בית פורומים היימישע קרעטשמע

נישט צו ביזי ווערט פארנומען!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/8/2005 06:45 לינק ישיר 
נישט צו ביזי ווערט פארנומען!

מיט גרויס פרייד טוען מיר מעלדן פאר אלע אונזערע חשוב'ע מעמבער'ס, ליינער און שרייבער צוגלייך, אז ביי די קהל'ס מיטינג וואס איז פארגעקומען הונטער געשלאסענע טירן דעם פארגאנגענעם דינסטאג (מיט די אפוועזענהייט פון בן הרחמן, וועלכער פראוועט אין די טעג תיקון חצות צופרי אויך, און מען קען ממש נישט צוקומען צו אים) איז באשלאסן געווארן פה אחד (הא? הוטקע מיט יענטאאש זענען איינס און דאס זעלבע?) אז היות די קהילה איז זיך אזוי שיין צואוואקסן אין די לעצטע תקופה, בפרט ווען מיר האבן צוגעבויט די נייע פאליש אין מסורת היידפארק, איז דאך יעצט די ריכטיגע צייט אויסצואוועלן א נייעם מנהל משנה וואס זאל ארויסהעלפן מיט די ביטער שווערע ארבעט פון האלטן דעם עולם אונטער קאנטראל.

לכתחילה האבן מיר געוואלט אויפנעמען אזא איינעם וואס האט גענוג און נאך צייט אויף די האנט זיך אפצוגעבן מיט די אלע טאג טעגליכע פראבלעמען וואס מאכן זיך אין אזא גרויסע וועלטליכע קהילה, האבן מיר זיך געמאלדן צו אונזער ידיד ר' קרעמער וועלכער זיצט טאג און נאכט און באטראכט די זון און די לבנה און די אסטראנאטן (ווערט נישט באליידיגט מר. קרעמער, דאס איז אסאך חשוב'ער ווי זיצן אויף די אינטערנעט א גאנצן טאג), אבער ער האט אונז איינגעמאלדן אז אויב ער וועט אננעמען דעם פאסטן וועט ער מוזן פארקורצן זיינע נייעס באריכטן און אנאליזן, און אויף דעם האבן מיר נישט מסכים געווען, בשום אופן. דאס איז דאך פון די זאכען וואס ברענגט אהער דעם עולם פון אומעטום, מען שטראמט אין די מאסן ווי נאר מען הערט אז מר. קרעמער'ס פעדער האט זיך שוין ווידער איבערגעפולט און אויסגערינען אויף זיין פאפירל.

האבן מיר זיך גענומען זוכן צווישן דעם חשוב'ן עולם "ווער איז דער פאסיגער קאנדידאט"?

האט שיינט ארויס צו אונז א ניק וואס זאגט שוין אלעס! נאט טו ביזי [נישט צו פארנומען]! דאס איז דאך די איינציגע מעלה וואס מיר זוכען ביי אונזערע ראשי קהילה...

פון אנהויב האט ער נישט מסכים געווען, ער האט פרובירט זיך ארויסדרייען מיט די אונטערנאציאנאלע תירוצים: איך בין הייזעריג, נידריג, דיקליך, פארנומען (די איין תירוץ איז געווען א פאלשע...) וכו' וכו'

אבער מיר - די ראשי וטובי הקהילה - האבן זיך געשטארקט אויף אים, צוגעבינדן די הענט און פיס, און אנגעטאן אויף אים דעם כתר מלכות, וימליכה תחת לאוולי והוד שבהוד...

על כן, ברודערלעך געטריי, גייט ארויס אין א ווארימע געזאנג (נישט קיין מוזיק, צוליב די דריי וואכן) לכבוד אונזער נייעם מנהל משנה!

מזל טוב מזל טוב!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/8/2005 23:57 לינק ישיר 

מזל טוב 'נאט טו ביזי', איך האף אז די ביסט טאקע נאט טו ביזי, אזוי וועסטו קענען שטיין צו הילף אויף דעם פורם וועלכע איז אמאל געווען נאט טו ביזי, און איז היינט געווארן אויס נאט טו ביזי, יעצט וועסטו אויך ווערן אויס נאט טו ביזי, וויל די וועסט דארפן העלפן דא אנפירן דעם פורם וועלכע איז אמאל געווען נאט טו ביזי, און איז היינט געווארן אויס נאט טו ביזי, אבער איך האף אז די וועסט זיין נאט טו ביזי מיט אנדערע זאכן אזוי וועסטו קענען זיין נאט טו....... איך ווייס אליין נישט ווי איך האלט דא... עניוועי מזל טוב.....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/8/2005 00:05 לינק ישיר 

איך האף אז דו וועסט יא זיין ביזי ביי די ארבעט, ווייל אויב נישט וועט דיין בעל הבית וועלן פטור ווערן פון דיר, אדער פון די אינטערנעט, און דאן וועט נישט טויגן...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/8/2005 01:42 לינק ישיר 

מזל טוב 'נישט צו פארנומען' צו דיין עולה זיין לגדולה צו ווערן מנהל משנה און אונזער\אייער געלוגענער פארעם היימישע שטותים דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט קענען קיפען ביזי אונזערע חברים דא אין די קהילה,

דיינע שותפים אין קהל'ס אפיס

רבינו הוקטע = מנהל
יענטאטאש = ראש הקהל
בןהרחמן = וויצע פרעזידענט



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/8/2005 03:27 לינק ישיר 

עס ווערט שוין א שטיקל געדרענג אין קהל'ס אפיס... מען וועט מוזען ארויסבויען.

בכלל - בן הרחמן - לייגסטו דא צופיל אן מיט דיינע זאכען, מעגסט איבערלאזן "עפעס" פון דיינע זאכען אינדערהיים, וואס האסטו מורא???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/8/2005 05:22 לינק ישיר 

הוטקע, דו ווייסט דאך יא אז איך פארברענג דא אין שוהל מער ווי אינדערהיים פון תיקון חצות ביז קריאת הגבר און דערנאך תיקון חצות אינמיטן טאג בפרט אין דריי וואכן אזוי ווי מען פלעגט זיך פירן ביי אונז אין נייטרא אינדערהיים, ממילא מוז איך דא האבן אלע מיינע זאכן אזוי ווי די גמרא זאגט אין ברכות (דו צייכן אן וועלכע דף) אויף שמואל הנביא כי שם ביתו, אדרבה אויב דו ווילסט קענסטו אויך ניצען מיין בעטל פאר א נאכט



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/8/2005 05:50 לינק ישיר 

דף י' ע"ב

אבער די גמרא זאגט דארט אויך אז הרוצה להנות יהנה כאלישע. מען מוז נישט אלץ מיטברענגען אלעס פון שטוב.

בכלל; ווען דו וואלסט כאטש צוזאמגעלייגט דאס בעטל און מסדר געווען די נאכטהעמד וואלט שוין בעסער געווען... אבער איככה אוכל וראיתי דיינע שיינע בלויע געשטרייפטע פידזשאמעס ליגן אויסגעשפרייט אויף מיין פארעדיגן בענקל?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/8/2005 18:04 לינק ישיר 

מצורף קובץ

לחיים......לחיים......לחיים......



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/8/2005 18:24 לינק ישיר 

לחיים, פונקט אין צייט איך האב יעצט געגעסען פיש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2005 19:22 לינק ישיר 

נא, במקום שאין איש...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/8/2005 05:32 לינק ישיר 

נישט צו פארנומען; לאמיר דיר בעטן א פריוואטע טובה.

ווי באקאנט פון איינע פון די אלטע אשכולות האב איך א שוואכקייט צו היינעקען ביר, דאס האב איך גע'ירש'נט פון איינע פון מיינע רבי'ס וועלכער האט מיר אויסגעלערנט צו טרינקן ביר אויך...

ווילסט טרינקן ביר? פיין! אבער נעם ארויס דעם "ביר-קילער" מאשין פון מיין פריוואטע אפיס'ל, אז נישט וועסטו מוזען דינגען שלעפער אדער "חברים" מעמבער'ס וואס זאלן מיר אהיימנעמען יעדע נאכט, און דו וועסט מוזען מעקן מיינע תגובות רעכטס און לינקס...

קוים וואס איך בין אחריות אויף מיינע ניכטערע תגובות...

ידידך הוטקע



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/8/2005 04:54 לינק ישיר 

איך האף אז נישט די ביר האט פארטריבן הוטקע'ן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/8/2005 05:06 לינק ישיר 

נישט פארנומענער דו מאכסט דיך תמ'וואטע דו האסט דאך אויך צוגעהאלפן צו די מערכה און מען האט טאקע גענוצט פון דיין ביר



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > נישט צו ביזי ווערט פארנומען!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext