בית פורומים היימישע קרעטשמע

ברעכעדיגע נייעס אויף ק.נ.א.: די 9 טעג!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/8/2005 05:56 לינק ישיר 
ברעכעדיגע נייעס אויף ק.נ.א.: די 9 טעג!

עס איז נארוואס געמאלדן געווארן אויף די ווייערס פון ק.נ.א. [ק'רעמער נ'ייעס א'גענטור] אז פון מארגן דאנערשטאג אינדערפרי זאל דער עולם אנהייבן צוגרייטן וועש פאר די ניין טעג, אנדערש וועט מען חלילה גורם זיין אומאיינגעמע גערוכן דא אין בית המדרש.

מען זאל אנטאן אלע פריש אויסגעוואשענע העמעדער, כדי זיי זאלן נישט זיין פריש אין די ניין טעג, אזוי וועט מען נישט דארפן אנטאן דעם זעלבן העמד פון זונטאג ביז ערב שבת נאכמיטאג, אויך וועט מען זיך שפארן פון אראפווארפן דעם העמד אויף דער ערד און דאס באטרעטן ווי אן אסקופה הנדרסת דארט ווי דער ספיידער האט אויסגעהויכט זיין נשמה עטליכע מינוט פריער.

ק.נ.א. וועט אייך האלטן אפדעיטעד מיט אלע נייעס פון די ניין טעג, וואו עס קומען פאר סיומים, און ווי שטארק דער שוויץ גערוך איז אין אלע היימישע געגנטער.

דיס וואז א ק.נ.א. ניוס פלעש



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/8/2005 07:57 לינק ישיר 

באקאנט וואס ר' מאיר'ל פרימישלאנער האט געזאגט:

די בחורים וואס עסן טעג, זאלן זעהן אויפצועסן די ניין טעג...

דער רוזין'ער האט געזאגט אין א תשעה באב, ווען די קינדער האבן געווילדעוועט אין בית המדרש:

רבונו של עולם, אויב געפעלט דיר נישט וויאזוי דיינע קינדער פראווען אפ דעם תשעה באב, נעם עס אוועק פון זיי...

דער הייליגער לובלין'ער האט געזאגט:

חסידים ברויכן זיין אבלם בלבם וצהלתם בפניו, טרויעריג אין הארצן, אבער פרייליך פון אינדרויסן!

צדיקים פלעגן טייטשן:

משנכנס אב ממעטין בשמחה. ווען אב קומט אריין, קען מען ממעט זיין די עבירות אדער די דינים "בשמחה" דורך שמחה!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2008 17:46 לינק ישיר 

אילו לא סגרו את הקרעטשע רק להסתכל על זה התגובה, דיינו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > ברעכעדיגע נייעס אויף ק.נ.א.: די 9 טעג!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext