בית פורומים היימישע קרעטשמע

מודעה ואזהרה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-31/7/2005 21:40 לינק ישיר 
מודעה ואזהרה

אזוי ווי דער ראש הקהל האט מיר מודיע געווען אז היינט זונטאג זענען דא פארגעקומען שלאכטן. וואס דאס איז נישט אויסגעהאלטן סיי לויט די תקנות הקהילה, און סיי לויט די חוקי התורה. אויך האט א חצוף זיך דערוואגט ארויפצולייגן דא זיינע טינופות.

ווילן מיר דא מעלדן און ווארענען!

ווער עס וועט זיך דערוואגן צו פארוואנדלן דעם פורום אין א בלוט באד, אדער אפילו אין א פילאו פייט, אפילו אויב ער וועט נאר אויפהייבן א האנט און וועלן זיך קריגן מיט א צווייטן. וועט גלייך פארשפארט ווערן פון דא!

כל שכן וכל שכן ווער עס וועט זיך וואגן צו לייגן דא עפעס וואס איז נישט אויסגעהאלטן עפ"י תורה!

יהיה מי שיהיה.

אין עונשין אלא אם כן מזהירין.

ולמזהיר ולנזהר שלומים תן כמי נהר.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/7/2005 21:49 לינק ישיר 

גם אני מצטרף לדברי הרב הוטקע, און איך וויל אייך פריוואט ווארענען! ווען איינער איז דא פורץ גדר טו איך זיך קאמפליטלי אויס די יענטאאש'ישע הענטשוך! געענדיגט מיט די רואיגקייט און ס'ווערט אויס געלעכטער! מ'דארף אליינס האבן שכל אז די גאנצע בא'טעמ'טקייט וואס אונזער פורם האט, האלט זיך אויף די שכל'דיגע יסודות, און וועם עס געפעלט נישט דא זאל זיך גיין צו אלע רוחות!

געדענקט! ווען איר קומט דא אריין, טוט זיך אויס די זאמדיגע שטיוול און לייגט אראפ די האמער,פאסיק, און שטיינער פון 'חדשות אנ"ש' לייגט אין די זייט די פארשמוצטע דזשעקעט פון ס"מ וכל השאר, נעמט ארויס די שיינע זויבערע פענע פון היימישע שטותים און מיט א רואיגקייט שרייבט דא זאכן פון וואס דער עולם וועט הנאה האבן.

ווען איר שרייבט אין היימישע שטותים איז דא צוויי זאכן צו האלטן פאר א ציל:

א) יעדער זאל לאכן און הנאה האבן.

ב) קיינער זאל נישט וויינען און ס'זאל קיינעם נישט באדערן חלילה.

ג)נומער ב' איז וויכטיגער ווי נומער א'.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/7/2005 21:51 לינק ישיר 

מ'ווארט יעצט נאר אויף די חתימה פון בן הרחמן. נאכדעם וועט מען עס אריבערשיקן צו די פרינטינג געשעפטן, און פעיסטן אויף אלע גאסען. און אנספרעיען אויף אלע ווינקלן פון גאס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/7/2005 22:00 לינק ישיר 

איך בין נישט דא געווען, וואס איז דא פארגעגאנגען עס קוקט אויס גאר אינטערסאנט.

מאך נישט נייגעריג פארצייל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/8/2005 00:00 לינק ישיר 


זלמן, וואס גייסטו אוועק אין א צווייטע שול? בלייב דא וועסטו אלעס מיטהאלטן...

אוי פרעג בעסער נישט..!... וואס דא האט זיך אפגעטון,

חייקל דער האלץ האקער האט זיך צובייזערט אויף קלמיש דער וואסער טרעגער. זיי האבן זיך מיאוס צעווערטלט אז דער רבי שליטא האט זיך געמוזט אריינמישן שלום מאכן. פרעג נישט. א האלבע ביהמד איז געווען מיט חייקל און א האלבע מיט קלמיש.

עניוועי איך אלס טובי הקהל בין מסכים אין בין זיך מצטרף צו אלעס אויבענדרמאנטן מודעה.

הק' יואלי גישמאקער





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/8/2005 01:43 לינק ישיר 

אזוי ווי איך בין נאך געווען אביסל מידלעך פון די נעכטיגע גרויסארטיגע מלוה מלכה, וואס מיר האבן אזוי שיין פארברענגט אינאיינעם מיט זמירות און סיפורי צדיקים, ממילא האב איך נאכנישט געקענט געבן מיין חתימה ביז יעצט,

לאמיר טאקע אוועקלייגן אלע האמערס און צווענגלעך און אלע קלאפערגעצייג און אויסטוהן די שמוציגע דזשעקעט, און יעצט נעם איך ארויס מיין שיין ציכטיגן פעדער מוקדש ומיוחד לשם היימישע שטותים.

און איך וויל טאקע אויך מוסיף זיין נאך א קליינע נקודה (דו מיינסט דו מוזט אלס מוסיף זיין עפעס קענסט נישט סתם אונטערשרייבן וואס מ'בעט דיר?),

אז מען זאל נישט עפענען פאר יעדע תגובה א פרישן אשכול אויב עס איז שוין דא א פריערדיגע אשכול אויף די ענין, למשל ווערטלעך זאל מען לייגן אלעס אינאיינעם וכדומה וכדומה,

ובזה באתי על החתום

הק' בןהרחמן
וויצע פרעזידענט


הרצים יצאו דחופים והדת נתנה בכל שערי היידפארק אז קיינער זאל זיך נישט דערוואגען עובר צו זיין אויף די תקנות הקהלה



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-1/8/2005 03:40 לינק ישיר 

ליתר שאת באו החתן והכלה בעצמם על החתום.

קאסמא קרעמער

???

איטס דראדזש אן סאנדעי נייט ווררררררררררררווווווווווום



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > מודעה ואזהרה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext