בית פורומים היימישע קרעטשמע

אן איינפאכער חזיר!!....

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/8/2005 00:58 לינק ישיר 
אן איינפאכער חזיר!!....

זיץ איך מיך אזוי היינט פארטאגס אין ביהמ"ד ביי א גמרא און איך לערן, אה..... די פריע פארטאגס שעה'ן..... עס איז דאך ממש מעין עולם הבא, דער קאפ איז קלאר און אויסגעלייטערט, מען ווייסט נישט פון קיין דאגות און פון קיין דרוק, מען ווייסט נישט פון קיין ביזנעס און פון קיין אינטערנעט, מען זיצט זיך אזוי רואיג מיט א געשמאקער הייסע קאווע פון ווי דער רויך גייט אויף הויך ארויף צעשפריידנדיג די גשמאקע גערוך פון א גוטן קאווע אינעם גאנצן ארום אויפרייצנדיג יעדן וואס גייט פארביי צו לויפן זיך אנגרייטן א קאווע ביים גרויסן קעסל ווי עס קאכן זיך די גאלאנען וואסער מחיה צו זיין אידישע קינדער מיט א פיינעם צופרי'עדיגן געטראנק.

זיץ איך זיך מיט א רואיגקייט פארטוען אין די גמרא זיפענדיג א שלונג נאך א שלונג בעת עס טראפן טריפעלעך וואסער פון מיינע נאסע פיאות וועלכע האבן זיך נארוואס מטהר געווען צוזאמען מיט מיין גאנצער קערפער אין די פיינע מקוה, אויפפרישנדיג דעם פאריאגטן און פארפלאגטן 'יענטאאש' וואס דארף אט אט לויפן זיך מיגע זיין על המחיה ועל הכלכלה און מקיים זיין דעם בזיעת אפיך תאכל לחם, און יעצט נוצט ער נאר אויס די פרייע פאר רואיגע שעה'ן עוסק צו זיין אינעם שיעור קבוע זיינעם, אה!...... ממש א געשמאק!....... אביי זאגט רבא פרעגט רבה ענטפערט און שמואל ברענגט א ראיה, ר' יוסי הגלילי קריגט און רבי האלט אנדערש ר' יצחק נפחא שטימט צו און רבי אלעזר האלט אויך אזוי, אוי ווי זיס איז דאס!...... די מחלוקה לשם שמים פון די בית שמאי מיטן בית הילל פון רש"י מיטן רבינו תם, אוי דער מהרש"א מאכט דאך דאס אזוי קלאר און דער רשב"א ברענגט דאך א ראיה וואס מאכט שפרינגען, ווער רעדט נאך פונעם פני יהושע..... עס איז דאך אינגאנצן אן אנדערע וועלט, עס איז זיס..... עס איז לעכטיג..... עס איז א מחיה!..... מען פארגעסט דאך פון אלע צרות יגון ואנחה, משוגע דארף מען זיין נישט צו לערנען נאך מער משוגע נישט צו לערנען פארטאגס......

ווערט מיר אט שווער עפעס אין תוספות, נו וועט מען א קוק טאן אין מהרש"א, איך מיש אויף אהין, וועלכע דארף האלט איך?..... אה ל"ד ע"א..... ווי איז עס?.... אה דא....... לאמיר זען וואס דער מהרש"א זאגט...... איי איי איי איי איי איי יאם...... זינג איך מיך אונטער מיט א ניגונ'דל....., איך טרעף דעם מהרש"א..... איך בייג צו מיין קאפ אריינצוקוקן בעסער אין די קליינע ווערטער..... ווען פלוצלינג...... וועעעעעעעעעך!!!............. פוי!....... וועך!.... פעך!!.... נישט מער און נישט ווייניגער..... א גאלדן-ברוינער געדדייטע דריי און א האלב אינטשיגער האר........ וועעעעעעעעעך!!!............. פוי!.......ווער האט עס דא אריינגעלייגט???!!!!..........., אה עפעס א איד א פערד וואס האלט אז זיין האר פון די בארד איז הייליגער ווי מיינע מענטשליכע געפילן זענען ווערד........

גלייך אויף די מינוט, ווען מיין מויל איז נאך געווען פארדרייט פון איבל, האב איך מיך אראפגעזעצט שרייבן א בריוו צו דעם איד.



לכבוד מיין טייערער ידיד,

מיט פארעקלטע געפילן פון גרויס איבל און גרויל נאכדעם וואס איך האב געטראפן דיין הייליגער האר אין די גמרא וואס איך האב היינט געלערנט, זעץ איך מיך אראפ שרייבן די דאזיגע שורות.

ווי עס קוקט אויס ר' איד האלט איר זיך פאר א גרויסער קדוש, אויף אזא פארנעם אז אפילו די האר פון דיין שטינקיג קערפער איז אזוי הייליג אז די שרפי מעלה אין הימל וועלן נישט אויסהאלטן אויב עס וועט זיך וואלגערן אויף דער ערד, וויל איך אייך זאגן אז ניין! איר זענט נישט קיין קדוש, נישט קיין צדיק, און אפילו נישט קיין סתם ערליכער איד, 'איר זענט א פשוטער חזיר!!!!!!'...........

מיט וואספארא רעכט האלטסטו אז דו ביזט ערלויבט צו פאר'חזיר'ן הייליגע ספרים מיט אפפאל פון דיין גרויליכער קערפער???!!!!!?.... פארוואס האט אייער חזיר'יש הארץ באוואויגן אייער עקלהאפטער מח אז יא! אנדערע אידן זענען מחיוב צו שפייען איבל און גרויל צוליב אייער צעקניפטן האר'ל????!!!!?... ר' איד טייערער! אויב איר האלט אז אייער האר באלאנגט אין א ספר, דאן פלאצירט דאס אין א קאנווערט וועלכע איר זאלט שטענדיג האלטן ביי אייך אין קעשענע גרייט על כל 'האר' שלא תבא, און טראגט דאס אהיים און זאל אייער הויזגעזינט האבן די זכיה זיך צו באגעגענען מיט אייער געשמאקער אבר מן החי!!!!!!!!!...........

ווי עס שרייבט צו דיר דיין חבר, מיט עקל און גרויל געשטיקט מיט אן איבלדיגן טעם אין האלז.

יענטאאש





דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/8/2005 02:32 לינק ישיר 

ביזט דאך נישט מער װי גערעכט. אין איך װיל בײ דעם געלעגענהײט מותר מודעה זײן אז װען אימער איך טרעף האר אין א ספר שאקל איך דאס אויס דעם ספר אזױ װי דער מנהג איז פאר פסח גוט אױסצוקלאפן די ספרים ס׳זאל נישט בלײבן קײן משהו חמץ כ׳מײן האר. ממײלא האט איר נישט װאס ארײנצולײגן אײער בארד אין א ספר װײל ס׳װעט קומן אזא אײנער װי איך אין װעט פטור װערן פון אײער לקט שכחה ופיאה סײװי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/8/2005 03:31 לינק ישיר 

יענטאש אפשר האסטו געדרייט דיין בארד זייענדיג פארטיפט אין די גמרא און דאס איז געווען דיין אייגענע בארד? קען נישט זיין?
אויב נישט די, אפשר האט דאס א צווייטער תלמוד חכם אריינגעלייגט בטעות.
איין זאך בין איך כמעט זיכער דיין הארץ רייסענדע בריוו וועט צום בעה"ב פונעם בארד לכאורה נישט אנקומען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/8/2005 04:09 לינק ישיר 

נאטורליך שרייבט
איין זאך בין איך כמעט "זיכער" דיין הארץ רייסענדע בריוו וועט צום בעה"ב פונעם בארד "לכאורה" נישט אנקומען.
זיכער? אדער לכאורה?
(נעם עס נישט אן ערענסט איך האלט אויך אזוי)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/8/2005 04:15 לינק ישיר 

האסט פארזעהן איך האב געשריבען "כמעט זיכער" דו"ק ותשכח



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/8/2005 04:21 לינק ישיר 

יא איך האב עס פארזען אנטשולדיג
BTW איך האב זייער הנאה פון דיינע ארטיקלעך

תוקן על ידי - not2bz - 05/08/2005 4:20:59



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/8/2005 06:48 לינק ישיר 

יענטאאש;

מיין האר איז עס נישט, איך האב צענדליגער ראיות דערצו (איינע פון זיי: איך האב יעצט איבערגעציילט, און איך פארמאג די זעלבע צאל האר ווי אייערנעכטן) ואין כאן המקום לפורטם (אה יא, איין טעם איז ווייל כידוע האב איך א רויטליכע בארד).

אבער וויסן זאלסטו אז עס שטייט אין אגרא דפרקא אז ווען מען האט א שוועריגקייט אין לערנען זאל מען זיך קרייזלן די פיאות אדער די בארד, און דאס וועט מעורר זיין דעם פארשטאנד ע"ש. קען זיין אז יענער האט געטאן די סגולה און בטעות איז אראפגעפאלן א הארל...

עס שטייט אין תוספות ערגעץ (פרעגט מיר נישט וואו, איך האב נישט קיין געדולד אויפצוזוכן יעצט) אז רבינו תם האט געשיקט פאר איינעם תשובות איבער אן ענין, און די תשובות זענען געווען פול מיט האר (איך מיין אז דארט שטייט אז ער האט זיך ארויסגעריסן די האר צוליב צער וועגן די שאלה דארט).

יונגאטשבפ;

ווען האסטו פארשאפט אידיש אויפן קאמפיוטער? וויאזוי? האסטו דאס געטייפט מיט דעם ווירטואלן קיעבאורד?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/8/2005 07:34 לינק ישיר 

מצורף קובץ

אוי..!!!!!!! גאט אין הימל!!.. אוי!!

יענטאאש ....דו האסט געט...........דו האסט געטראפן דעם האר??????????1!!!!!!!!!! געוואלד! ס'יז דאך מיינס !!! איך זוך עס שוין אזוי לאנג ארום..!!!!!! אוי באשעפער ...ענדליך....!!


יוי... יוי... [דא געב איך אזא פאל אריין אין מיין בענקל..] שוין אזוי לאנג זוך איך דעם הארעלע וואס איך האב פארלוירן, און ענדליך הער איך אז א היימישער איד האט עס געטראפן, [איך געב א הויכע קלאטש צאם מיינע הענט] שוין ... אבי נישט איך ווייס ווער... איך קען עס גיין אפנעמען? יא.!!! וואו גיי איך??!!.. וואס?!! די אדרעס איז וואו?...! מיורטל עוו..... [ווער ויינט דארטן?! אוי מיין שעפעלע האט זיך אויפגעוועקט. זעהט אויס פון מיין קלאטש..] נעה ! צו ווייט פאר מיר... אקעי כ'על שוין גיין מארגן... גוט..

וואס נאך הערט זיך אזוי? עפעס חוץ דעם?! .. ... איך ווייס נישט עפעס ספעשאל, יעצט איז געווען א KNA אפדעיט, גאנץ אינטערעסאנטע נייעס.... איין מינוט יענטאאש?!! [זאל איך גיין בארואיגן דאס קינד יעצט?? איך קראץ מיר אזוי די בארד פארטראכטערהייט און איך מערק נישט.. ווי איך פארליר נאך אפאר הארעלעך...] ....ביסטו זיכער?!.........איך בין יא זיכער????!!!........ וואסערע קאלער האר איז געווען? א רויטע יא??!! .........וואס??!! א העל ברוינע!!?.... אוי באשעפער אין הימל איך גלייב נישט??!!! .. אוי ס'יז נישט מיין האר!!!!... יוי... יוי........ ענדליך האב איך מיך אזוי געפרייט אז מ'האט שוין געטראפן מיין האר.. ... היצט אזא בראך!!!!?... אוי געוואלד!!!???????????? שוין פארלוירן איז פארלוירן!!!!.....ווער ווייסט אפשר איז עס דאך יא מיין האר??!! איך ווייס ...[איך געב אזא מאך מיט די הענט..]

שוין אז ס'יז באשערט אזוי זאל זיין אזוי

גם זה... וגם זו לטובה..





תוקן על ידי - gishmoker - 05/08/2005 7:40:35



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2008 17:45 לינק ישיר 

נעבעך יענטאאש, אזא שיינע ארטיקל געשריבן, און קוים 4 שכוח'ס באקומען.. נאדיר נאך איינס! יענטאאש "יישר כח"!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2008 23:10 לינק ישיר 

אזוי זאפארט, ווי מיסטער הייכאלע האט אפגעליינט יענטאאש'עס פארטאגס געלערנעכטץ עפיזאד.....

איז געווארן דא אין היכלא'ס ביורא דיצה וחדוה, ס'הערט זיך ארויס יעדע ליאדע סעקונדע, מעכטיגע אויסשיסערייען פון קנוילן איבל מיט גרויל, עקל מיט מיאוס, פלאצט אויף אין ספעיס ארויף יעדע רגע.....גאנצע וואלקאנען אנגעפולט מיט לאווא פון גרף של רעי, מאכן זייער וועג ארויס דורך אלע ד' רוחות, ווען צו זייער זייט, שטייט א צוקאלעטשעטער בני היכלא, און הערט נישט אויף טרייסלען, ציטערען, זיך ווארפן, אן א סוף... און אן אן עק.....

דער ערשטער נאמען איז שוין לאנג אפגעריסן געווארן פון אים פון פיל אויפשאקלונג, ער איז געבליבן אזוי ווי  א בר מינן לא עלינו, וואס שלמה שמש האט פארגעסן אריינצוזאגן דעם נאמען, און מרוב צרות פארגעסן..... אוי ס'איז די דריי וואכן....




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > אן איינפאכער חזיר!!....
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext