מענטש שרייבט:
ס'איז א מאל געווען א רבי, וואס פלעג ליידן געהאקטע
צרות פון זיין רביצין. די רביצין, א נידעריקע, א דארע,
פלעג זיך בייזערן אויף יעדע קליינקייט, און שעלטן דעם
רבין און א סוף.
דער רבי פלעג זי אנרופן "בחוקותי". די חסידים האבן אים
א מאל א פרעג געטאן: רבי, וואס קומט דער רבי אנרופן די רביצין בחוקותי ? זאגט דער רבי: "בחוקותי" איז א קליינע סדרה מיט א סאך קללות...
|
|