אמן אמן!!
איך וויין אויך מיט מיט דיר , די מצב איז שרעקליך!
וואו קען מען נאך זיצן געשמאק אין די בערג מיט די נאכאנאנדע שוידערליכע מיטמאכענישן ביי כלל ישראל?!
רבותי!! איך זאג עס דא אפן איך שרעק מיך נישט פון קיינעם נישט!
אם אין אני לי מי לי!!
לאמיר זיך אלע פארנעמען עפעס א דבר טוב, עפעס א ענין, וואס דאס זאל העלפן אוועקנעמען דעם געפערליכן אנדרלמוסיא.
ווארטס נישט אויף קיין רב, בעל דרשן, אדער עפעס א המאור הגדול, זאל דרש'נען פאר אונז און מעורר זיין, לאמיר זיך אליין דערוועקן.
קיינער זאל נישט שרייען, איך בין גוט נאר א צווייטער איז נישט גוט וכו', ווייל דאס אליין איז גורם צו דע ביטערע עונשים, ווען יעדער שרייט כולו שלי און יענער איז דער שולדיגעער, זייטס אויפריכטיג.!
איך זאל זאגן אז ס'הערשט א מגיפה ביי אונז רח"ל? ניין. אין הל' תענית ווערט אויסגערעכנט ווען מען דארף גוזר תענית זיין צוליב א מגיפה א מארד, דאס איז טאקע נישט דאס ב"ה. אבער נישט ווייט דערפון השם יצילנו מזה.!
עס ווערט געברענגט אז אויב מ'יז נזהר אין סעודת מלוה מלכה ווערט מען ניצול מן הפורענות, איז לאמיר זיך אלע פארנעמען דא די ערשטע אויף גאנץ היידפארק, צו פראווענען א מלוה מלכה סעודה כימי שלמה בשעתו, מיט כל מעדני מלכים גפן ורוקח מרקחת, בארשט מיט יאגדעס, אונגארס איצקאוויטשעס, שישאס מיט וויינבערגערס, וכו' וכו'.
אפשר אפשר, אין דעם זכות וועט דער רבונו של עולם זיך מרחם זיין ויחון עלינו ועל שארית עמו ישראל ברחמים אמן כן יהי רצון,
ומחה ה' אלקים דמעה מעל כל פנים ונאמר אמן.
 |
|
|