| נשלח ב-3/8/2005 06:24 |
|
| |
אן א קעפל!!
העלא! אלע אידן!
איך לייג נאר אראפ מיינע זעקלעך,און איך קום מיך שוין "אינטערדאסען".
דא רעדט צו אייך א פשוט'ע עמך איד, וואס איז קיינמאל נישט געווען פון די גרויסע רעדער'ס,קיינמאל נישט באטראכט געווארן אלס א אלס-ווייסער.
בקיצור א שטילע איד.
א ציהערער בין איך גראדע יא געווען, שטענדיג זיך געדרייט נעבן די קיפקעס, מלקט זיין וואס אנדערע שפייען אויס.
אזוי ווי איך האב ליב צו הערן, האב איך אויך זייער ליב צו ליינען, זיץ איך א גאנצע טאג אויף הייד-פארק און איך ליין יעדעם'ס גרעבסן.
ויהי היום, עס פאלט מיר איין א ווילדע געדאנק, אפשר שרייב איך אויך, אפשר באטייליג איך מיך אויך צווישן די שרייבער'ס.
אבער,ניין, איך ווארף דאס באלד אף, איך קען מיך נישט ערלויבן צי שרייבן.
מיין אומזיכערקייט מיט מיר, מאכט מיך טראכטן אז ווי נאר איך גיי דא ארויף לייגן מיין תגובה, גייט יעדער מאכן אזא גרימאס מיטן פנים, ווי צי זאגן, אה! עפעס א פרישע שיילער האט זיך דא אנגערוקט.
אבער, די נארישע געדאנק פון ווערן א שרייבער אויף הייד-פארק, לאזט נישט נאך, וואס טוט מען??
בין איך געגאנגען אויסזיכען ווי צי שרייבן, אויף וועלכע פורם, אה....איך האב שיעור פארגעסן צי זאגן וואס נאך מיך באדערט, וואספארא נאמען געב איך מיך?? אזוי שטיי איך און טראכט אגאנצען טאג.
איך האלט שוין ביי די זעקסטע נאמען וואס איך ווארף אף, איך לויף שוין אויס באלד פון נעמען, בלית ברירה וועל איך אויס איינע פין מיינע "גיטע" שמות הנרדפים.
ווי אויך האב איך שוין אפגעמאכט ביי מיר, יא, 'היימישע שטותים', דארטן גיי איך אנפאנגן צי פרובירן מיין מזל,
נאכ-אלעם איז עס דאך די געשמאקסטע פורם אויף הייד-פארק,
(אזוי ווי טען טען ווינס, איז די מאסט ליסענד טא סטעישן, אין די נעישן).
איך פאנג אן צי שרייבן מיין ערשטע הודעה, מיינע געדאנקן פייניגן מיר די...די... די גייסט טאקע שרייבן??? דא שרייבן דאך נאר געשמאקע נפחא'ס, וואס זענען נישט צי ביזי, אן א נאמען, פון יענטע לאנד, וואס זענען רחמנות'דיגע מענטשען, וואס דרייען זיך אין קרעטשמע, אבער די, ווער ביסטו???
למעשה, האב איך מיך שוין געהאט אפגעמאכט, אקעי, יום פלוני שרייב איך מיין ערשטע תגובה,איך קום אן, מיינע גלידער ציטערן, מיינע קניען קלאפן זיך איינס און צווייטן, איך מאך יעדע פינף מינוט אשר יצר...
למעשה זע איך, פונקט דעם טאג איז בן גאלד ציריקגעקימען, איך האב אביסל מורא פון אים, ער איז אזא ערנסטע מאמע, וואס טו איך דא?
און יעצט ווייס איך נישט וואס צו טין, איך בין אביסעל מיד, זאל איך עס לאזן אזוי אן א קעפל, אדער זאל איך בכלל נישט דריקן שלח הודעה...
איך האלט מיין רעכטע האנט אויף די מייז, מיין פינגער אויף די קנעפל, מיין אנדערע האנט כאפט שטארק אן די בענקעל....
יא...ניין...יא...
איך קען נישט גלייבן, יא איך האב געדריקט דעם קנעפל.
תוקן על ידי - screenname - 03/08/2005 6:28:15
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2005 06:33 |
|
| |
ברוכים הבאים סקרין נאמען.
ביים באקוקען דיין פאספארט האב איך געזען אז דאס איז ליידיג... דאס מיינט אז מיר זענען טאקע ווירקליך דאס ערשטע פלאץ וואו איר שרייבט זיך (מיט דעם ניק עכ"פ).
יהא בואכם לשלם, קומט און ברענגט מיט אייערע פריינט!
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2005 06:44 |
|
| |
אה... ברוך השם!! איך אטעם אף.
נאכן דריקן דעם קנעפל, בין איך געלאפן דריי גאסן אין איין צי, און יא... עס איז שוין ארויפגעגאנגען אויפן נעט, איינער האט שוין אפי' מגיב געווען.
אוי.. שיעור פארגעסן פון הל' דרך ארץ, שכח ר' הוטקע פארן מיך אויפנעמן מיט אזעלכע ברייטע ארמס.
אבער דעס וואס די פארלאנגסט, איך זאל ברענגן מיינע פריינט, איז זייער א שווערע בקשה, קוים וואס איך ערלויב מיך צי שרייבן,איך האף אז די זאלסט מיר פארגעבן.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2005 16:39 |
|
| |
ברוך הבא ר' סקרין נעם
איר האט געמאכט א גיטען באשלוס, דא אין היימישע שטותים וועט איר אדדואי טרעפען א געשמאק פלאץ צו פארברענגען. מען טשעפעט נישט קיין אידען, עיר קאנדישען איז דא בריוח. רבי הוטקע שטעלט צו קאווע אין טיי מיט אלעס גיטס פאר זיינע באליבטע חברים. וועלקאם טא דע...
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2005 18:46 |
|
| |
נאטורליך;
דו ביסט א גוטער אויף מיין חשבון... די קאווע ווערט באצאלט פון די אידן וואס מאכן שמחות ביי אונז אין די קהילה.
למשל: היינט האב איך א שמחה... מיין בעל הבית האט אריינגערופן "סיק" (עס האט אים גענומען אפאר יאר, אבער ענדליך האט ער איינגעזען אז מיר אלע זענען גערעכט ווען מיר האלטן אים אין איין זאגען: איר זענט קראנק) און אלע ארבעטער האבן זיך צולאזט, יעדער אויף זיין שטייגער.
איינער איז ארויס און געקויפט א פיצא פיי, דער אנדערער האט מנדב געווען "סלאש" פארן עולם. און איך האב זיך צוגעשארט צו מיין פריוואטן ווינקל און...
דא בין איך!!!
אויף ווידערזעהן!
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2005 19:14 |
|
| |
סקריןנאמען נאטורליך הוטקע
איך האב גערעדט מיט דער וואס נעמט קער פון די קאווע און ער האט מיר געזאגט אז ער האט נאך געלט פון ווען איך האב געמאכט די לעצטע שמחה און איין וועגס האט ער מיר געבעטן נאכאמאל געלט לכבוד ווערן מנהל משנה ( פארשטייט זיך אליין אז איך האב אים געגעבן) SO פון מיין זייט קענען אלע "שרייבערס" הנאה האבן פון די קאווע
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2005 19:40 |
|
| |
פארשטייסטו מיר; ער באצאלט געלט פאר די קאווע פון איין טאש, באלד ריקט ער זיך אריין אין קהל'ס אפיס ווען קיינער זעהט נישט און באצאלט זיך צוריק פון קהל'ס קאסע...
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2005 21:23 |
|
| |
גראדע האב איך געלייענט אויפן מי שבירך טאוועל אז איינער א פלוני אלמוני האט ג'שנדר'ט קאווע פאר א גאנץ יאר. האב איך שלעכט געלייענט?
ר' הוטקע, אפשר קענסטו פועל'ן ביי מיין בעה"ב אויך צו קאלען סיק? ער וויל עס נישט דערהערען.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/8/2005 23:55 |
|
| |
נאטורליך;
א פשוט'ע עצה.
מאך אים קראנק..
|
|
|
|
| נשלח ב-4/8/2005 00:23 |
|
| |
עס איז שוין צו שפעט פארדעם, וד"ל
|
|
|
|
| נשלח ב-4/8/2005 00:25 |
|
| |
ער קען שוין נישט קראנק ווערן ח"ו?
איז ער דאך אויף דיסעביליטי.
זאג אים ער ברויך מער נישט אריינקומען, דו וועסט שוין קעירנעמען...
|
|
|
|
| נשלח ב-4/8/2005 00:27 |
|
| |
איך טענה שוין לאנג מיט אים ער זאל קומען שפעטער און גיין פריער, ער זאגט ער האט מורא מיר וועלען אלע געוואר ווערען אז די ביזנעס פירט זיך פיין אן אים.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/8/2005 21:13 |
|
| |
טייערע סקריננעם!
איך בין אויפגעברויזט ביז גאר.
PLAGIARISM אויף מיין חשבון????!!!!
יירע הכהאל ווע ישפויט.
דא האט איר א לינק צו "חדשות ניו יארק" לפני צוען מצרים (היינט איז עס שוין נישט אין דינסט) און זאגט איר לעמי האכוסעמעס אילעמי האפוסילות!
http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=685221
פאר די וואס קענען נאר בליקן אין מסורת, קאפי איך אריין מיין ערשטע פאוסט, וואס "סקריננעם" האט פעליגערייזד, נאכן משנה זיין אביסעל:
קישן_ציך שרייבט אונטערן קעפעל:נעמט אן מיין מנחת עני...
שלום עליכם אידן!
איך לייג נאר אראפ מיינע פעקלעך און זעקלעך, און אין קום מיך שוין "אינטרעדאסן".
דא רעדט צי אייך א פשוט'ע עמך תהילים-איד, וואס איז קיינמאל נישט געווען פון די ראש המדברים, קיינמאל נישט פארנימן די אויבן-אן, נימער באטראכט געווארן אלס א אלס-ווייסער.
בקיצור, א שטילע איד.
א ציהערער בין איך גראדע יא געווען, שטענדיג זיך געדרייט נעבן די קיפקעס אין דוקא די רוישיגע, אימער געגליכן צי זיין דער מאסף לכל המחנות, מלקט זיין וואס אנדער שפייען אויס.
אין די לעצטע צייטן, ביי מיין טעגליכע מנחה-מעריב נייעס-שיעור, דערוויס איז זיך פין א נייע מקור, "אויף הייד-פארק שטייט", איך האב עס געזען אויף הייד-פארק", "טענה'ע זיך נישט מיט מיר גיי ארויף אויף הייד-פארק וועסטו זען", דאס זענען געווארן טעגליכע פראזן צי וואס איך האב זיך געדארפט ציגעוויינען.
זיץ איך שוין אזוי 3 וואכן אויף הייד-פארק, ווען אימער איך זע מיך מיט איבעריג צייט ניץ איך דאס אויס צי כאפן א בליק אויף "הייד-פארק".
איך ווער באקאנט מיט נייע נעמען, מישמאש, בדיעבד, גארפילד, מקוה איד, א.ד.ג.
ויהי היום, עס פאלט מיר איין א ווילדע געדאנק, אפשר שרייב איך אויך אריין מיינע צוויי ווערטער, אפשר באטייליג איך מיך שווישן די קארפן קעפ!
אבער, איך ווארף דאס באלד אף.
איך קען מיך נישט ערלויבן צי שרייבן, איך משל מיר נאר אף אין מוח וויאזוי עס וועט אויסקיקן ווען איך וועל שרייבן מיינע ארעמע געדאנקן.
די ערשטע פראסק וועט מסתמא קומן פין שיך בענדיל קורץ אין שארף.
נישט ווייל איך האלט אים פאר א שלעכטער, ניין דייקא נישט, נאר פשוט, מיין אומזיכערקייט מיט מיר, טרייב מיר צי טראכטן אז די "געלוגענע" וועלן תיכף כאפן אז דא האנדעלד זיך פין א נער'עלע, א שוואכלינג, א אומבאהאלפענער, א אומבאלימפערטע, אויף וועם מ'קען ארויפשמירן א גיטן וויץ, איינער וואס וועט נישט באקומען קיין הילף פין קיינעם.
נאך א האלבע שעה, ווען איך וועל שפירן אז די רויטקייט פין פנים איז שוין פארשווינדן, וועל איך ציריק איינשטעקן די "ווייער" פין מיין קאמפיוטער, וואס איך האב אזוי האסטיג ארויסגעשלעפט נאכן גערישטן פראסק.
איך בין שוין ציריק אין מיין אשכול, איך זע שוין פין אינדרויסן אז ס'איז שוין דא 4 תגובות, איך שטעל מיך פאר מסתם, א דרשה פין גארפילד, א בייסיגס פין בדיעבד אין....!!!!!!!
ניין דאס שוין נישט...
איך קען נישט טראכטן פין דעם...
מיינע גליגער ציטערן שוין וואכן פין דעם...
איך ווייס נישט וויאזוי אנדער שרייבערס קענען זיך נאך ציזאמנעמן די מח אין קוראזש, אין שרייבן נאך אזונס.
אה.. אנטשולדיג איך האב פארגעסן צי זאגן פין וואס איך רעדט, דאס מערסטע פין וואס איך פחד איז:
איך זאל חלילה נישט טרעפן אין מיין תגובה די ווערטער: תוקן ע"י שפיגל!!!!!!!!!!!
איך ציטער פין די ווערטער, וואו פין די טויט אליין, די געדאנק בעצם אז שפיגל קען זיך אריינכאפן ביי יענעם אין תגובה, איז שוין שרעקעדיג, אבער וואספארא תיקונים רעכט ער דארט אף????? געוואלד אין געשריגן, וואס איז דאס באדייט?????
די געדאנק פין ווערן א שרייבר אויף הייד פארק, לאט אבער נישט נאך.
שוין איך כאפ זיך, עה... איך קען זיך געבן א נאמען וואס וועט מיך מאכן אויסקיקן ווי א גאנצער קנאקער.
איך האלט שוין ביים פיפטן נאמן וואס איך ווארף אף, איך לויף שוין אויס פין נעמען, בלית ברירה וועל איך אויס איינע פין מיינע "גיטע" שמות הנרדפים.
יעצט א בקשה צי אייך ליינער'ס חשוב'ע:
פירט אייך נישט איין, אז ווען איר וועט זען מיין נאמען וועט איר איבערהיפן מיין תגובה, עה דאס איז נישט אינטערעסאנט...
גיטס מיר א שאנס, ליינט עס דורך אויב זענט איר נישט ספעציעל אומציפרידן, דאן גיבסט מיר א , אויב איך רעג אייך ממש אויף, דאן רעאגירט מיט איינגעהאלטנקייט, אין שרייבט אוואו גלייך איר רעספעקטירט מיך אין אלגעמיין, נאר דאסמאל זענט איר מחולק, אזוי ארום וועט די אנדער ליינערס אויך ארויפקוקן אויף מיר.
געדענקט, איך בין א אינג ביימעלע, כי באפם הרגו איש, מיט א דריי מיט די נאז קען איר מיך אפ'הרג'נען, בויעט אויף מיין זעלבסטזיכערקייט.
נאכאלעם, קומט דאך מיר א מעדאל, פאר די קוראזש, צי אנהייבן שרייבן.
יעצט שלאג איך מיך מיט מיין געדאנק, זאל איך קוועטשן שלח הודעה אדער נישט...
איך האלט מיין רעכטע האנט אויף די מייז, מיטן פינגער אויף די קנעפעל, מיין אנדערע האנט כאפט שטארק אן די בענקל..
יא...ניין...יא...
איך קען נישט גלייבן, איך האב געדריקט דעם קנעפל.
איך לויף ארויס פין צימער, אזוי לויף איך שוין פיר גאסן....!!!!!!!!
ע"כ פון מיין פאוסט
BTW סקריננעם: אפשר ביסטו מסביר פשט אין דיינע ווערטער:אה! עפעס א פרישע שיילער האט זיך דא אנגערוקט.???
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2005 23:53 |
|
| |
אגיטן מר. קישען_ציך;
קודם כל שלום עליכם!
שוין זייער לאנג נישט געהערט פון אייך, איך האב נישט געוויסט אז איר לעבט נאך, {אפשר גאר זענט איר הוטקע, איר לייגט אייך שלאפן פאר א וויילע, און דערנאך שטייט מען צוריק אויף go figure!!}
אבער וואס מיך באדערט די מערסטע איז, פארוואס ביזטו אויפגעשטאנען אזוי שנעל, איך האב נאך געפלאנט צי ניצען דיינע אנדרע תגובות (ווי למשל די מעשה מיט דעם זעכצן יעריגע בחור'ל) דא אויפן פורם..
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2005 01:58 |
|
| |
שלום עליכם נאכאמאל 'סקרין-נאמען';
סארא דרך איז דאס? מען ריקט זיך אן פון איין מינוט אויפן צווייטן, מ'לייגט ארויף יענעם'ס תגובות (הגם צוגעפיצט אביסל), מ'ווערט פארשווינדן, און מ'קומט צוריק?
עניוועי, יהא בואך לברכה!
|
|
|
|
|