געט א קוק דארט וואס איך האב געפונען... נישט מער און נישט ווייניגער ווי אן אינטערוויו מיט אונזער מר. קרעמער...
++
אגב, אב הרחמן;
א גריס פון אייער זוהן אדער אייניקל דער מנהל משנה דא, ער פירט זיך זייער שיין אויף טראצדעם וואס איר זענט דא...
נשלח ב-4/8/2005 23:33
הוטקע איך זעה אז דיין בעה"ב איז שוין צוריק אין די פעדערן.
נשלח ב-5/8/2005 05:36
יא, מיין בעל הבית איז היינט געווען אין די פעדערן, קודם האב איך באקומען א פסק פון דאנעט ביז אהין פאר די אנגעפילטע דעסק וואס ווארט מיר נאך פון נעכטן, ווייל כידוע לכל האב איך נעכטן "ניעט" געארבעט...
דאן האט ער זיך צוגעזעצט צו מיין כלי הנקרא קאמפיוטער און האט פרובירט זוכען אין די ארכיוון וואס איך האב "יא" געטאן א גאנצן טאג...
זעהנדיג אז איך האב זיך געדרייט אויף גוטע פלעצער, האט ער מיר נאר געזאגט: איך וויל דאס מער נישט זעהן!
איך האב אבער נישט געענטפערט יא אדער ניין, און איך האף אז דאס נעקסטע מאל ווען ער וועט ח"ו נישט גוט פילן וועט ער אויך האבן פארגעסן פון אונזער (זיין) אפמאך...
איך האב יעצט די ערשטע מאל געהערט די אינטערוויו מיט מייקל ריטשערד'ס - מער באקאנט אלס "קאסמא קרעמער" דער ערשטער פון די "סיינפעלד סעריעס" - אויף די אויבענדערמאנטע לינק, און איך האב געהערט אז ער רעדט פון איינעם אין ניו יארק וואס רופט זיך "קרעמער" און פרובירט אים נאכצומאכן... אפשר מיינט ער גאר אונזער קרעמער?
איר מיינט איך מאך ליצנות? הערט דאס אויס (עס נעמט בערך זיבן אכט מינוט, און עס איז מורא'דיג אינטערסאנט פאר די אלע וואס האבן נאר אמאל געזען די סיינפעלד'ס)!