמאל אלס קינד אהיימגעקומן פון חדר, און געגעסן אביסל קאשע , זיין טאטע ווי באקאנט האט זיך זייער משתעשע געווען מיט אים, פרעגט ער אים יונתן טיייערער: דא איז די קאשע און וואס איז דער תירוץ?...
טאטע, אין משיחין בסעודה, נאכן עסן ע'מיר רעדן.
נאכן עסן פרעגט אים דער טאטע נו?
רופט זיך אן דאס קינד: יעצט איז שוין נישטא קיין קאשע מער....
יעצט, צוריק צום אשכול. איינער האט עפעס א עובדא מימרא פון די ר' יענקלען מיללער'ן?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/8/2005 08:41 |
|
| |
מהיכי תיתי דו ביסט גוט דו דעזערווסט א
....כ'אף דער עולם האלט מיט....
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2005 01:49 |
|
| |
כ'האב געזען אין א אנדער פארעם דא אויף הייד פארק בשם יארמער רב:
מ'דארף מהיום והלאה ארויף קלעבן ביי א יעדע חופה א טאוועל:
יהודי אינו מגרש יהודית
|
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2005 01:55 |
|
| |
זרח'ל איך ווייס נישט וואו איר דרייט זיך, אבער דער ווארט פון "יהודי אינו מגרש יהודית" האב איך ערצייגט, און דאס איז "קאפירייט".
אדרבה, צייג מיר אן וואו איר האט דאס געזען אויב נישט אין היימישע שטותים.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2005 01:58 |
|
| |
כ'אב עס געזען אין "בחדרי חרדים"
דו האסט עס שוין געשריבן דא ביי אונז אין קרעמעל ערגעץ?
(אפשר אין בח"ח אויף א אנדערן ניק...?)
|
|
|
|
| נשלח ב-5/9/2005 02:02 |
|
| |
ניתי ספר ונחזי. לאמיר זעהן ווער עס האט עס פריער געשריבן. איין מינוט. לאמיר עס אויפזוכן.
|
|
|
|
|