| נשלח ב-5/9/2005 07:11 |
|
| |
א באנדע חברה!
וואס האט עטץ געטון מיט מיין אשכול...??!!
כ'אב ענק געבעטן נאר שרייבן זאכן בשם יארמור רב, און יעצט איז עס אנגעפירקלט מיט יעדן'ס גרעבצן.
אך..... [מיט א פתח] ...אךך .... [מיט א קמץ]...
|
|
|
|
| נשלח ב-13/9/2005 20:46 |
|
| |
דעם שבת ביים פרק פארלערנען פון אונזער רב זאל זיין געזונד, האט ער נאכגעברענגט א גמרא.
אינמיטן רופט זיך אן איינער פון די עמך אידען אז די גמרא שטייט נישט ווי דער רב זאגט, נאר עס שטייט גאר ערגעץ אנדערש, ער האט עס פאריגע וואך געלערענט אין דף היומי.
האט דער רב געזאגט אז ער האט געהערט פון יארמע רב.
לעצטענס איז געווארען זייער איינגעריסען (צו אויפגעכאפט) דער דף, אז אפילו פרויען לערנען דעם דף.
זאגט דער יארמע רב אז זיין רעבעצין האט זיך אויך גענומען איבער דעם דף. יעדען טאג זאגט זי דף דף (איך דארף)
תוקן על ידי - נאטורליך - 13/09/2005 21:01:32
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 18:20 |
|
| |
איך האב היינט געהערט א ווערטל, נישט פון יארמע רב, אבער פון א געשמאקן איד אין וויליאמסבורג, איך קווענקל אויב איך זאל זאגען זיין נאמען... אבער אן די נאמען איז די גאנצע ווערטל נישט אינטערסאנט. וועל איך עס שרייבן ברמז: ר' אלקנה ר. ני"ו.
האט ער געזאגט כהאי לישנא: עס מוז זיין אז איך האב א ספעציעלע סייעתא דשמיא... ווייל איך דריי זיך שוין ארום אויף די גאסען זעכצען יאר! און איך בין נאכנישט משוגע געווארן!
ראויים הדברים למי שאומרן. (גראדע האב איך נאך פערל ווערטער פון דעם אויבנדערמאנטן איד אין מיין באזיס פאר די נייגעריגע צווישן ענק).
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 18:27 |
|
| |
לייג אריין.
ווען האסטו צייט זיך צו דרייען תחת צילו?

|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 18:28 |
|
| |
קרעמער ני פארוואס אינז לאזן ווארטן,
פאק אויס דיינע טאשן,
מיט גיטע זאכן,
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 19:40 |
|
| |
ר' אלקנה:
ס'קומט זיך מיר א מזל טוב,
איך בין געווארן א חתן,
מזל טוב!
דינסטאג איז די חתונה,
מיטוואך די גט,
דארנעשטאג שפרינג איך אראפ פון וומ"ס בריק,
פרייטאג די לוי'
|
|
|
|
| נשלח ב-22/11/2005 20:19 |
|
| |
דער איד הייסט ר' שמואל אלקנה!
תוקן על ידי - kraitchmer - 22/11/2005 21:10:13
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2005 17:44 |
|
| |
קרעמער, איר ווייסט דאך אז איך בין אסאך אינטער וועגען'ס.. נו, פארוואס פארט א יוד אויב נישט אז ער זאל קענען עפעס אריבער שווערצען די גרעניץ..
א קיצער, היינטיגע צייטען קען מען שוין שווערצען אויך מיטען שיף, עס קומט אן אזוי סאך סחורה אז די חברה האבען נישט קיין צייט צו בודק זיין, אבער פארט מזל מוז מען האבען.
אנקומענדיג אין חיפה ביים פארט אפצונעמען מיין סחורה באמערק איך אז מיין סחורה ליגט אין זייט, איך ווינדער זיך וואס קען שוין זיין מיט אביסעל קאווע וואס איך ברענג אריין אז פונקט דאס זאלען זיי בודק זיין.
העי מיסטער, וואס איז דאס? פרעגט מיר די אנפירער.
איך דערמאן זיך אז לעצטנס זענען זיי שטרענג מיט קאווע.
זאג איך, עס איז עסען פאר פייגלעך.
יענער פרעגט מיר שוין פארוואונדערט, זייט ווען עסען פייגלעך קאווע?.
זאג איך אים: אויב וועלען זיי ווילען, וועלען זיי דאס עסען און אויב נישט איז נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2005 17:53 |
|
| |
כורמיזא;
קודם כל שלום עליכם! איר קומט דאך פון א ווייטע וועג, וכמה הרפתקי דעדו עלי...
שנית, איך האב נישט געוואוסט אז איר זענט אסאך אונטערוועגנס...
שלישית, אז איר זענט טאקע יא אסאך אונטערוועגנס, עצה טובה קמ"ל: קומט אריין אין קרעטשמע, דערכאפט אייך דאס הארץ, ווארעמט אייך אן פון די פראסטיגע קעלט וואס הערשט אויף די וועגן.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/11/2005 18:28 |
|
| |
נעכטן געהערט א ווארט פון יארמער רב
אוואו איז מרומז די שמאגערסבארד (איך האף עס איז גוט געספעלט) וועניסטעיבעל ביים דאווענען?
וכל המינים כרגע יאבדו 
|
|
|
|
|